בלאט 140 פון 209

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 8:49 pm
דורך טראפעלע
א קליין מענטשלע אינעם ריזן וועלט, זוכט רואיגקייט און מנוחה
איך דריי מיך שוין א שטיק צייט דא, האמער באשלאסן צו עפענען א ניק צו קענען שרייבן ווען נויטיג.
כ'האף צו צוגעבן עפעס צום פלאץ.
לחיים

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 8:45 am
דורך מיינע מחשבות
מיינע מחשבות און געדאנקען וויל איך פובליצירן און דיסקוסירן, צו ווערן קלאר און קלאר מאכן אנדערע. צו. הנאה האבן און ברענגען הנאה פאר אנדערע. צו לערנען און צו אויסלערנען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 8:46 am
דורך שלפרמ
איך בין נייגעריג אין איך האף קלוגער צו ווערן דורעך ליינען וואס די חשובע שרייבער שרייבן אין אלע אשכולותסיי אין מחשבה סיי אין היסטאריע [איך וועל איך ליינען אביטל נייעס אויפן זייט]

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:59 am
דורך גאמי
א היימישער גאמי(ווער ס'פארשטייט פארשטייט) אן אויפגעקלערטער זאלי צום גוטן אוהב חכמה ומדע ומשמעות החיים שונא הבאקס והאסאסייעטי בלע"ז
Strong supporter of Ben schapiro andrew tate mat Walsh Jordan Peterson etc

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:00 am
דורך רבי חייקל
א גיטן צו אייך טייערע ליינער ווער איך בין דארף פאר קיינעם נישט דערציילן איך בין ר' חייקל פין די מעשה ביכלעך אין איך האב געטראפן די פלאץ צו ארויף קימען אין אויסדריקן מיין דאנק אין אז איך האב נישט וואס צו שרייבן וואס זאל איך שרייבן ?

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:00 am
דורך Au-Mountains
איך בין פון בארא פארק, מיין משפחה געהערט אין סאטמאר. איך סטודיר סייענס, בפרט אין ערטער פון בייאלאגיע, פיזיקס, מטימאטיקס, פסיכאלאגיע, און פאליטיקס. איך בין ״אפגעפארען״ אבער נישט קיין ליידיגייער. איך קען לערנען נאך פון גירסי דינקוסי…

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:24 am
דורך מצפצף
גאמי האט געשריבן:א היימישער גאמי(ווער ס'פארשטייט פארשטייט) אן אויפגעקלערטער זאלי צום גוטן אוהב חכמה ומדע ומשמעות החיים שונא הבאקס והאסאסייעטי בלע"ז
Strong supporter of Ben schapiro andrew tate mat Walsh Jordan Peterson etc
דאס איז נישט קיין אויפגעקלערטע זאלי, just a typical זאלי...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:24 am
דורך צוזאמגעדרייט
גאמי האט געשריבן:א היימישער גאמי(ווער ס'פארשטייט פארשטייט)
און ווער נישט, נישט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:59 pm
דורך אינטיליגענטער
שלום עליכם פון "יענע וועלט" נאכדעם וואס איך בין צוריק געקומען צום "קאווע שטיבל",
נאכן כאפן דאס פליקל פון דעם מלאך'ל ביים מקום העתיד לצמוח גרויסע וואנצעס האב איך פארגעסן וואס איז געווען מיין ניקליכער נאמען אין קאווע שטיבל ביים פריעדיקן גילגול,
(די סוד דערציילט נישט דעם מלאכ'ל, איינמאל כהאב געזען אז ער "הייבט הענט", האב איך מיטגעשפילט מיט אים אז איך האב עכט פארגעסן דעם אלטן ניק'ל, אבער בעצם געדענק איך עס יא, אבער מחמת הסכנה פון א פרישן פליק'ל וועט מען נישט דערציילן די סוד פון די ניק'ל)
וועט דער עולם וואדע פרעגן ,"מה נעשה בדינך"? וואס טוט זעך דארט אין יענע עולם?
איך וועלט דערציילן מיט גאט'ס הילף, איך האב גענוג און נאך צו שרייבן, מען וועט דאס ליפערען צוביסלעכווייז
---

די ערשטע שאלה פרעגט מען תיכף ביים פראבירן צום מגולגל ווערן פון פריש:
* פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל?
א פראבלעם מיטן "כח המעצר", יא צו א לאנגע צייט נישט געשריבן, און דע כרס איז געווארן איבערגעפולט מיט סחורה (פון א שיינע פאר יאר!) וועלכע האבן געדראעט דעם וואוילזיין פון דעם כרס.

*און/אדער אייערע אינטערעסן?
זיך אויסצוגיבן פון פריש מיינע דיעות סברות און נאך אסאך ועוד

*מצב
א זיידע צו אפאר אייניקלעך זאלן לעבן

*יארגאנג
כהאב נאך אלע צאן ב"ה, כגיי נאך שטעקנלאז, די בארד איז נאכנישט אינגאנצן ווייס

*חסידות
היימיש געמאכט

*טאלאנטן
"טויג אויף כפרות" (שמעתי כוכמ"פ מפיה הקדושה של הרבנית תליט"א)

*שאיפות
עין יעקב, משניות, לעקח מיט אלד וויליאמסבורג

*פלענער
צו מאריך ימים זיין רוהיגערהייט

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:00 pm
דורך חיים רחמים גרינפעלד
בס"ד

שלוֹם עליכם,

כ'בין אפשר א שטיקל אזרח דאָ ווען ס'קומט צו לייענען, אָבער כ'האָב אייביג מוֹרא געהאַט צו שרייבן. כ'האָב לעצטנס ב"ה דורכגעמאַכט מאַטעמאַטיק און פיזיק קלאַסן בלויז א דאַנק דעם פרישן סיום מסכת וואָס דער לעגענדאַרער @מי אני מאַכט דאָ פּער שני וחמישי. אויב קען איך מיך איינשרייבן וועל איך בעזהשי"ת קענען אָפּגעבן די פאַרדינטע לייקס פאַר מורי ורבי.

כ'האָב געהאַט געמאַכט א נדר זיך צו רעגיסטרירן אויף "קאַווע־שטיבל" ווי נאָר כ'טרעף ביי מיר אין באָרד א מנין בלאַסע האָר. ליידער בין איך צוליב א טעם הכּמוס נישט אָנגעקומען צו מאַכן התּרת נדרים ערב ראש־השנה, און צוליב אָ. סי. די. שפּיר איך נישט הונדערט פּראָצענט באַקוועם זיך גענצליך צו פאַרלאָזן אויפן כּל־נדרי.

אויב זאָל מיין אַפּליקאַציע אַקצעפּטירט ווערן, דאַן האָף איך זיך צו קענען ווייטער ווייקן דאָ אין שטיבל נישט בלויז ללמוד, נאָר אויך ללמד.

הקטן,

חיים רחמים בן שושנה סאָשע

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:02 pm
דורך חיים הלוי
שלום! שהחיינו מען שרייבט זיך איין אין כולל המציונים קאווע שטיבל איך האף מען וועט מיר מקרב זיין און פארברענגן אינאיינעם - קנה לך חבר - חכמה ונאליטש עקספיריענס - תורה וקיום מצוות - שלום בית - חינוך

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:03 pm
דורך שעפטאל
איך בין א פאסטוך, איך פאשע די שאף פון מיין טאטע, אסאך מאל פיל איך מיר זייער איינזאם זיצענדיג אויף א שטיין ביים אנהייב וועלד'ל מיט די ציגן, צווישן איין ניגון און די אנדערע וואס איך שפיל מיר אויף מיין פייפעראל קום איך אהער, הערן אביסאל נייעס,

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:03 pm
דורך צדיק הדור
איך וויל שרייבען אין קאמענטירען דא אין דארט ביזדערווייל האב איך נישט עפעס ספעציעל אין מיינד, איך בין אויפגעוואקסען אין סאטמאר אבער איך באלאנג נישט אין ערגעץ

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:04 pm
דורך nash
I like to Gather information from public forms like kave Shtiebel and ivelt, I live in Bora park and work for a company with more then 10 people

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:05 pm
דורך געהויבענע איד
נאכן זיך דרייען דא פאר א לענגערע צייט אלץ א גאסט האב איך מחליט געווען צו ווערן א חלק אינעם געזעלשאפט
האב איך געדרוקט די זיך איינשרייבן קנעפל אין אנגעהויבן אויספילן די פרטים

שוין !!!
נאך עפעס?

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:06 pm
דורך קאודוואן
עס קוקט אויך אינטערעסאנטע חומר פון אלס און אלעמען וואס מען קען זיך אויסלופטערן און צונויף שמועסן מיט אנדערע באנוצער. איך גלייך טעכנעלאגיע מיט וואס איך באשעפטיג זיך דורכ'ן טאג און סתם אזוי גוטע ווערטער

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:06 pm
דורך משי
איך בין א חסידישע ערליכע יונרמאן א אויפגעקלערטע סאטמארע חסיד וואס האט ליב צו פארברענגען מיט היימישע חברים אינאיינעם און צו הערן געדאנקען פון אלע סארט יודען ארום און ארום

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:07 pm
דורך הער פיטער
א פלעינע אינגערמאן. וואס איז bored פין אייוועלטס צענזור אין ברויכט א רוהיג ווינקל זיך אויסצוליפטערן. אין לאמיר האפן אז כוועל עפעס אויפטוען אין בעסער מאכן פאר אנדערע מענטשן

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 10:08 pm
דורך ליימדארפער
נולד – תרכ"ו, למד בבית מדרש הרבנים בברעסלוי, והשתלם במדעים בהאונברסיטה, וקיבל תואר ד"ר לפילסופיא, ובשנת תר"נ נתקבל לרב ומטיף בעיר וויילבורג, ובשנת תרנ"ג בעיר הילדעסהיים הנ"ל, נדפסו מאתו הספרים האלה: א) "הפילסופיא הדתית בימי יוסף פלאוויאס (יוסיפון). ב) "תולדת הרב ר' שמואל האממעלק הרב דעיר הילדעסהיים". ג) קורות העיר הילדעסהיים.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 2:10 pm
דורך שעפטאל
איך מיין מען ברויך אויפנעמען די פרישע טשוטשיק'ס מיט א לייק, זיי זאלן זיך פילן מער וועלקאם, סאיז נישט שיין ס'קומט אריין א פרישע אורח אין שטיב'ל און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווער וויסט וואסערע אוצרות ליגן באהאלטן און די פרישע פשוט'ה אויסזעענדע ניקס, זיי באקומען אזא קאלטע אויפנאמע פארגייט זיי די אפעטיט צו שרייבן, מען דארף זיך וויסענדיג מאכן פון זיי, געבן א לייק, קאמענטירן אויף זייער נאמען, און פארטיג,
נישט אזוי?

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 2:49 pm
דורך מתבודד
שעפטאל האט געשריבן: נישט אזוי?
ניין.

80-90 פראצענט פון ניקס וואס שרייבן זיך דא איין האבן נישט (עכ"פ ערנסט) בדעה צו שרייבן דא, איינמאל זיי מאכן א אתערותא דלתתא און פאנגן אן שרייבן מער דאן קומט זיך זיי שוין אנערקענונג.

נ.ב. לגבי אימאמאטהער וואלט איך יא אפלייעט דיין געדאנק...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:03 pm
דורך שעפטאל
פינקט פארקערט, וועגן מנעמט זיי נישט אויף שיין, וועגן דעם שרייבן זיי נישט, זיי פילן ווי קיינער דארף זיי נישט האבן!!!

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:31 pm
דורך ששון ושמחה
שעפטאל האט געשריבן:איך מיין מען ברויך אויפנעמען די פרישע טשוטשיק'ס מיט א לייק, זיי זאלן זיך פילן מער וועלקאם, סאיז נישט שיין ס'קומט אריין א פרישע אורח אין שטיב'ל און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווער וויסט וואסערע אוצרות ליגן באהאלטן און די פרישע פשוט'ה אויסזעענדע ניקס, זיי באקומען אזא קאלטע אויפנאמע פארגייט זיי די אפעטיט צו שרייבן, מען דארף זיך וויסענדיג מאכן פון זיי, געבן א לייק, קאמענטירן אויף זייער נאמען, און פארטיג,
נישט אזוי?
געווענליך אויב איינער שרייבט עפעס מער ווי אפאר טריקענע ווערטער וועט ער באקומען א לייק.