**א גרוס אייך פון מאחורי הפרגוד**

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

**א גרוס אייך פון מאחורי הפרגוד**

שליחה דורך גבאי שני »

דער פריוואטער פארום איז ארום א וואך אלט, און איז ב"ה א געוואלדיגער סוקסעס. מיר האבן שוין געהאט זייער שיינע און פראדוקטיווע שמועסן, און דער עולם טיילט מיט וויכטיגע און נוצבארע אינפארמאציע.
אבער נישט יעדער האט שוין רשות צו שרייבן אין דעם פריוואטן פארום, און אזוי אויך קומען דאך יעדן טאג הונדערטער געסט צו "קאווע שטיבל", וועל איך פרובירן צו געבן דא פון צייט צו צייט א שטיקל באריכט איבער וואס עס טוט זיך אין דעם פריוואטן פארום, און אביסל דערמאנען ראשי פרקים פון טייל שמועסן.

איבער באציאונגען בין איש לאשתו איז די וואך פארגעקומען אינטערעסאנטע שמועסן איבער רופן די ווייב ביים נאמען, גיין שפאצירן ביינאכט, וואקאציע מיט די ווייב, און נאך. מאלעסטעישאן איז א נושא וואס ליגט שטארק אויף יעדנ'ס הארץ און מיר האבן ברייטע שמועסן איבער וויאזוי צו רעדן צו קינדער איבער דער וויכטיגער נושא, און אויך א שמועס איבער דער אויסגעהאלטנקייט פון ברענגען קינדער אין מקוה ער"ש ועיו"ט. איבער דעם האבן עטליכע חברים איבערגעגעבן הארצרייסנדע געשיכטעס וויאזוי זיי זענען מאלעסטעד געווארן אלס קינד.
די נושא פון בחור'ישע פראבלעמען איז אויך וויכטיג. עס איז אויסגעשמועסט געווארן וויאזוי צו רעדן צו קינדער ווען זיי ווערן עלטער, און וויאזוי צו העלפן בחורים מיט זייערע נסיונות.
באניצער אוואטאר
Java
מנהל
מנהל
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:12 pm
געפינט זיך: קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך Java »

איבער באציאונגען בין איש לאשתו איז די וואך פארגעקומען אינטערעסאנטע שמועסן איבער מצות עונה על פי תורה, א פוילע ווייב, אהבה ממבט ראשון, הלכה'דיגע אינפערטיליטי, בוירט קאנטראל מעטאדן, די אנגעבליכע בוני עולם שערורי' און נאך. עס זענען ווייטער דיסקוסירט געווארן די נושאים פון פאריגע וואך ווי רופן די ווייב ביים נאמען, שלום בית ביים היימישן עולם און נאך. די שמועסן איבער מאלעסטעישאן זענען ווייטער אנגעגאנגען און נאך חברים האבן מיטגעטיילט זייער הארצרייסענדע געשיכטעס.
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גבאי שני »

פילע שמועסן זענען די וואך שטארק פארברייטערט געווארן און עס זענען צוגעקומען וויכטיגע שמועסן איבער שטארק אקטועלע טעמעס. א גאר עמאציאנעלער שמועס האט זיך אנטוויקלט איבער אן ארטיקל וואס איז שטארק פארשפרייט געווארן אויף דעם וועב וואו א יונגערמאן שילדערט זיין צער אז ער פארשטייט זיך נישט מיט זיין ווייב צוליב פארשידענע סיבות. עטליכע חברים האט געשילדערט זייערע אייגענע - אפשר העראאישע - ערפארונגען, און וויאזוי עס איז שייך זיך צו העלפן אין אזא פאל. 
עטליכע וויכטיגע שמועסן האבן זיך אנטוויקלט איבער הצז״ל און פארשידענע פראבלעמען וועלכע שאפן זיך ביי בחורים. מיר האבן געהערט א ביטערע ערשט-האנטיגע געשיכטע פון ערנסטע מעדיצינישע פראבלעמען וועלכע זענען געשען אלס קאנסעקווענץ פון אנגעצויגנקייט און פחדים. 
דער אשכול ״איך שעם מיך צו פרעגן״ איז געווארן דער אדרעס צו פרעגן חברים המקשיבים כל מיני פראגעס וועלכע זענען שווער צו פרעגן פון מענטשן וועלכע מ׳קען פנים-אל-פנים. 

----
אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען רשות כניסה צום פריוואטן פארום.
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גבאי שני »

בן תמליון האט געשריבן אן ארטיקל וועגן מניעת הריון אין דעם תורה ומחשבה פארום, אבער אזוי ווי דער שמועס האט זיך שטארק פארברייטערט האבן מיר געמוזט אריינפירן דעם גאנצן שמועס אין דעם פריוואטן פארום.
פאלגנד איז דער ארטיקל:

בן תמליון האט געשריבן:מיר האבן געליינט פארגאנגענעם שבת "ואתם פרו ורבו מלאו את הארץ וכבשוה". פון די ברכה לערנען אונז חז"ל עס איז א מצוה צו האבן קינדער. אין די תורה זענען אלע מצוות געגעבן געווארן מיט א שיעור, מער ווי די שיעור איז א כלל איז תפסת מרובה לא תפסת, כל המוסיף גורע, ווי אויך ווייסן מיר יותר מכשיעור מפסיד הכוונה. אלזא וואס איז די שיעור פון קינדער וואס דארף מען ברענגען צום עולם הגשמי?

דער שיעור איז קלאר מפורש, איינמאל מען געבורט א בן ובת איז מען מקיים פריה ורביה און מען ברויך נישט מער. זאגן אבער די חכמים אז עס איז נאכאלץ אן ענין צו האבן נאך קינדער, אפילו מען האט שוין מקיים געווען פו"ר, ווי דער פסוק "לא תוהו בראה לשבת יצרה", די וועלט איז נישט באשאפן געווארן צו שטיין ליידיג. אויך שטייט "בבוקר זרע זרעך ולערב אל תנח ידך", אינדערפרי פלאנץ דיין פלאנצונג און ביינאכט לאז נישט דיין האנט לויז.

זאגט אבער דער רמב"ן אין יבמות אז עס איז נאר א מדת חסידות און מען קען דערויף נישט צווינגען, און ווי עס לייגט עס אראפ דער פוסק בעל ערוך השולחן אנהייב אבן העזר, איז עס אן ענין פון הידור מצוה און א גוטער מנהג, ממילא פסק'נט ער אז מען זאל נישט האבן מער קינדער אז מען קען זיי נישט שפייזן, אדער אז עס קען ברענגען צו מחלוקת און אנגעצויגנקייטן אין שטוב. יעדער בר דעת פארשטייט א משל ער/זי וועט נישט פרעגן א רב צו ער זאל קויפן אן אתרוג פאר טויזנט דאלאר, אדער צו ער זאל אוועקגעבן זיין גאנצע געלט צו חתונה מאכן א יתומה, אדער גאר אוועקגעבן א ניר פאר א צווייטן איד. זעלבסטפארשטענדליך עס איז א גאר גרויס ענין, האלט איר דערביי טוט עס אויפן אייגענעם רצון, דער רב האט נישט אריינצורעדן. גארנישט ווינציקער איז האבן א קינד ווי אוועקגעבן א ניר, האלט מען דערביי און עס גייט נישט אויפן חשבון פון די שטוב און די פרוי'ס נערוון שכרך הרבה מאוד, אז נישט איז אויף דאס געזאגט געווארן כשם שמקבלין שכר על הדרישה כך מקבלין שכר על הפרישה.

שטעלט זיך א פראגע, ווי אזוי איז נתהפך געווארן הקערה על פיה, עס איז היינט געווארן איינגעפירט מען מוז גיין בעטן רשות און א היתר נישט צו טוהן א הידור מצוה, און אויב גיבט שוין דער דיין צוויי יאר איז ער שוין א גוטער אדער זאגאר א קל? עס וואלט געדארפט זיין פארקערט, מיר אלע קענען מענטשן וואס וואלטן ווען געברויכט רשות יא צו האבן, דער רב וואלט איהם געדארפט מודיע זיין, ווילאנג דו ברענגסט נישט פרנסה אדער ווערסט א שטיקל מענטש איז אן איסור דו זאלסט האבן מער קינדער. פארוואס ווען דער מצב איז שוין צרות, די פרוי ליידט שוין אויף די נערוון, אדער ער וויל שוין שפרינגען אין וואסער פון חובות, דעמאלטס איז שוין דא צ"ט שערי היתר? נא וויאזוי איז דרכיה דרכי נועם, צו ווארטן ביז עס איז א קאטאסטראפע אדער צו באווארענען פון פריער? אין שו"ע ווערט גע'פסק'ענט לגבי חילול שבת פרעגט מען דעם חולה נישט דעם דאקטער, ווייל דער חולה ווייסט דאס בעסטע וואס איז שייך אין זיין מצב. די אידישע מוטער ווייסט דאס בעסטע צו זי איז גרייט גייסטיש און פיזיש צו אנטפאנגען א נייע נשמה און זיך אפגעבן מיט איהר - און אויך מיט די איבעריגע קינדער - ווי געהעריג, אז זי פילט נישט גרייט איז דיין תורה'דיקער פליכט נישט צו כאפן פאר די צייט.

וועלן אבער קומען די מורדי אור מיט מיסטישע באגריפן און אבסטראקטע קאנצעפטן, ווי אז "האב קינדער, גאט וועט זיך זארגן פאר זיי", אדער גאר אז "די גאולה וועט קומען שנעלער ווען איר וועט האבן פערצן קינדער און מער", (זיי וועלן אנצייגן די גמרא אין סנהדרין "אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף" דער זוהן פון דוד וועט נישט קומען ביז אלע נשמות וועלן אויסגיין פונעם גוף. אבער אין דעם זעלבן פלאץ שטייט "אין ב"ד בא עד שיבקשו דג לחולה ולא ימצא", אפשר זאל מען זיך אויפרייסן מיט אלע פיש געשעפטן צו צואיילן די גאולה? פארשטייט זיך פון אזוינע גמרות קען מען נישט פסק'ענען שאלות, זיי האבן טיפערע אפטייטשן) מיין איך איז כדאי צו ברענגען וואס די גמרא פארציילט אין עבודה זרה דף י"ח, איינמאל איז געווען א גזירה נישט צו לערנען תורה, האט ר' חנינא בן תרדיון מקהיל געווען קהילות און געלערנט. איז ר' יוסי בן קיסמא איהם געקומען באזוכן און געפרעגט: מיין ברודער חנינא, וויייסטו דען נישט אז די רוימישע פאלק האט מען פון הימל געגעבן די מלוכה, זיי האבן פארברענט דעם היכל, אויסגע'הרג'עט די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל, וואזוי וואגסטו דיר צו לערנען ברבים? מען וועט דיר דאך פארברענען מיט דיין ספר תורה! האט ר' חנינא גענטפערט "מן השמים ירחמו", פון הימל וועט מען זיך מרחם זיין. אמר לו, האט ר' יוסי געזאגט: אני אומר לך דברים של טעם ואתה אומר לי מן השמים ירחמו? איך זאג זאכליכע רייד און דו זאגסט פון הימל וועט מען זיך מרחם זיין?

אלזא קענען מיר נאר ענטפערן אויף די אלע זאכן: אני אומר לך דברים של טעם ואתה אומר לי מן השמים ירחמו?

בזכות וואס מיר וועלן זיך נישט לאזן נאכשלעפן נאך די בייזע וועגן זאלן מיר זוכה זיין צו רואיגע געזונטע קינדערלעך, מיט שפע און כל טוב אמן.

דא איז דער לינק פאר דעם גאנצן שמועס:
viewtopic.php?f=22&t=2083
באניצער אוואטאר
Java
מנהל
מנהל
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:12 pm
געפינט זיך: קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך Java »

לתועלת הרבים האבן מיר צעטיילט די פריוואטע פארום אין פינף באזונדערע פארומס. די פינף פארומס זענען ווי פאלגנד: הלכה והשקפה, פראקטיק, ידיעות, איבערלעבענישן און פארשידנס.
בירגער
געוועזענער אחראי
געוועזענער אחראי
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 04, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך בירגער »

א שיינע שמועס זיך אנטוויקלט אינעם פארשפארטן פארום (וואס מען קען בעטן רשות כניסה אהין, בלויז נאכן שרייבן 50 תגובות אין די אפענע פארומס) ווען עמיצער פארציילט ווי א מחטיא ילדים איז נאך יארן, געווארן א מנהל אין א חדר פאר צאן קדשים, און קענענדיג דעם קרבן פונדערנאנט שפירט ער אבילגירט צו דראסטיש טאן עפעס דערוועגן. ער בעט ראט פון דמיטפיהלנדע חבירים - וואס זיינע אפציעס זענען.

א צווייטע שמועס האט זיך אנטוויקלט, וויאזוי א היימישער איד דארף האנדלען אויב פאַקט ער אן אנדערען בשעת מעשה פארגוואלדיקן א קינד. און דערביי געט ער אפאר דוגמאות; אופנים, וויאזוי אזאנס קען זיך טרעפן.

אין א אנדער אשכול האט מען ארומגערעדט מיט וואס עס איז שייך ארויסצוהעלפן עמיצן וואס איז געשלאגן מיט פראבלעמען אין דעם פעלד בכלל. און וויל זיך משתלם זיין אינעם קדש עצמך.

א צווייטער מחברי השטיבל האט פארגעשלאגן הילף, אין געוויסע פארעמען פון טעראפי.

אויך האט מען אויפגעברענגט דעם אלטן עסק פון עטליכע משפחות וואס ס'שוועבט אויף זיי א שם רע, און בעזרת השם, און בזכותם צדיקים הקודמין, האט מען אפגערייניגט זייער נאמען.

די חבירים זענען אויך בארייכערט געווארן מיט אסאך עצות און פראקטיק אין פארשידענע געביטן אינערהאלב דברים שבין איש לאשתו. בנוגע טראגן, געבורט, טבילה בשבת וימים טובים, חתן שיעורים.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך גבאי »

מיר האבן שוין לאנג נישט געברענגט קיין גריס פארן עולם, אבער עס איז כסדר דא נייעס. היינט איז ארויפגעשטעלט געווארן א הערליכע וויסענשאפטליכע ארטיקל איבער די חכמה פון "קלאונינג".
viewtopic.php?f=22&t=6310
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך גבאי »

דער מפתח אין דעם פריוואטן פארום איז געווארן אויפגעפרישט, און פילע אשכולות זענען צוגעלייגט געווארן.
viewtopic.php?f=22&t=4084
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

א פייערדיגע דעבאטע קומט יעצט פאר איבער ברוס/קעיטלין דזשענער און זיין/איר לעצטיגע פראצעדור צו ווערן א פרוי.
viewtopic.php?f=22&t=9018
פארשפארט