בלאט 4 פון 209

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:23 pm
דורך פלאוויוס
באשלאסן צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל נאכדעם וואס מיר איז אומעטיג געווארן צו רעדן נאר צו זיך אליין. די רעפוטאציע פונעם קאווע שטיבל האט מיך באוואויגן עס אונטערצוזוכן, און אויס באגייסטערונג האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן. קיין סך צייט צו שרייבן האב איך נישט, אבער איך וועל פרובירן דאס בעסטע פון מיין זייט צו נעמען א טייל אין דעם איינציגן אפנהארציגן חסידישן דיאלאג פון אונזער צייט...

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:28 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם [tag]איךלעבנאך[/tag] און [tag]פלאוויוס[/tag].
נישט אוועקצונמען פון איךלעבנאך , אבער פלאוויוס זעהט אויס צו זיין פיינע נייעס

א דאנק

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 11:54 am
דורך פלאוויוס
א דאנק ראשעקאל פאר דער שיינער אויפנאמע. איך האף אז דיין אפשאצונג אויף מיר איז ריכטיג. איך שרייב נישט אונטער אויף דעם, בכל אופן... ;)

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:07 pm
דורך david11205
איך בין א נייגעריגער מענטש און האט ליב צו אלעס וויסן איך האב שטארק הנאה צו קומען אויף אזא היימישע פלאץ איך פיהל אזוי ווי ביי טאטע אין וויינגארטען

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:08 pm
דורך מילכיג
איך בין א יונגע יונגערמאן. איך וויל זיך אביסל אויסלופטערן און געבן א שמייכל. איך פלאן נישט צו באזוכן צו אפט. שוין לאנג וואס איך באזוך דא און ס'גלוסט מיר שוין אנצוהייבן צו רעאגירן. שוין פינעף און צוואנציג?

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:09 pm
דורך ברוקלין
דערציילן איבער זיך איז נישט גרינג, און קען זיין וועט פאסירן בשעת איך וועל פארוויילן אין אייער געזעלשאפט. פאר יעצט, שלום עליכם!

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:12 pm
דורך משה לייזער
איך האב הנאה צו ליינען די ארטיקלען און אויך וויל איך קענען האבן שייכות מיט די חברים אין פרטי, אויך וויל איך קענען פובליצירן מיין דעה

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:16 pm
דורך איז אזוי
איך האב שוין פון לאנג שטארק הנאה פון די געשמאקער ארטיקלעך, און פיהל איך האב וואס צוצילייגען ועוד, אני חסיד באבוב, 32, בעולם החינוך ונגינה, אבל בלי שום שאיפות להתווכך בפוליטיק

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:17 pm
דורך משה_חי
איך בין א יונגערמאנטשיק
איך האב נישט ליב צו שרייבן איך האב ליב צו ליינען
חוץ אמאל שרייב איך א קליינע תגובה, אבער געווענדליך האלט איך עס ביי מיר...

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:23 pm
דורך ראשעקאל
6 נייע חברה אויף איינמאל!! שלום עליכם!

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:46 pm
דורך לאליפאפ
חוץ פלאוועלע האט נאך קיינער פון די נייע נישט מגיב געווען..

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:56 pm
דורך שעפטל
אלרייט, ס'האבן זיך דא איינגעשריבן חברה מיט זיסע פארשטעלונגן, און דארטן איז עס געבליבן....

יעדער האט שיינערהייט מסביר געווען אז דא און טאקע נאר דא איז זיין פלאץ, און ער האפט און קוויקט צו שרייבן און דערפרייען דעם עולם,

נאאאאאאאאאא חברה, פאנגטס אן

נשלח: מיטוואך יולי 30, 2014 11:59 pm
דורך משבק
א שיינע זאך פון @ישראל און @ראשאקעל ,זענען מקרב אלע נייע

נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:41 am
דורך ישראל קאפקע
משבק האט געשריבן:א שיינע זאך פון @ישראל און @ראשאקעל ,זענען מקרב אלע נייע

וואס קאסט דען א לייק? זה נהנה וזה לא חסר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:24 am
דורך ווייט פיש
איך האב מחליט געווען צו וועלן פארשפרייטען מיינע רעיונות און מחשבות איבער פארשידענע טעמעס וואס קען ארויסהעלפן און צוניצקומען, אדער סתם אזוי זיין אינטערסאנט פאר אנדערע אידן ובפרט פאר די וואס דרייען זיך דא אינעם שטיבל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:25 pm
דורך קאווע טרינקער
ky10950 האט געשריבן:איך קום פון צייט צו צייט באזוכן דעם קאווע שטיבל און אסאך מאל האב איך גוטע / וויכטיגע הארות צו צולייגן ממילא האב איף מיר גענומען די מיה זיך איינצושרייבן אין דעם קאווע שטיבל זייטל

דיין ערשטע הודעה איז טאקע וויכטיג. אז עפעס א מענטש איז אן ארוני.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:17 pm
דורך גילוי אליהו
איך בין דא צו פארברענגען און ארויסגעבן מיינע בויך ווייטאג און געדאנקען. פרעגן און ענפערן...

ווי יעדער דא בין איך בעצם א שטילער יונגערמאן אין זוכט זיך ערגעץ ארויסגעבן..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:18 pm
דורך קאפקעיק
איך בין א אינגערמאן א פאר יאר נאך די חתונה וואס זוכט א ווינקל צי שמועסן און פארברענגען. נאך יארן זיך דרייען דא און זעהן אין די "ווער איז יעצט דא" שורה "איין גאסט" האב איך מחליט געווען: זהו! ווילאנג קען מען זיין א גאסט? איך שרייב מיך איין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:18 pm
דורך אחמד
איך האלט מיך געשמאק, מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר, כ'בין עטוואס אן אויבער-חכם, א גרויסער שרייבער און שטיקל בר בי רב. איי וועט איר פרעגן פארוואס יאך רוף מיך "אחמד", איז דער תירוץ אז איר זאלט האבן וואס צו פרעגן.
איך בין אין א שטיקל דעפרעסיע און איך דארף ערענסט אביסל ליבשאפט. עטס קענטס מיר מקרב זיין אן מורא האבן פון לא תחנם, ווייל כ'בין עכט יא א איד. פינעף און צוואנציג?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם אלע נייע, וועלקאם טו די קלאב, יעדער קען דא באקומען וויפיל ליבשאפט מען וויל, כולנו בני איש אחד אנחנו, טוט אייך אויס די רעקלעך (אויב איר זענט געקומען מיט איינס) און הענגט עס אויף אויף די רעכטע זייט, און לאמיר הערן עפעס שיינע זאכן פון אייך, ווי די פיש פון ים לויפן מיר כאפן יעדע פרישע טראפ.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאטי, איך האב דריי נייע אינגלעך אין מיין קלאס.

רויטעלע, וואס זענען זייערע נעמען?

גילוי אליהו, קאפקעיק, און אחמד.

שוין רויטעלע נחמתני נחמתני, יעצט ביסטו נישט די איינציגסטע מיט א פאני נאמען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:41 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם אלע חשוב'ע נייע מעמבער'ס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:54 pm
דורך שעפטל
היי עווריוואן.

פראוועטס שוין ווייניגער עניוות און לאמיר האבן אויף וואס זיך צו שלאגן.... לעטס גאו, שרייבטס עפעס און כ'גיי גיין פארקערט... רעדי???