בלאט 86 פון 209

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:15 am
דורך יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
אויב קענסטו זיך אביסל אויס אין היימישע סאשיעל מידיע דארפסטו וויסן אז ביים היימישן עולם גאר א גרויסע חלק פון אזוי גערופענע פרויען זענען באמת מענער וואס ווילן אויסנוצן די אינדענטיטעט פון א פרוי פאר געוויסע צוועקן (נישט דוקא אומ-איידעלע), און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן זענען באלד חושד אן אזוי גערופענע פרוי צו זיין פאלש.

איך מיין נישט אשת חיל ווייל איך שפרונג נישט אזוי שנעל צו מסקנות, אבער דאס אז יענער אינדעטעפעצירט זיך ווי א פרוי מוז נאך נישט מיינען אז ס'איז אמת

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:49 pm
דורך בת קול
און פארוואס דארף מען זיין סקעפטיש איבער דעם? וואס גייט דיר אן וואס יענער איז באמת?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:15 pm
דורך מאיר טאקאיער
איך בין א יונגער מאן וואס האט ליב אויפנקייט און וויל מיטהאלטען שמועסן אויף קאווע שטיבל, איך בין נישט אונגאנצן איינשטימינג מיט אונזער סוסייעטי, און איך פיל אז איך באלאנג צו זיין א מעמבר פון קאווע שטיבל, איך בין זייער דאנקבאר פאר ענק פארן צושטעלן אזא שיינע וועבזייטל יישר כוח

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:28 pm
דורך עת לבנות
איך וויל פרובירן ארויפצוברענגען וויכטעגע טעמאס וועגען עלטערע בחורים אין רעדען וועגן דעם כדי צו ברענגין א אויפמערקזאם צווישן דעם עולם איך האלט אז מרעדט נישט אסאך וועגען דעם טאקע ווייל עס איז זייער א ווייטאגליכע נושא ווי מער מ'גייט רעדן וועגן דעם אלץ מער וועט עס גרינגער מאכן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm
דורך dovb
I joined so that I can read about what is happening in the "yiddish" world. I enjoy reading the forums. It is of great interest to me. IWhen reading the opinions of individuals I get a better idea of what is happening in the yiddish world.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm
דורך אנדרייער
איך גלייך צו לאזן הערן מיין אפיניאן אדער מיינונג און שמועסן ווען עס פעלט אויס אין סתם לאזן ווען פאקטן ווען איך ווייס אדער פארעכטען פאקטן , איך האב שוין געהאט אמאל א ניק אבער עס פארגעסן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:32 pm
דורך דער שטייטער הערש
שוין א לענגערע צייט וואס כ'האב הנאה פון קאווע שטיבל, פון אירע שיינע שרייבערס, פון די וועקער, און איצטערט פון נארוואס ארויסגעקומענער ספר "ותינוק ללמדו ספר" פונעם לעגענדארישער שרייבער קטלא קניא.
מערערע מאל וואס כ'האב געוואלט קאמענטירן, אדער אפילו באווארפן דעם עולם מיט לייקס, אבער אזוי ווי איך בין נישט דער בעסטער שרייבער, און מ'מוז זיך איינשרייבן, און נאך צולייגן פערציג ווערטער, וואס כ'פארשטיי נישט וואס עפעס פערציג?? פארוואס נישט זעקס און דרייסיג, צוויי מאל חי, אדער כמנין עפעס א שם, אדער אפשר גאר בן וכדומה. פערציג איז לעצטענס געווארן די נומ' וואס די פרויען מיט די קליינע מוחות האבן אינוואדירט, ווי פערציג זאגן שיר השירים און באקן פערציג חלות, פאר פערציג טאג נאכאנאנד און צינדן פערציג לעכט פאר פערציג טאג פאר פערציג יארצייטן, גענוג שוין מיט די פערציג משוגעת! דא אין שטיבל איז מען אויך מיטגעכאפט געווארן מיט די פערציג ווינטען?? פון בן ארבעים לבינה איז עס געווארן ארבעים לטפשות. האב איך שוין געשריבן פערציג ווערטער??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:33 pm
דורך אברעימל הגראפיקאי
איך בין א גראפיק דיזיינער מיט א גוטע פליסיגער גוטן אידיש ווי אויך א שפרודלדיגער גוי'איש אין זיצנדיג דורך'ן טאג ביים ברעטל איז געשאפן געווארן גאר אסאך ליידיג צייט צו ליינען בלאגס אין דברים העומדים על הפרק... אין מיט'ן עסן קומט ס'אפעטיט זעהנדיג אזאכע אינהאלסטרייכע אשכולות'ער זעמער געווארן אביסל ציגעצויגן איבערצולאזן ביין מיינונג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:34 pm
דורך שעפ לעפל
שעפן פון קוואל און אפשר מוסיף זיין. חוץ מזה וויל איך בלייבן אנאנים. ביטע פארשטיין און פרעגט נישט מער. כבין סתם א פשוטער איד מיט קליינע השגות.

אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה. וואס ערווארט מען דא?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:35 pm
דורך ונתנהתוקף
איך בין א נייגעריגער מענטש, און האט ליב אריינצורעדן אין יעדעס נושא.

אין די פיזיקאלע קאווע שטיבל איז נישט שיין אייביג זיך אריין צו מישן אין יענעמס קאווע, אבער דא, איז עס דאך סאציאל אנגענומען פאר א נארמאלער זאך, אז ווען צוויי מענטשען האבן א טיפע דיסקוסיע, מעג א דריטער זיך אנרופען!!! איז עס דאך א תיקון גדול.

ישר כח.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:56 am
דורך אגרות צפון
שלום עליכם! איך ליין שוין א שטיק צייט קאווע שטיבל און איך האב זייער הנאה אז עס איז נאך דא עפעס חכמה אויך די וועלט איך האב מיר געוואלט שוין פון לאנג איינשרייבן נאר היות איך האב נישט קיין צייט האב איך עס אלץ אפגעשטופט יעצט האב איך געזען איינער האט געפענט א אשכול וועגן די סדר פון זאגן פיוטים האב איך זיך נישט געקענט צוריק האלטן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:00 am
דורך ווערעמל
כאב שוין געהאט אויסגעפילט די גאנצע פארום און כאב בטעות געדריקט ״ליידיג אויס דעם פארעם״.... און וואס איז געשטאנען די ערשטע מאל וויל איך נישט איבערשרייבן.
וויפיל נאך ווערטער דאף מען דא שרייבן אז סזאל אריבער גיין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 9:06 am
דורך פרישע נייעס
א גיטען צו אלע קאווע שטיבל מעמבערס איך האב איין טאג געזיכט
אויף גוגל פאר עפעס א ארטיקל למעשה איז ארויף א צווייטע ארטיקל אין איך האב עס געפענט אין איך זעי עס איז פין קאווע שטיבל אין איך האב עס געליינט אין די רעסט איז היסטאריע איך שליז זיך אן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 9:11 pm
דורך קום אריין קלאר
דא איז דא אלע גוטע זאכן

איך בין א סאטמערער

סיקריק

אנטי ציוני

וואס נאך???????????

בקיצור איך מוז דאך אנפולן די קעסטל, איז מיין בעסטער רעדנער וואס איך האב ליב איז יצחק קלאר, אברהם מרדכי מלאך

מיין בעסטע קליפס איז פון מלך זלברשלג, אדער אברהם חיים גרין, אדער אידיש נחת, מיין בעסטע קליפ איז ''עד מתי'' פון אברהם חייים גרין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:03 pm
דורך יששכר כץ
איך האב שוין פארציילט וועגען מיר אינעם פארווערטס, וועקער אין אויף סאשעל מידיא. איך גלייב נישט אז איך האב וואס מוסיף צו זיין, מער פון וואס איך האב שוין געזאגט. כל המוסיף גורע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:04 pm
דורך אהבה
א גוטן מועד!
I recently discovered the Veker and had the privilege of reading it for the first time this Yom Tov, which prompted me to explore and join the Kave Shtiebel.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:04 pm
דורך דבֿורה קאָסמאַן
פֿֿאַך: ייִדיש-לערערין
שטעלע: אינספּעקטאָרין אין דערציִונג-מיניסטעריע - ישׂראל
הויפּט-אינטערעסן: ייִדיש, פּעדאַדאָגיע, אויסשולן ייִדיש-לערערס, חסידות, פֿאָלקלאָר, געשיכטע, מחשבה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 10:29 am
דורך ערליכע בחור
א בחור וואס האט אמאל געלערענט און סאטמאר ישיבה, ארבעט מיט גוגל עדס, פעיסבוק עדס, און לעצטענס אנגעהויבן סנעפ עדס,
פאר איקאמערס ברענדס.
באלאנג נישט צו קיין שום חסידית

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:33 pm
דורך נחום האלפנטיני
איך בין שטארק מחשיב די געדאנק אז אידן אין די דיאספורה האבן א פארזאמלונג צו שערן ידיעות און זיך אינאיינעם מחזק זיין. מאז היתה ישראל לגוי איז וויכטיג געווען אז עס זאל שטענדיג פארבלייבן א באזע אין די גולה וועלכע זאל פארזיכערן א מיינונגס פארשידנהייט אין דעות און קענען טשאלענדזשען די טאן שטעלער אין אונזער היים-לאנד.

איך האף צוצוגעבן צו די קאליר פון דער אנליין קהילה און צו די ווערייעטי פון קולות אין די אידישע מסורה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:35 pm
דורך מי אני
איך בין אויפגעהאדעוועט געווארן דא און בין א פראדוקט פון די מוסדות (אא"ו, א פראדוקט פון די "סיסטעם" אזוי ווי מ'רופט עס...). בעצם האלט איך מיך "נישט" פאר א חכם, אבער איך שעץ חכמה, וויסנשאפט, פילאזאפיע וכו' און איך רעספעקטיר מיינונגען אין די נושאים (עכ"פ בנוגע פילאזאפיע אין השקפה) אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט מיינע פערזענליכע שיטות און מיינונגען (עכ"פ אזוי האף איך...). דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל ווערן א מעמבער דא. איך האב געליינט, אלס גאסט, עטליכע אשכולות דא אויף דעם סייט און איך בין נתפעל געווארן און האב שטארק הנאה געהאט פון די אינטעליגאנטע און אינטעלעקטואלע דיסקוסיעס און תגובות.
פארשטייט זיך אז איך קויף דער וועקער אויסגאבע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:47 pm
דורך צפור בודד
ווייל איך האב ליב צו פארברענגען. דא איז היימיש און אפן, מסורה'דיג אבער בבחינת רוח צפונית שהעולם פתוחה. דא איז אויך דא א פארקער פון יונגע און אלטע אין יארן, ותיקים וחדשים אינעם שטיבל און פון זיי זענען דא פיל חכמים ונבונים ווואס ס'יז כדאי זיי אויסצוהערן. ממילא איז פיין זיך צו באקענטיגן מיט דער אמת'ער פני פון אונזער דור.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 6:58 pm
דורך אהרן הכהן
איך הייס אהרן הכהן.
דאס איז ווארשיינלעך נאך מיין אור עלטער זיידע אהרן הכהן אליינס.
מיין שאיפה איז צו גיין אין זיינע דרכים און זיין אן אוהב שלום ורודף שלום, צו מרבה זיין שלום צווישן אידן ווי אימער.
איך האב אסאך פלענער ווי אזוי צו שטופן מיין אגענדע פאראויס, איך האף אז קאווע שטיבל וועט זיין די ריכטיגע פלאץ ווי איך קען אויסלופטערן מיינע געדאנקן.

א דאנק אייך אלע.