שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

הודעהדורך סאנטיאגא » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:16 pm

איך טראכט שוין לאנג זיך איינצושרייבן איך האב נאר נישט גענומען די צייט, יעצט האפענטליך וועט עס געשעהן.

פארוואס? ווייל איך ענדזשוי צו אינטערעקטן מיט מענטשן, און איך האב א מיינונג אויף פארשידענע נושאים, און עס אויסשמועסן מיט אנדערע שארפט אויס די מח און צומאל ווערט מען געוואר נייע זאכן און דאס קען טוישן די בליק אויף די ביז יעצטיגע שיטה.
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך אנשי מערמעלשטיין » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:17 pm

שוין יארן לאנג וואס איך בליק אריין דא און דארט אין מערכת הקאווע שטיבל, יעצט האלט איך איז געקומען די פאסיגע צייט צו אויסקלארן מיין האלז און לופטערען מיינע געפילען און געדאנקען, אנאליזן און אפיניענ"ס אויף די פלאטפארם.
מיר אינטערעסירט הויפזעכטליך חסידישע נייעס און פאליטיק. אויפוואקסנדיג אין שטיב פין א פאליטיקאנט אין די הויף ווי איך געהער.
אנשי מערמעלשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך יחיאל משה » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:19 pm

איך וויל גרינגער ליינען אויף קאווע שטיבל מיט א ניק. מיינע אינטערעסן איז עסן. מיין מצב איז בעסער. יארגאנג 80. חסידות איז ספינקא 18 און סאטמאר 10. איך עסקים אסאך פיש געזונט פאר די הויט
יחיאל משה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 8:29 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך בענדל הויזן » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:29 pm

איך בין א רעבישע קינד מיט שווארצע זאקן, אבער אויך א שטיקל ליידיגייער, אנטשולדיגט נישט א שטיקל נאר א גרויסע שטיק, אבער עה עס פאסט נישט צו זיצן אין די פאליש פאר א רעביש קינד, עס קען דאך שאדן פאר שידוכים, דערפאר ווען מען זיצט אין די לייבערי כאפט מען א שטיקל בליק אין די קאווע שטיבל, בעיסיקלי איז א רעפעטישן פון די ווארעמע מקוה בור....
בענדל הויזן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 4:09 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך צפון » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:37 pm

איך גוטן.
מיין ניק איז צפון ווייל איך גלייך די ניגון מזרח פון ליפא שמלצר, איך בין א סאטמערע חסיד אבער איך בין נישט אריין געטון אין פאליטיק.
איך גלייך זייער שטארק היסטוריה, איך האף איר וועט אלע הנאה האבן פון מיר.
צפון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:21 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:38 pm

כ׳האב געליינט די ״וועקער״ און איך בין געווארן אנציקט. כ׳האב איינגעזעהן אז יש דברים בגו. ס׳איז נישט סתם א קאווע שטיבל ווי מ׳רעדט שטותים.

איך בין זייער אין וועלטליכע וויסנשאפט און טעאריעס. פיליזאפיע און טעכנאלאגיע. איך זיך און זיך און זיך, איה אמצאיך. איך בין נישט יונג. מיין שאיפות איז צו זיין די מערסטע וואס איך קען ולדבקה בו.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

הודעהדורך ר' זעקל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:39 pm

איך בין א יונגערמאן איך enjoy צי פארברענגען, i'm a proud סאטמערע uta gratitude, מיין פלאן איז צי טוישען די וועלט וואס נאך איז נייעס? מיין טאלאנט איז צי גיין ליידיג i'm a expert in it
ר' זעקל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:54 am

חתן בחור האט געשריבן:כ׳האב געליינט די ״וועקער״ און איך בין געווארן אנציקט. כ׳האב איינגעזעהן אז יש דברים בגו....

זיי דיך בעסער מסביר וויאזוי זעסטו איין אזעלכע זאכן?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2106
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:55 am

חיים יואל האט געשריבן:איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.

טערעסאנט, איך בין פונקט פארקערט.

איך לעב מיט נייעס און איך האב ליב דעם בורא כל עולמים...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2106
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 5:39 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.

טערעסאנט, איך בין פונקט פארקערט.

איך לעב מיט נייעס און איך האב ליב דעם בורא כל עולמים...


און וואס איז מיט די סושי און וויסקי?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2984 מאל

הודעהדורך איטשע רוב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:06 pm

יונגערמאן וואס אינטערסאנט ביי די גאנצע סוגיא פון לב טהור און אויך פון א אינטערסאנטע זאכן איך וייס אסאך חסידישע דעות און חילוקים צווישן חסידות'ן און וויל לערנען נאך אוף די סארט פון א פרומע קהילות אזוי וי לב טהור און נאך
איך זעה אז דא סאיז דא אסאך ידיעות פון לב טהור מער פון אנדערע ועבסייטס און בין ליינסט בקביעות וואס שטייט דא אוף דעם
איטשע רוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 5:38 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך מיט א ריכטיגע בליק » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:57 pm

עס איז דא עס איז דא זייער שיינע ארטיקלען אין נישט קינדישע ארטיקלען מען לאט יעדען זאגן זיין מיינונג. מען האלטס זיך יעדער אױפען טאפיק. אין בכלל די שרײבערס דא זענען העכסט פארפעסינאל. אין מען רעדט פין אלע זאכען פין היסטאריע ביז װאס נישט. ביטע אפראװאד מיךזייער שיינע ארטיקלען אין נישט קינדישע ארטיקלען מען לאט יעדען זאגן זיין מיינונג
מיט א ריכטיגע בליק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך נאך איינער » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:05 pm

איך בין א יונגערמאן וואס איז אינטרעסירט צו פארברענגען אויף א מכובד'יגע אופן פארשידענע ענינים אינאיינעם מיט אנדערע חברים דא אין קאווע שטיבל.
איך זוך תוכן (=קאווע, אבער א גשמאקע) מיט א גוטן טעם(=צוקער, אכטונג נישט פארטוישן מיט די זאלץ...), אידישע היימישע ווארעמקייט (אבער נישט צו ברוהעדיג!), און הארת פנים צו יעדן מענטש (="טוב המלבין שיניים לחבירו יותר ממשקהו חלב", זעהן זיין ליבלעך און זיס, און חלילה נישט זויהער).
אה, ס'איז דאך ממש א מחיה!
נאך איינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך חיים_לייבעלע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:06 pm

צופיל זאכן ווערן דא געשריבן, וואס איך שפיר אז איך האב וואס מוסיף צו זיין, צולייגן, אינפארמירן. איך שפיר מיר ווי א סופער לוזער ווען איך האב וואס צו זאגן, איך קען מיטטיילן מיינע אינפא, מיינונג, אא"וו, און איך קען נישט הייבן מיין קול ווייל איך בין נישט קיין מעמבער דא.
חיים_לייבעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך עומק הנפש » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:07 pm

I'm a young guy who is not actually interest to be involve in conflicts or in conversations but i want to "feel" apart of these amazing forum . I'm usually a reserved Person. but to give a like for other would be a great pleasure for me
עומק הנפש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:54 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך אמאל אראפ אמאל ארויף » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:23 pm

א איד ווי אלע אידען האלט זיך פאר א שטארקע פארשטייער א טראמפ שטיצער פון מאל צו מאל ווען עס גייט איהם גוט פארשטייצעך האט ליב יעדער איד און פיינט יעדע דעמעקראט א שטארקע כל בו בנוגע חסידות פירט א מערכה מיט פייק נייעס
אמאל אראפ אמאל ארויף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך שטריימלגייער » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:24 pm

ליינען און ענטפערן און שמועסן. מיטהאלטן און זיך באטייליגן. נישט קיין ספעציעילן שרייבער אדער ליינער. איך עקספעקט נישט פון מיר קיין איינס. אבער איין פיס פארנט פון צוויייטן
שטריימלגייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 12:21 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך שלאף רבי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:24 pm

איך בין א חסידישע יונגערמאן איך גלייך זייער די שמועסן דא און איך וויל זיין א חלק און הנאה האבן
איך האף אם ירצה השם אויך מהנה זיין אנדערע צו צוגעבן דא לויט מיינע מעגליכקייטן יישר כח
שלאף רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:30 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך קל לראש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:25 pm

דא הייסט א מקום וואס מען לאזט יעדעם רעדן - פארשטייט זיך מיט הגבלות - ווייל מיר זענען מוגבל בקדושה אין יעדע הינזיכט פון לעבן. אשרינו מה טוב חלקינו. זאל גאט ב"ה גיבן אז יתקדש שמו על ידינו, הרחמן הוא יתפאר בנו לעד ונצח נצחים ויתהדר בנו לעד ולעולמי עולמים.
קל לראש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:46 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך כניאק » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:26 pm

א חסידישער יונגערמאן, איך האב נישט אסאך וואס צו צוגעגעבן צו אזעלכע לייבן, איך וויל קענען קאמענטירן פון צייט צו צייט, און אויך קענען האלטן חשבון פון וואס איך האב שוין געלייענט.
כניאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך אור האמת » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:27 pm

אין אזא עולם השקר שיינט א ליכט וואס הייסט קאווע שטיבל און יעדער איינער וואס זיכט דער אמת טרעפט זיך די פלאץ דא, איך האף אז עס וועט ווייטער בלייבן אזוי ביז משיח'ס טאג. אמן
אור האמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך יעקב זעהר » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:27 pm

איך בין א יונגערמאן מיט אסאך אומקלארע אוסקוקן וואס איך האלט אז עס וואלט מיר קלארער געווארן טין היבש אסאך ענינים ווען איך זאל ווען אביסל ארום שפאצירן דא אין קאווע שטיבל און זעהן נאך כאראקטערס און אייגנשאפטן פון נאך אפאר אידן זיך אדוירך שמועסן וכדו'
יעקב זעהר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:58 pm

דאס איז אלץ איינער, אדער איז דאס צוויי?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2710
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

הודעהדורך משה משה דוב » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:57 pm

א באזוכער בין איך שוין גאר א לאנגע צייט. יעצט האלט איך איז געקומען די צייט איך זאל אויך קענען אריינווארפן מיין צווויי-סענס אינעם שטיבל. איך אנגעהער צו קהל יראי השם ד'קארלסבורג בראשות הגה"ק בעל עמק התשובה שליט"א לאויש"ט, אבער בדעתי הקטן בין חולק אויף די התמנות פין בנו הרה"ג רבי משה שליט"א אלץ רב הצעיר.
משה משה דוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך עובד ה' » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:59 pm

העלפן מענטשן באקומען א געשמאקע פרייליכע און ערפילטע לעבן צוזאמען מיט זייער ווייב, וואס האלט אין איין ווערן בעסער און בעסער. ווייל ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך נישט געוואוסט וואס מעג איך יא טוהן, און וואס נישט. וואס איז גוט פאר מיך צו טוהן, וואס נישט. ווען זאל איך יא נאכגעבן פאר מיין גוף, ווען נישט. וואס איז א מצוה, וואס איז אן עבירה? ווען איז עס א מצוה, ווען איז עס אן עבירה? וואס קען איך יא זאגן פאר מיין ווייב, וואס נישט? מיט וואס דארף איך מיך שעמען און איר נישט דערציילן, וואס זאל איך איר יא דערציילן. וועלכע זאכן זאל איך בעטן אז איך זאל עס באקומען און וועלכע זאכן זאל איך נישט בעטן ווייל איך וועל נאר ערגער מאכן. אפגערעדט וואס איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי צו ווערן דער בעה"ב אין שטוב. ווי אזוי צו באקומען וואס איך וויל, ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי אזוי קלער איך איר אויף, ווי אזוי בין איך איר מסביר א זאך אז זי זאל עס פארשטיין? ווי אזוי מאך איך איר אונטרעסירט אין די זאכן וואס אונטרעסירט מיך? ווי אזוי באקום איך "אלע" מיינע באדערפענישן פון שטוב, פון מיין ווייב. ווי אזוי? ווי אזוי? נאך דעם ווי אזוי ווייס איך וואס זי וויל??? ווי אזוי מאך איך איר פרייליך??? ווי אזוי ווער איך געוואר?????? פארוואס זאגט זי מיך נישט וואס זי וויל? וואס גייט איר מאכן פרייליך? איך גיי עס שוין טוהן! און אוודאי האב איך געהאט אסאך הלכה שאלות איבערן קאפ. איך האב נישט געוואוסט וועלכע שאלה מעג איך יא פרעגן, און וועלכע שאלה מעג איך נישט פרעגן. וועמען זאל איך פרעגן? אפשר ווען איך גיי פרעגן וועט מען מיך אנקוקן ווי א שגץ ח"ו. איך האב מיך ממש נישט געוואוסט ווי אהין צוטוהן. איך בין געווען פיל מיט ספיקות, שריט און טריט. אבער איך קען פארשטיין אז מען קען פרעגן א שאלה, וואס הייסט? מען לערענט דאך אלעס אויס פאר די חתונה? ווייסטו וואס מיינט אלעס? האסטו שוין געהערט דער ווארט אלעס? מען לערענט אלעס אויס? אבער, וואס מיינט אלעס? וויפיל ספיקות קענסטו דיך אראפשרייבן, וואס איז זיך אונטערגעקומען, נאכדעם אזוי גערופנער אלעס וואס מען האט דיך אויסגעלערענט? און דו ווייסט נישט צו מען מעג אפילו פרעגן די שאלות, אדער ווייסטו נישט וועם צו פרעגן, ווייל וועם דו האסט נאר געפרעגט, האט מען דיך נישט געגעבן א קלארא ענטפער? איי מען האט דאך דיך אלעס אויסגעלערענט? אדער איז דאס נישט פון דעם אלעס, נאר דאס איז מער ווי אלעס?.......................... איך האב נישט פארשטאנען..
דעריבער האב איך אנגעפאנגען זיכן און נישטערן. איך האב מיך גענומען לערנען מער גמרות און מער הלכות פון שלחן ערוך, איך האב גענומען הוראה און שימוש חכמים ביי גדולי ישראל. איך האב מיך גענומען זיכן און פארשטן, איך האב געהערט סידי'ס אויף אלע עניני הבית, איך האב געליינט אסאך אויף עניני הבית, איך האב אלעס פראבירט. איך האב געזוכט מענטשן וואס......... איך בין ארים געגאנגען צו רבנים - אין ארץ ישראל, אמעריקא און קאנאדא. איך האב געלערענט וואס איך דארף וויסן צו מאכן א טויש אין מיין שטוב! (מעג מען טאקע?)
יא, ב"ה איך האב געטראפן דעם סוד. איך האב געטוישט מיין גאנצע לעבן צו אן אמת'ע געשמאקע לעבן. איך האב מיך קיינמאל נישט געחלומט אז א מענטש קען אנקומען צו אזא געשמאקייט. דער געשמאקע לעבן וואס איך האב יעצט באקומען ווערט געשמאקער און געשמאקער פון טאג צו טאג.
עובד ה'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:01 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט