בלאט 81 פון 89

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:54 am
דורך אהוב את האמת
איך בין א יונגע יונגערמאן, קיין שרייבער בין איך נישט, אבער נייגעריג בין איך זייער. ממילא דרייעך מיר דא כסדר, האב איך באשלאסן טא פארוואס זיך נישט איינשרייבן. איך האב פיינט די society בתכלית השנאה און ליב דעם אמת בתכלית האהבה.(יא די צוויי זענען דבר בהפיכו).

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 28, 2018 11:30 am
דורך זיסע מילעך
איך בין א חסידישער יונגערמאן אין די פערציגע יארן. גילערנט אין כולל ביז 9 יאהר צוריק. היינט בין איך א בעה"ב. איך האב הנאה צו ליינען די אידישע נייעס און אויך די אלגעמיינע נייעס און אויך השקפה'דיגע מאמרים, און פון מאל צו מאל פיל איך אז איך מוז ארויס געבען אויך מיין מיינונג.

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 10:03 am
דורך יענקל זרח
איך בין א פשוטע יוד איך זיך פשוט אמונה טהורה אמתדיגע אמונה! אמרתי אשיחה וארוח לי..
איך שטאם פון א רבישע משפחה מעיר וויליאמסבורג הנקרא ירושלים דאמיריקע
איך זיך א מקום ווי מען קאן שמוסען פון אלאמען מיט קלוגע חברה אן די שרעק אז דער גבאי בית המדרש וועט מיר פארשרייען רעד נישט מיט אים ער איז פארדארבען..
איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו פושעי ישראל מלאים מצןת כרמון

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 10:04 am
דורך יוסי הגלילי
קאווע שטיבל איז א ברייט באקאנטע רייכע און גאר תוכן פילע וועב זייטל מיט גאר רייכע ידיעות און היסטאריע בקורות בני עמינו איך בין א רעגעלמעסיגע באזיכער און קאווע שטיבל שוין די לעצטע דריי יאר אסאך מאל קומט ארויף ענינים וואס עס וואלט געווען אינטערסאנט און פשוט אלס אל תמנע טוב מבעליווויל איך מיר איינשרייבן אלס חבר אין קאווע שטיבל

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 10:05 am
דורך Maxwell Coffee
I am visiting here from time to time and I would love to have the privileged to comment on topics that drew my interest. I love to set the record straight before going into an argument based on the
"famous quote "you are entitled to your own opinion not to your own facts

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 5:03 pm
דורך ריכטיג
שוין געווען אמאל אזא ניק
memberlist.php?mode=viewprofile&u=205

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:23 am
דורך גד פריימן
איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך
איך בין ב"ה באשייננט מיט נחת פון אלע ארומיקע . מיין ווייב האייביקע חברטע שיין און געלערנט,
יינגער פון מיר מיט צווי יאר און ליב איר ווי אין דיא צוואנציקער יאר און מער
מיר זיינען ביידער פארנומע גיווען מיט עדיוקיישען יונגע קלאסן און עלטערע
איך בי אויך הא ארטיסט קוליגראף, הא מאלער און שרייב מעשעלאך און דערצייל

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:25 am
דורך דעה ראשונה
איך האב ליב צי הערן יענעמס דעה, אין איך קוק ארויס צי פארברענגען צוזאמען.

Im new here and I hope I will add good content to make you all enjoy my company im not so good in writing Yiddish so please understand that it will take some time till I have a high quality writing.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 2:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
גד פריימן האט געשריבן:איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך
איך בין ב"ה באשייננט מיט נחת פון אלע ארומיקע . מיין ווייב האייביקע חברטע שיין און געלערנט,
יינגער פון מיר מיט צווי יאר און ליב איר ווי אין דיא צוואנציקער יאר און מער
מיר זיינען ביידער פארנומע גיווען מיט עדיוקיישען יונגע קלאסן און עלטערע
איך בי אויך הא ארטיסט קוליגראף, הא מאלער און שרייב מעשעלאך און דערצייל
38 אדער 83??

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:15 pm
דורך דער דאס
גד פריימן האט געשריבן:איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך


שוואכע שאנסן צו האבן אוראייניקלעך ביי די אכט און דרייסיג..

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:28 pm
דורך איסר האטלקי
נאך שוואכערע שאנסן צו האבן א שיינע ווייב ביי די 83...

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 5:42 pm
דורך YourChaver
i became a member here after seeing somewhere that on kave shteibel there is a whole conversation about helbrans and i wanted to join here and hope i will enjoy here

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:07 am
דורך monseyrental
איך ליין דא שוין באלד צוויי יאר אין איך מיין אז איז שוין געקימען די צייט זיך צו איין שרייבען זייער אסאך מאל וויל איך מיין שרייבן עפעס אדער לייקען אט זענען מיר דא איך ווייס נישט וויפעל איך וועל שרייבן אזוי איך האב נישט קיין יודישע קיבארד

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:09 am
דורך א פשוטע איד
איך באזיך שוין דא אין שטיבעל עטליכע יאר, איך בין נישט מסכים מיט אלע דברי כפירה וואס ווערט דא געשריבען... לאל, אבער פארט האב איך הנאה צו ליינען... איך מיין אז איז געקומען די צייט זיך איינצושרייבען...

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:10 am
דורך נישט איך!
איך האב ליב צו ליינען גוט געשריבענע ארטיקלען(געמישט מיט הומאר),און איך זיך א פלאץ ווי איך גיי זיך קענען אויסגעבן מיינע מיינונגען אויף די וועלט ארום מיך, איך בין א teenager וויאזוי מ'וואלט עס גערופען, און איך וואלט געקענט באשטיין צו רעדן מיט די חברים דא אביסלע פאליטיק(וועלטליכע, נישט אידישע ח''ו) און זיך אביסל אויסטענה'ן ארום די קאנסערוואטיווע און ליבעראלע שיטות

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:11 am
דורך אי''ש
איך האב הנאה צו ליינען דא די ויכוחים אין דעות, און איך פארשטיי נישט די שאלה 'פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל?' סאיז דא דא העווי סטאף!
(איך האף אז דאס איז שוין 40 ווערטער).

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:12 am
דורך נכנס יין
ווען איך וויל הערן אביסל נארישקייטן און איך שעם זיך צו זיך אראפזעצן אין א קאווע שטיבל, קום איך אריין דא, דא איז א פלאץ וואס איז א קאווע שטיבל, אויך א מקווה מיט א בור השקה, אבער א בור שאין לו תחתית.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:13 am
דורך שווארצע קאווע
א קאווע טרינק איך אינדערהיים נישט אין קאווע שטיבל, ווען איך האב א שוואכע מינוט קוק איך אין די קאווע שטיבל, נישט צו טרינקען קאווע נאר צו זעהן ווי קאנווערסיאלע מענטשן טענה'ן זיך, אסאך מאל טראכט איך צו מיר וואלטן זיי זיך געטראפן פנים אל פנים וואס וואלט פאסירט, איך וואלט זיך זיכער געשעמט צו זיין דארט...
וויפיל איך גיי שרייבן דא ווייס איך נישט, אבער עס איז נישט וויכטיג, די עיקר ווען מען האט עפעס זיך אנצורופן אינמיטן א שמועס וועט מען האבן די געלעגנהייט, אזוי ווי אין די קאווע שטיבל, אבער אן האבן די בושות...

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:14 am
דורך נחום איש גמזו
א אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען און שרייבען איבער נייעס טעכנעלאגיע און מוזיק איך זעה מען דארף שרייבען וועגן די מצב סא מיין מצב איז נישט פויעגלדיג ווער עס וויל מיך שיקען א קוויק פעי זאל זיך פארבונדען
איך האף איך וועל הנאה האבן דא

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 5:01 pm
דורך אלטע זיידע
איך בין א אלטע אלטע זיידע וואס איז אנגעקומען דא ווייל איך האב נישט וואס צו טין מיטן לאנגע שרעקליכע טאג וואך חודש יאר מינוט יעצט אז איך בין דא האףצאיך שוין צי האבן וואס צו טין מיטן וואך חודש יארנטאג מינוט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:00 pm
דורך חסיד פון ליטא
אלטע זיידע האט געשריבן:איך בין א אלטע אלטע זיידע וואס איז אנגעקומען דא ווייל איך האב נישט וואס צו טין מיטן לאנגע שרעקליכע טאג וואך חודש יאר מינוט יעצט אז איך בין דא האףצאיך שוין צי האבן וואס צו טין מיטן וואך חודש יארנטאג מינוט
זיידע'ניו טייערע, אויב איר האט נישט וואס צו טוהן, ביטע נישט טוהן דא.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:11 pm
דורך חיים יואל
איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:12 pm
דורך יענקל הוניג קוועטשער
איך האב זיך שוין באגעגנט אסאך מאל און די פארם פון קאווע שטיבל אין גאר אסאך אינטרסענטע זאכן וואס איך בין זייער נייגעריק דאס צו דארך טון אא"ו, איך האב געזען דא ממש שינע נושאים איבער אלע אינטרעסענטע זאכן איבער דו גענצע וואלט אזוי אויכט איסטורישע זאכן אדער זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווערן גשיריבן און אנדערע פלאצער

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:13 pm
דורך יודא לייב וואלדמאן
איך גלייך צו שרייבן איבער מיין שטעטל טאהש, און איבער סקאלערשיפס, איך בין א חסיד פון זיך טרעפן און פארברענגען אינאיינעם, איך מיין איך האב שוין אסאך אויפגעטון אויף די וועלט

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:15 pm
דורך קרוין פרינץ
איך גלייך זייער שטארק אונזער מאמע לשון און איך גלייך צו זיצן אין א מקום וואס מדערהייבט אונזער שפראך. און איך גלייך זייער פאליטיק פון יעדע נושא וואס נאר שייך פארשטייט זיך.
ווי אויך מוזיק און אלגעמיינע נייעס און עפעס זאפטיגס קומט אויך אריין זייער קלאר.