בלאט 103 פון 209

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 2:27 am
דורך קאצקע ציקער
ממש רוב וואס שרייבן זיך איין שרייבן ניטאמאל!!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 2:49 am
דורך פאליטיקאנט
און לייקן אויך נישט......

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 7:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאצקע ציקער האט געשריבן:ממש רוב וואס שרייבן זיך איין שרייבן ניטאמאל!!

איך מיין אז עס עגזיזטירט אזא מיתוס אין גאס אז פאר די איינגעשריבענע ניקס איז דא אסאך שמוץ און טינופת אויף קאוועשטיבעל, און מענטשן סיינן אריין דאס צו באקומען. נאך א פאר מאל פראבירן, ווערן זיי געוואויר אז עס איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט פאר יענער חלק פון גוף, און זיי לויפן צוריק צו זייער פריערדיגע קוואלן פון קוואליטי עבירות.
איך פלעג האבן א פארשלאפענע ניק אויך אייוועלט און אין אישי האב איך אזוי געהערט פון זיי

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:20 pm
דורך הערשי פאגעל
איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר צען יאר איך האב זייער הנאה פון די אוויר אויפן סייט.
לעצטנס האב איך באקומען אן אינטערעסע צו אריינרעדן אין די שמועסן, און איך פיל אז איך האב אסאך צוצוגעבן.

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:20 pm
דורך פייסיס
א וואוילער יודעלע, א שומר שבת און שומר תורה, א עושה מלאכתו ברמיה, מיט'ן גאנצן כח און מח, ממש נאר לעשות נחת רוח

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:21 pm
דורך פאלם טרי
נאכן האבן געווען א לאנג יעריגער ליינער, שפיר איך אז עס איז דא געוויסע נושאים וואס איך שפיר גענוג באקוועם אריין צו רעדן, בפרט אין די מהלך החיים פונעם חרדישן לעבנסשטייגער

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:22 pm
דורך וישא משלו
סידעך באקאנט פון... מ'זאגט נאך אז... ס'ווערט געברענגט - "פון פריערדיגע נאך..." - באנג באנג באנג! העלאאאו?!... וועק דיך אויף פון עולם החלומות! קריך ארויס פון חלל הדמיונות! אטעם אריין אביסל אייגן פארדינטע לופט! געב ארויס דיין אינערליכע הרגש און טאלאנט! פינטל.

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:23 pm
דורך פייפעריי
אסאך מאל ווערן געשריבן זאכן וואס מען קען נישט אזוי סתם אדוירך לאזן. וועל איך פראבירן פון צייט צו צייט אריין צו ווארפן מיינע צוויי צענט. אויך בין איך נישט די בעסטע שרייבער, אפשר וועט דאס מיר אביסל אויס לערנען. א גרויסן דאנק

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:23 pm
דורך שיק יונגל
אייביג פרייליך. לויפט מיט'ן שוואונג. איך האב מיך נישט עכט ארויס! מעגליך בין א מגולגל פון א שוטה? איך פרוביא אנצופילן די שורות פון דערציילט איבער אייך.............

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:27 pm
דורך חיים שמייסער
Yingerman from boro park. Do not belong to any specific chasiddus. I like to mostly read & sometimes comment on articles

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:27 pm
דורך חבקוק
מקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:28 pm
דורך Leibideg
א לעבעדיגער איגערמאן וואס זיכעט חברים און גיטע פריינט מיט וועמען צו פארברענגען און צו שמיסען אין אינטערעסאנטע נושאים. איך האב שטארק הנאה פון די ליין מאטריאל דא אין שטיבעל, און איך שרייב מיך איין אויף צו קענען מיטהאלטען די שמיסען.

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:29 pm
דורך סדרן
שלום עליכם אלע נייע מעמבערס.
מאכטס ענק באקוועם, און לאזטס ענק הערן!

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 10:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חבקוק האט געשריבן:מקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע

אויב יישוב ארץ ישראל איז א מצווה איז עס א חלק פון די "תורותיה", נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 11:15 pm
דורך כרם זית
בא חבקוק והעמידה על אחת. וצדיק בארץ הקודש יחיה!...
שלום עליכם!

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 11:40 pm
דורך הערשי פאגעל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:מקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע

אויב יישוב ארץ ישראל איז א מצווה איז עס א חלק פון די "תורותיה", נישט אזוי?


לאל, מ'ווערט אבער נישט אויס אומה מיטן עובר זיין אויף איין מצווה.

קיינמאל פארשטאנען דעם רס"ג, א פאלק ווערט פארמירט דורך איר געאגראפיע נישט דורך איר געזעצן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2020 4:42 am
דורך חבקוק
מקען לערנען אז עס איז א מצווה כפשוטו אין אזוי האט די רס'ג געלערנט איז לויט דעם טאמער מאיז פארטריבן געווארן פון דארט איז עס אזוי ווי א מלך שלא במקומו א מלך בלייבט ער אבער סאיז נישט מיט די גאנצע מלוכה ישוב אר"י אוודאי בלייבט עס א מצווה אבער סאיז נישט די יסוד פון 'תורותיה' סאיז פשוט נאך א רינגל אינעם קייט משא"כ לויטן רמב"ן איז דעיס די יסוד פון אלעם אין טאמער דאס איז נישט דא פעלט אלעס אין מלך בלא עם..

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2020 4:44 am
דורך חבקוק
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:מקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע

אויב יישוב ארץ ישראל איז א מצווה איז עס א חלק פון די "תורותיה", נישט אזוי?
.

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 9:33 am
דורך טיכטיגער
טיכטיגער, א פשוט'ער אידל וועלכער גלייכט צו ליינען און שרייבן. אין לויף פון די לעצטערע יארן האב איך אסאך מאל באזוכט דא אין שטיבל, אבער כ'האב מיך קיינמאל נישט איינגעשריבן. אצינד האב איך באשלאסן אוועקצושטופן דעם פוילקייט, און זיך איינמאל פאר אלעמאל רעגיסטרירן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 9:34 am
דורך יוחנן
איך זיץ שוין דא א שטיק צייט, דורכגעאקערט און די לאנגע נעכט העמק דבר/ געזעלשאפט/ תורה און מחשבה, און איך שפיר אז ס'איז שוין געקומען די צייט פאר א ניק צו שרייבן עפעס אויך

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 9:36 am
דורך א רוז'ינער
מלערנט די הייליגער תורה, שפילט אביסעלע מוזיק, וואס נאך זאל איך זאגן? א רבישע אייניקל.
אע דרשו איד. א דף היומי איד. וואס נאך? א יחסן, אינג, נישט אלט.
אין אדם מישראל שאין לו שם צדיק באיזה דבר. כל ישראל יש להם חלק בעוה"ב. דער הייליגער אהבת ישראל האט אמאהל געזאגט מוטב שיכשל מאה פעמים בהאבת ישראל חנם משיכשל פעם אחד בשנאת ישראל חנם!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 8:03 pm
דורך דוראק
berlbalaguleh האט געשריבן:
דוראק האט געשריבן:אַ איד ווי אַלע אידן. איך רעד אידיש פון דער היים, און איך האָב שוין איבערגעזעצט עטליכע ביכער/העפטלעך אויף אידיש.

איך פאַראינטערעסיר זיך מיט שפּראַך און דיאַלעקט פאָרשונג, ווי אויך מיט אידישע געשיכטע, און בכלל אידישע זאַכן.

שלום עליכם הרב דוראק: איך האף אז דו ווייסט וואס דער טייטש פון דעם ווארט דוראק מיינט אין א געוויסע שפראך.

אויך. דו זאגסט אז דו האסט שוין איבערגעזעצט עטליכע העפטעלעך אויף די אידישע שפראך. איז מיין שאלה. פון וועלכע שפראך...?!

ועוד. איך האב אויך זייער שטארק ליעב צו געפונען דעם מקור און שורש פון ווערטער אין עטליכע שפראכן. אידיש. ענגליש. ספאניש...!

אויך האף איך אז אונז וועללן אי"ה האבן א סאך וואס צו שמועסן...!

איך האָב איבערגעזעצט פון פאַרשידענע שפּראַכן, אַרײנגערעכנט אויך יענע שפּראַך אין וועלכער דוראַק מיינט...

איך האָף אַזוי אויך!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 9:46 pm
דורך פאליטיקאנט
יעצט קומט ארויס מיט'ן פשט פון דוראק אין יענע שפראך?