א גוט יאר, איך בין נישט קיין ניי געקומענער דאהי, נאר מחמת קושי השעבוד איז מיין פריערדיגער קאנטע מער נישט נוצבאר. אין בבלי שטייט בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, איך פרוביר צו לעבן אז בדרך שמוליכין אותו האדם רוצה לילך. בעצם וויל איך שטארק טרעפן צייט צו שרייבן ונראה מה יהיו חלומותיו.
איד ווייל מיין זיידע אברהם איז געווען איד, איך לעב וועגען נח איז געווען אין די תיבה, און אמעריקע וועגן די רבי וואוינט דא, מיין קאר האט פארד געמאכט, איך דאווען צו די אונער פין די ינעווערס
איך האב זייער הנאה צו פארשטיין זאכן קלאר.מענטשען גלייכען זייער ווען איך פרעג אדער ווען איך לייג צו מיינע הגהות.איך האף אז אלע וועלען הנאה האבן אין ציזאמען קלארער ווערען איו סיי וועלכע נושא וואס איך וועל פרעגען אדער געבן מיינע הגהות.א דאנק!
pushita yid. A cheilek elokei mimaal. With a tzelem elokim. Trying to be kind to everyone and bring up a smile on your face. That's what I try to do but the the problem is that there is a yetzer hora win fight's with us and we have to win the fight. So who I am? I'm a Jew who wants the be the winner and make a nachas riach to the borei oilom.
איך בין א מלמד, א אידישיסט, א טאטע, א שמועסער וואס האב חשק זיך צו לערנען מער. עטלעכע חדשים האב איך געלעיינט אשכולות מיט גרויס הנאה אויף קאווע שטיבל. איצט טראכט איך אז עס וועט זיין א גוטער זאך צו באקומען א טייל פון די שרייבערס. אין מיין טאג-טעגליכער סביבה איז צום באדויערן כמעט ניט קיין אידיש-רעדענדיקע...
איך גלייך אידיש ליינען און שרייבן, כאטש איך בין נישט דער בעסטער שרייבער - מילד גערעדט - האף איך אז איך וועל קענען עפעס צושטייער געבן פאר דעם הערליכן פארום.
א גוטן טייערע קאווע טרינקערס. איך בין ניי דא, איך האף זיך צו געפונען דאס פלאץ. איך בין ליבערטעריען געשטימט פאליטיש, א דעזיינער פון פאך. בשיטה האלט איך אז א הונדערט זעכציג כאראקטער מינימום איז אביסל צו לאנג.
איך בין שוין אן אלטער ליינער דא אויף ק"ש, שוין א לענגערע צייט וויל איך מיר איינשרייבן אבער לא איסתייע מילתא, כוויל קענען אריינרעדן אין דברים העומדים על הפרק. מיט דאנק פון פאראויס פאר אייער ווארימע אויפנאמע
עס קיקט מיר אויס צי זיין א זייער גיטע אין אויסגעהלטנע פלאץ ווי מען קען הנאה האבן אין פרייע צייטען על טהרות הקודש אין מען וועט פראבירן צי ראגירן מיט מיינע צוויי סענטס חוות דעת קודשי
זוך צו זאמעלען קאראנטע ידיעות טיפע געדאנקען מיטטטילען אינפארמאציע... בקיצור א קאווע שטיבעל . איך בין א בן תורה אבער גלייכט צו פאברענגען מיט אנשי מדע ושכל פערזאנען מיט א טיפערען טראכט און זאגען די אייגענע מיינונג אן זיין געבונדען צו שעבודי הסביבה
הערן דיין מיינונג אין לאזן הערן מיין מיינונג איך ווייס נישט וואס ענק ווילען וויפיל נאך דארף איך שרייבן גייטס מיר אראפ פון די הנער אויג און לאזטס שוין אפ אבער זאפארט
אלס איינער וואס האט הנאה צו קונה זיין נאך און נאך ידיעות (און הערן און זעהן אן אנדערענס דעה און פארשטייט זיך זאגן זיין אייגנס און זיך קריגן מיט יענעמס) איז 'קאווע שטיבל' די בעסטע אדרעס. פרופייל: חתן הארט פארן חתונה, גרויסע יחסן פון אלע זייטן בא''ב להש''ך און פון באוואוסטע גדולי פולין און נו''נ לחסידים ואנשי מעשה מאונגארן, חסיד הדבוק בדרך הבעש''ט נ''ע ומקושר בלו''נ צום הייליגע בעלזער רב שליט''א, כעת וואוינט און עמריק''ה און בקרוב און ארצינו הקדושה ת''ו, גלייך זייער חסידישע יחוס סיפורים מאז ומקדם ומהיום והלאה, היסטאריע, און אלע תוכן'פולע נושאים און מערכות (און תורת החסידות ספרי תלמידי הבעשה''ק וכיו''ב תורת חב''ד וכל המהלכים והשיטות) . ''שאיפה'': צו זיין א אמת'דיגן ערליכען איד און מאכן א נחת רוח להבוית''ש, און ולפרסם ולקדש שמו הגדול בעולם און ביי יעדע נפש מישראל באשר הוא שם, המצפה מיט גרויס געגעים להגאולה השלימה ביאת מלך המשיח כשיקויים הפסוק ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.