בלאט 78 פון 204

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:44 am
דורך נחמן
פון צייט צו צייט קומט שטארק אריין צו פאברענגען צוזאמען אים פארגעסן פון די וועלט.... אין קאווע שטיבל האב איך עס געטראפען. כבין א לעבעדיגע בחור וואס זוכט אלעמאל צו זיין אין א פרייליכע פלאץ אין מאכן אנדערע פרייליך...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:45 am
דורך אלעס גוטס אין פיין
איך שוין לאנג הנאה פון קאווע שטיבל אין אירע מעלות סיי געשמאק פאר יעדן אין גאר גאר גוט זיך צי קענען אויסרוען אין קענען פארברענגען אין איינעם אזוי עס איז פאר מיר פשוט א פארגענוגען זיך אייצישרייבן דא אין אזוי וועט מען קענען הנעה האבן אינאיינעם פון מיר אויך איך האב הנאה ווען איינער האט הנאה פון מיין געדאנקאין איך האב הנאה פון יענמעס געדאנקען אדער אנליזענס ווי אויך די טיפס אין עצות וואס יעדער שערט פארן צוויטן פשוט ווייל מען האט הנאה ווען יעדער האט הנאה אין ציפרידן ב"ה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 11:00 am
דורך סקרן
ארנאני האט געשריבן:יונג און שיין.
נייגעריג און שטיל.
נישט קיין שרייבער בכלל.
גלייך זייער א פרעמדענס קוק ווינקל.
גראד צים פינטעל.
אוהב מחשבה עמוקה.

ס'ווערט מיר נישט גוט דא
וואס נאך ביזטו שיין יונג
קענסט זינגען קאכן מאהלן שפילן אן אינסטרעמינט?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 2:42 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
איך בין א רבי אן אדמו"ר פון אסאך חסידים און אסאך בתי מדרשים אין אסאך געגנטער אבער פארשטייט זיך אליינס אז איך קען נישט און איך גיי נישט אויסזאגען וועלעכע ווייל עס איז סכנת נפשות. ספעציאל אין היינטיגע צייטען ווען דאס רשעות איז אשוי גרויס און בפרט דא רעבנים וועלעכע פגר'ן פאר אביסעל לעבער איך מיין כבוד און האבען פיינט איעדען איד בפרט אן אנדערען רבי פאר זיי איז דאס קאמפעטישאן.

איך האף אז דא וועל איך קענען אויסשרייען דאס ווייגעשריי פון דער המון עם און פון די רביסטעווע וועליכע קענען נישט רעדען און דארפען זיצען מיט פארלייגטע הענט און פארמאגטע מיילער און נישט קענען ארויסזאגען ווייל די ערב רב לאזט נישט.

ווי אויך אמאהל אריינשרייבען א גוט וווארט. אדער צוויי ווייל ווי מיר ווייסען אז א היינטיגע צייטען טאהר מען נישט זאגען גארנישט.

ווייל דער אמת שטעכט און איך וויל אביסען שטעכען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 2:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
נו געגאנגען, כ"ק אדמו"ר מ..... אינז זענען גרייט צו הערן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 3:12 pm
דורך בת קול
berlbalaguleh האט געשריבן:
פאני מענטש האט געשריבן:איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

פאני מענטש: קודם א גרויסן און ברייטן שלום עליכם. יעצט האביך איין בקשה צו דיר. ווייל ס'איז דא א זאך וואס מאכט מיר גרויסע בויך שמערצן ווען איך זעה אדער הער אז א שרייבער קען נישט אדער וויל נישט מבחין זיין צווישן ..."אין" און ..."און"... איז בעט איך דיך מיט דיין נייע התחלה זאלסטו דיך ביטע האלטן צו אט די כללים..יישר כח למפרע. ממני הק' בערל בעל עגלה...!


און איך באקום שמערצן פון מענטשן מיט געפערליכע גראמאטיק וואס מיינען זיי פארשטייען דערצו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 3:18 pm
דורך בת קול
בן פרצי האט געשריבן:חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל


[tag]בן פרצי[/tag] מיט וואס ביסטו חשובער פון א פרוי?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 2:41 pm
דורך חמלה גדולה
פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:16 pm
דורך mevakesh
Ugh What an hateful comment

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:18 pm
דורך געוואלדיג
חמלה גדולה האט געשריבן:אין האבין שלעכט מידות


????

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 7:31 pm
דורך טרויבן88
חמלה גדולה האט געשריבן:פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
וואס מיינט חמלה גדולה? א גרויסע רחמנות?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:47 pm
דורך אן עסקן
איך בין אן עסקן אין בארא פארק פאר די לעצטע 12 יאר עס איז מיר א פארגעניגען צו קענען ארויס העלפן סיי וועליכע איד אין אן עת צרה, איינע פון מיינע קעיסעס יעצט איז פון די פייער וואס עס איז געווען אין בארא פארק 4 וואכן צוריק מען קען טאקע האבן א חלק דורך חסד פאנד, https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... -in-a-fire

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חמלה גדולה האט געשריבן:פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
טויש עס אויף ׳מיין פרוי׳ איז שואכיר.........

ווי הרב חיים וואלאזינער האט געזאגט פאר זיין ווייב ווען זי האט זיך אפגערעדט הלמאי קען דער פויער דארט זאגען ׳שלא עשני אשה׳. האט ר׳ חיים וואלאזינער געזאגט ׳יעדער זאגט עס אויף זיינס׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 6:04 am
דורך פשטו ידיכם
איך באגער צו ווערן א חבר אין קאווע שטובל מיט צו טיילן מיינע ידיעות, איך האף מוסיף זיין צום שטובל כמיטב יכלתי לפי מסת הפנאי, און פארשטענדליך זיך האלטן צו די תקנות השטובל. איך ווארט צו הערן פון די גבאים ווי אמשנעלסטן, יישר כח למפרע,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 9:42 am
דורך סמבטיון
הייליגע פישטו, האסט נישט וואס צו הערן פון די גבאים, קענסט שוין יעצט אנהייבן שרייבן, פארשטייט זיך לפי מסת הפנאי..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 10:50 am
דורך פשטו ידיכם
נאך פאר וואס ווען און וי, בינעך מודיע פאר'ן גאנצער קהל אז מיר פראווען אי"ה דעם פשטו טיש די מוצ"ש
וי מ'וועט טיילען די הייליגע קנאבל און עסן פיש לכבוד השם יסבורעך שטייטצעך
צום שליס פון מעמד וועלען מיר מאכען א גרויסען פשטו לכבוד השי"ת

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:20 pm
דורך איך אויך
איימעניט, פון וועלכע גבאים רעדסטו?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 12:27 pm
דורך Instagram
א גוטן.
איך פאוסט פאר קאווע שטיבל אויף איסטעגרעם, צו פארשפרייטן אונזער נאמען, און צו פראמאטן דער וועקער.
אויב זעהט איר א פאוסט וואס קען ציען דעם אויג, קענט איר מיר אישי'ן, אימעלן אויף kaveshtiebel.instagram@gmail.com, אדער מעסעדזשן אויף איסטעגרעם צום נאמען kaveshtiebel@.
אויב לייק איך אייער פאוסט, איז עס לכאורה ארויפגעלייגט געווארן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:00 pm
דורך לבי ובשרי
גאר א געשמאקער קריעטיווע ווינקל, א נחת צוצוקוקן צו די כשרומות פון היימישע טאלאנטפולי אינגעלייט, מלא וגדוש, קאווע שטיבל איז א וואונקל ווי אלעס געפינט זיך, מחשבה, דעה, סתם א געשצאקן שמועב, מלא תוכן, געשמאק, אינהאלטסרייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:00 pm
דורך דביקות
איך דריי מיך שוין יארען אין קאווע שטיבל אין איך האב הנאה צי ליינען,
איך בין פשוטה כמשמעו א דביקות'דיגע איד!
it's very hard for me to write from my phone yiddishe
I'm 21 years
And I'm a tzaddik

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:01 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך בין אינטערעסירט אין סיי וואס איז אינטערעסאנט, מיין מצב איז זייער גוט, איך בין אין די שנות הרדיפה, אונזער משפחה געהערט נישט אין ערגעץ, איך האב נישט קיינע אויסערגעווענליכע טאלאנטן אדער פלענער, מיין שאיפה איז "TO ENJOY LIFE", וואס איך האב מיטצוטיילן וועט נאכקומען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:53 pm
דורך שלומה
עס איז זייער אן אינטערסאנטע זייטל אין איך האב דא געזעהן אסאך אנטערסאנטע זאכען און אסאך מאל געווילט צו לייגען אבער איך האב נישט געקענט וויל איך בין נישט געווען א חבר וועגען דעם האב איך אפגעמאכט זיך איינצו שרייבען כדי איך זאל אינגאנצען קענען מיט לעבען מיט די עולם

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:54 pm
דורך לאקש
איך האב ליב צו מיטהאלטן אלע מינע נייעס סיי חסידישע סיי וועלטליכע אזוי אויך וויל איך צילייגן מיינע הגהות אויף אלע ענינים. איך וואוין אין אמעריקע איך בין געווענטליך דעמאקראטיש גענויגט