סוד קו ונקודה

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

סוד קו ונקודה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 07, 2015 5:56 pm

איך וויל זיך מודה ומתוודה זיין. באמת, בכגון דא מותר לאודועי במקום שאין מכירים. איך בין ב"ה א שטיקל יודע ספר, כ'קען שוין ליינען כתב רש"י און איך בליק שוין אויך אריין אין די ברייטע שורות אונטן און אפילו אין די קליינע אותיות פון הינטן האב איך אויך אן השגה. שטילערהייט, וועל איך דערציילן אז אפילו מיט די גאנץ קליינע אותיות - די וואס מ'טרעפט פארשטעקט הינטערן שאפע - האב איך מיך אויך אן עצה געגעבן.


אבער דא - עלעך מודה זיין על האמת - קומט מיר צו שטוינען, כ'קוק מיר צו מיט אן אפענער מויל און אן ארויסגעשטעקטער צונג און מיט ארויסגעפאלענער אויגן און איך קען עס נישט באגרייפן. כ'זעה פילע אשכולות וואס א באדייטענדע טייל פון זיי,גאנצעטע תגובות, זענען געשריבן מיט אזא געקינצעלטן לשון, געפינטעלט און געשטרעכלט, אין אזא באהאלטענער קאוד אין וואס איך האב קיין השגה. אזוי קען זיך אפטון א גאנצער דין ודברים אהין און צוריק - אויף טישן און בענק - און איך פארשטיי נישט קיין ווארט.

ס'וואונדערט מיר, מילא די אלטגעזעסענע דא, זיי האבן זיך שוין אויסגעלערנט די מיסטעריעזער שפראך. אבער ווי קומט עס אז נייע ניקס וואס האבן קוים געשריבן א פופציג זעכציג תגובות, און דאך באשטייט שוין א שיינער טייל, פון די סודות'פולע נקודות.

ס'וואונדערט מיר אויך, ווערן די תגובות פאררעכנט אלץ "זאכליך" ? גיבן זיי פאר די שרייבער א זכות כניסה למאחורי הפרגוד ?



וויצן אין א זייט געלייגט, וויל איך פרעגן אוואו איז די יושר? א מענטש דארף זיך בארעכענען פאר ער שרייבט ארויס א ווארט, האט ער נישט; גיבט אים די הנהלה א געוויסער צייט צו מעקן, אבער נאכדעם איז פארפאלן! מ'קען נישט מעקן אינמיטן א שמועס, עס געהערט שוין דעם רבים! דער זכות עריכה איז געגעבן געווארן צו מאכן תיקונים קלים; נישט אויף צו מעקן! שטעלט אייך פאר ווען "לעיקוואד" זאל מעקן אלע זיינע אלטע תגובות דורכ'ן נוצן דעם זכות עריכה; וואספארא פנים וואלטן מיר געהאט?!!


איך וויל מציע זיין פאר די אחראים אז אויב זעהט מען ווי איינער נוצט אויס דעם זכות עריכה אויסצומעקן נגד התקנות; זאל מען אים צונעמען די רעכט צו רעדאגירן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 8:01 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט