פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד

הודעהדורך גבאי » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:38 pm

דער פריוואטער פארום מאחורי הפרגוד מיט זיינע נאנט צו 500 אשכולות איז א געוואלדיגע הילף פאר אונזערע חברים און איז באמת א שטאלץ אז מ'קען אנהאלטן דעם פראיעקט שוין עטליכע יאר, און עס זאל זיין הן גאר פראקטיש און הן אויסגעהאלטן עפ"י תורה.

דער איינציגסטער וועג ווי אזוי דאס קען מצליח זיין איז דורך דעם וואס חברים זענען נישט נאר נהנה, נאר זענען זיך אויך כסדר משתתף און שרייבן צו מהנה זיין אנדערע. עס איז אייביג דא וואס צוצולייגן צו עקזיסטירענדע אשכולות, און אויב נישט קען מען אייביג אנפאנגען א נייע אשכול און רעדן פון עפעס וואס איז נאך נישט אינגאנצן דורכגעטון געווארן.

כדי דאס זאל אנהאלטן האבן מיר אוועקגעשטעלט א מהלך אז כדי צו קענען אנהאלטן צוטריט צו מאחורי הפרגוד דארפן מען שרייבן א מינימום פון פיר זאכליכע הודעות יעדע דריי וואכן. א זאכליכע הודעה איז א מינימום פון 100 ווערטער.

מיר זוכן נישט צו גיין בכל חומר הדין, אז מעמבערס זאלן פארלירן צוטריט אין די רגע וואס זיי קומען נישט נאך די פארשריפטן. מיר פארשטייען אז יעדער האט זיין לעבן, און נישט אייביג קען מען זיין פארפליכטעט צו שרייבן. אבער למעשה דארפן מיר זיך האלטן צו אונזערע פרינציפן, און פון צייט צו צייט מוזן מיר איבערקוקן אלע איינגעשריבענע אין מאחורי און לאזן צוטריט נאר פאר די וואס זענען אקטיוו. פארשטייט זיך אז די וואס זענען מער אקטיוו אין די אנדערע פארומס און געבן אסאך צו קאווע שטיבל בכלליות זענען מיר מער מקיל ווי ביי אנדערע, און מיר לאזן א לענגערע צייט דורכגיין פאר'ן פארלירן צוטריט.

מיר האבן נארוואס איבערגעקוקט די מעמבערס פון מאחורי הפרגוד און א צאל חברים האבן פארלוירן זייער רשות כניסה. מיר בעטן די וואס האבן פארלוירן צוטריט אז מ'זאל דאס נישט אנקוקן ווי א באליידיגונג. עס איז בסך הכל א פארמאלע פראצעדור וואס מיר זענען געצווינגען צו טון פון צייט צו צייט, און פארשטייט זיך אז מ'קען צוריקבאקומען צוטריט אויב מ'איז אקטיוו.

פון די אנדערע זייט איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז צווישן די וואס זענען דערווייל געבליבן מיט רשות כניסה זענען פאראן אזעלכע וואס זענען יוצא מיט א שורה'לע דא און דארט. דאס איז נישט גענוג, און עס איז נישט קיין יושר נהנה צו זיין אן צוגעבן אביסל אנשטרענגונג צו שרייבן מער. אין די צוקונפט וועלן מיר נעמען שטרענגער דעם ענין פון "זאכליכע" הודעות, און מיר וועלן בכלל נישט רעכענען הודעות וועלכע פארמאגן קוים א שורה צוויי.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 7:16 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 7:57 pm

דאס געשרייבעכץ דארף זיין און מאחורי אדער סתם און קאווה שטבעל איז גענוג?
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:10 pm

אין מאחורי
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:55 pm

לדעתי וואלט איין תגובה אין דריי וואכן געדארפט זיין גענוג. נישט אייביג איז דא וואס צו שרייבן און שרייבן אינטער פרעשור וועט צווינגן צו שרייבן אבי יוצא צו זיין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:37 pm

דיסאגרי, פארוואס נישט לאזן די מהנים הנאה האבן פון דעם וואס מער מענטשן וועלן הנאה האבן פון זייער הנאות ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2225 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:09 pm

אפשר פירט מען דעם אשכול אריין אין מאחורי, אזוי וועל איך שוין האבן געשריבן צוויי תגובות :ניגון:
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך גרונם » מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:14 pm

ס'דארף זיין 100 ווערטער...
גרונם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך Big Boy » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:48 am

I am mekabel on myself to try to write more in the open and closed forum.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך מענטשאלע » פרייטאג מערץ 13, 2015 4:24 am

ווער קען מיר קלוגער מאכן, ווי אזוי באקומט מען רשות צו אריין גיין מאחורי הפרגוד?.
א מענטשאלע
מענטשאלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:59 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 4:14 pm

מענטשאלע האט געשריבן:ווער קען מיר קלוגער מאכן, ווי אזוי באקומט מען רשות צו אריין גיין מאחורי הפרגוד?.
א מענטשאלע

א מענטשאלע: דו ביסט נאך צו יונג. (אין תגובות) ווארט צו ביז דו וועסט א ביסל אונטערוואקסן. מ'מוז האבן געשריבן לכה"פ 150 תגובות צו קענען אריינקומען אין מאחורי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג מערץ 13, 2015 5:00 pm

דוכט זיך אז 50 איז גענוג
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 5:58 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:דוכט זיך אז 50 איז גענוג

גראדעמעכעלע: ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט....!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך משבק » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:20 pm

וויאזוי ארבעט עס ביים מאכן א קאמבעק מקריגט אויטאמאטיש צוריק די שליסלעך אדער מברויך זיך ווענדן צו איינעם?
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך סדרן » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:29 pm

ביטע זיך ווענדן אין אישי.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:56 pm

זיך געוואנדען, אין קול ואין עונה
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:58 pm

אין קול ואין עונה פאר פונקטליך 27 מינוט? קאם אן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:00 am

לגבי עונה רעד מיט מרס שטילע דערוועגן..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

הודעהדורך נופת צופים » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:15 am

לגבי עונה ממש וועל איך שוין רעדן מיט אים ווען ער קומט אן מאחורי ☺
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:28 pm

נופת צופים האט געשריבן:אין קול ואין עונה פאר פונקטליך 27 מינוט? קאם אן.

גראדע באלד צוויי גאנצע טעג
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל

הודעהדורך סדרן » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:22 pm

אויב האט איר נאר איינמאל פארלוירן כניסה מוזט איר זיין כאטש א וואך אקטיוו איידער איר שיקט אן אישי.
אויב האט איר שוין פארלוירן כניסה מערערע מאל פאדערט זיך צו זיין צוויי וואכן אקטיוו.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:18 pm

די סטופידיטי פון זיין אויסגעשפארט פון מאחורי דארף זיך זאפארט אויפהערן, מלפני ומאחורי ס'אלעס די זעלבע, כ'האב פריער געשריבען א קאממענט אין געפילטע פיש'ס אשכול וואס איז אוועקגעפירט געווארן, יעצט קען איך נישט זען וואס איך האב אליין געשריבן, כ'בין מוחה נמרצות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2225 מאל

הודעהדורך חקרן » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:24 pm

גם אני בחלומי.
געשריבן א וויכטיגע תגובה, איך וויל קענען מיטהאלטן און איך קען נישט... לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט הוגה אויך נישט געוואלט אז דער אשכול זאל אוועקגעפירט ווערן. אפשר קען מען מאכן א יוניאן און עפעס אויס'פועל'ן אינאיינעם.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:33 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:די סטופידיטי פון זיין אויסגעשפארט פון מאחורי דארף זיך זאפארט אויפהערן, מלפני ומאחורי ס'אלעס די זעלבע, כ'האב פריער געשריבען א קאממענט אין געפילטע פיש'ס אשכול וואס איז אוועקגעפירט געווארן, יעצט קען איך נישט זען וואס איך האב אליין געשריבן, כ'בין מוחה נמרצות.

און די חוצפה נאך פון איינשפארן דעם אשכול נאך עס האט זיך אנטוויקלט א העפטיגע שמועס אין וועלכע איך האב זיך באטייליגט, און דאן אפמאכן אז עס איז צו סענסיטיוו צו לאזן אפן, און אויסשפארן די באטייליגטע פון זייער אייגענע שמועס?
מאוס!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום מאנטאג אפריל 20, 2015 11:40 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:37 pm

נו לאמיר פארמירן אן אליענס
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2225 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:44 pm

כ'מיין אז מ'וואלט געדארפט געבן צייטווייליגער צוטריט פאר יעדן וואס האט געהאט א פיסל אין יענעם ויכוח, ווייל ס'איז נישט קיין יושר איבערצוהאקן א לעבהאפטע דיסקוסיע אינדערמיט און לאזן (כ'גלייב אז אסאך) משתתפים הענגען.

צו מיין מזל האב איך פונקט צוטריט, א דאנק מיין גבאי'שאפט פאריגן חודש, אבער ס'האט נישט קיין טעם ווען מ'קען נישט פירן קיין ערנסטע דיסקוסיעס מיטן גאנצן עולם. כיון דאתינן להכי, און דער חודש איז שוין סיי ווי אריבער, קען איך שוין צוריקגעבן די שליסלעך און מיטפילן דעם צער פון חקרן, נהורא נפישא, און קאפקע.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1112 מאל

נעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט