איך זוך מיט וועמען צו רעדן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

איך זוך מיט וועמען צו רעדן

שליחה דורך לאשיצער »

חשוב'ע ליינער פון קאווע שטיבל,
איך בין א נייער מעמבער פון דעם פארום. שוין אביסל לענגער ווי א חודש בין איך דא. איך האב אסאך הנאה פון ליינען די אינטערעסאנטע אשכולות און שרייבן אייגענע רעאקציעס.
איך װענד מיך צו אייך מיט א בקשה: איך מאך יעצט א דאקטאראט אין לינגוויסטיק (שפראך וויסנשאפט) אין NYU. די טעג שרייב איך א לענגערע פארשונג וועגן אידיש אין ניו יארק, סיי היימיש אידיש, סיי די שפראך פון די אידישיסטן. איך אליין בין נישט קיין חסיד און איך האב ווייניק קאנטאקטן אין חסידישע קרייזן. דעריבער וויל איך מיך באקענען מיט אידיש רעדנדע חסידישע לייט, מיט וועלכע איך קען האלטן אן אינטערוויו. ווער ס'איז גערן זיך צו טרעפן מיט מיר און שמועסן פנים אל פנים זאל מיר צושיקן אדער א פריוואטע הודעה אדער אן אימעיל (אויב איר ווילט נישט אז איך זאל וויסן אייער ניק):בילד. איך וועל זיין זייער זייער דאנקבאר.
אגב איך האב א צערטיפיקאט פון אוניווערסיטעט, אז איך וועל בשום אופן נישט אויסזאגן די נעמען/ניקס פון די מענטשן מיט וועמען איך רעד. פריוואטקייט און אנאנימקייט זענען פאר מיר זייער וויכטיג. אויב האט איר פראגעס וועגן מיין פארשונג, ביטע שרייבט מיר פריוואט און איך וועל אייך אלעס געבן צו פארשטיין.
יישר כוח,
לאשיצער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19579
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14867 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הער לאשיצער. אדער גאספאדין לאשיצער. אדער גאר לאשיצער באטשי: איך בין אויך א שטיקל שפראכן פארשער. "עטימאלאגיע",בלע"ז. נאר אויפ'ן מאמענט ביניך פארנומען מיט אן אנדער'ן סוביעקט. ווען איך וועל האבן א ביסל מער פרייע צייט, האב איך אייך צו פרעגן עטליכע , גאר וויכטיגע פראגן. טאקע אויף דעם אריגין, און אפשטאם פון א סאך ווערטער און אויסדרוקן אין די אידישע שפראך...!
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך דענקער »

.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3924 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קענסט מאכן דעם אינטערוויא דא אין דעם אשכול. ליין ארויס דיינע שאלות און מיר וועלן ענטפערן
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

[tag]berlbalaguleh[/tag] איך בין גרייט צו ענטפערן אויב איך ווייס דעם ענטפער. אז נישט וועל איך ענטפערן אויף אייגענע פראגעס :)

[tag]שמעון וואלף[/tag] יישר כוח פארן גוטן ווילן מיר ארויסצוהעלפן דערמיט! איך בין אבער גיכער א פארשער פון דער גערעדטער שפראך (לעבעדיגע נאטירליכע שמועסן) איידער פון דער געשריבענער. דערפאר האב איך זיך געשטעלט פאר א ציל צו זאמלען מאטעריאל וואס איך וועל קענען אנאליזירן שפעטער. ביטע שיקט מיר א הודעה אדער אימעיל אויב דאס קען אייך פאראינטערעסירן.

ווען איך וועל האבן פראגעס וועגן דער שפראך אדער וועגן דעם ציבור וואס ניצט די שפראך טאג-טעגליך וועל איז זיי דא זיכער פארשרייבן און בעטן איר זאלט זיך אפרופן.
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

Re: איך זוך מיט וועמען צו רעדן

שליחה דורך סביב העולם »

וויפיל צאלט מען פאר א אינטערוויא פאר א פאר דאלער לוינט זיך אלעס..
אינז זענען דאך חסידישע יודן נו פאר א פאר טאלער.. געגאנגן......
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

איך זוך נאכאמאל מיט וועמען צו רעדן

שליחה דורך לאשיצער »

נאך אן איבעררייס פון 1.5 יאר הייב איך שוין ווידער אן מיינע אינטערוויוען. איך זוך כאטש 5 אידן מיט וועלכע איך קען זיך טרעפן פנים אל פנים. דער ציל איז פונקט דער זעלבער וואס איך האב דא אנגעגעבן אין מיין ערשטער הודעה: איך בין א סטודענט פון דער שפראך-וויסנשאפט און כ'דארף צאמשטעלן א "קארפוס" (א זאמלונג רעקארדירונגען) פון דער גערעדטער אידישער שפראך וואס איך קען שפעטער אנאליזירן.

איך האב זיך שוין געטראפן מיט 8 קאווע שטיבל שרייבערס אין ברוקלין מאנסי און מאנהעטן (אין מיין אפיס אין NYU) אבער מיין יעצטיגער פראיעקט, די דאקטאר-דיסערטאציע, פאדערט אביסל א גרעסערן "סעמפל" פון רעקארדירונגען. פריוואטקייט און אנאנימקייט זענען צוויי עיקרים פון מיין פארשונג: איך וועל קיינמאל נישט מגלה זיין די אידענטיטעט פון די וואס רעדן מיט מיר. די אינטערוויוען דארפן זיין פנים אל פנים ווייל איך וועל אנאליזירן געוויסע אספעקטן פון דער פאנעטיק (ארויסרעד, הברה) און דורכן טעלעפאן איז די קוואליטעט פון דער רעקארדירונג נישט גוט גענוג.

אויב זענט איר גערן זיך צו טרעפן מיט מיר, אדער אז איר ווילט נאך אינפארמאציע, קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר דורך אישי אדער אימעיל: בילד
(מיט דעם קענט איר מיך געפינען אויף גוגל.)
יישר כוח!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19579
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14867 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הערר לאשיצער: אפגעזעהן פון וואס דיינע קורץ-טערמיניגע ציהלן און אמביציעס זענען, וויל איך דיך פרעגן/זאגן. צו טוסטו אנערקענען אז א גרויס חלק (אפשר 10%) פון ווערטער אין אידיש שטאמען פון פראנצויזיש. נאר מיט די צייט האט מען עס פארבויגן און פארדרייט. די גרעסטע פלא איז, אז אונגעריש-אפשטאמיגע אידן ווארפן אריין אין זייער וואקאבולאר, בלא יודעים א סאך פראנצויזיש-אפשטאמיגע ווערטער...!

למשל: דאס ווארט ..."לאוואור"...פאר א שיסל פון נעגל וואסער. שטאמט פון דעם פראנצויזישן ווארט...Laveur...!
וועלכער אונגערישער איד'ל ווייסט נישט פון דעם ווארט..."זשאנדאר"...דאס קומט פונ'ם ווארט...Gent d'Armes... a man of arms...!
און דאס ווארט פאר אן אומגליק, ח"ו...."מעלעיר"...Mal Heure...An unfortunate hour/time...!

ס'איז דא נאך א סאך ווערטער, ווי למשל דאס ווארט בייגל/בעיגעל...שטאמט מסתמא פן דעם ווארט...Bague...A ring...!

פון דעם ווארט טשולנט איז דאך אפגערעדט אז ס'שטאמט פון פראנצויזיש. אפילו גוגל/קוגל איז מודה....Cheaud'Lent...הייס און שטאאט...!

אויך איז פארהאן זייער א סאך סלאווישע ווערטער וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אין דעם אידישן וואקאבולאר...! (פויליש/רוסיש/טשעכיש)...!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5495 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1267 מאל

Re: איך זוך מיט וועמען צו רעדן

שליחה דורך טמיר »

Wow בערל, דו באלאנגסט נישט צי זיין א בעל עגלה, דו וואלסט געדארפט זיין א פראפעסאר אויף שפראך אדער ווער ווייסט וואס נאך, אין די ען וויי יו אקעדעמיע
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

Re: איך זוך מיט וועמען צו רעדן

שליחה דורך קל וחומר »

רב לאשיצער,
איז וואצעפפ יא גוט? דארט קענסטע הערן אויף הויכע קוואליטעט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19579
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14867 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר האט געשריבן:Wow בערל, דו באלאנגסט נישט צי זיין א בעל עגלה, דו וואלסט געדארפט זיין א פראפעסאר אויף שפראך אדער ווער ווייסט וואס נאך, אין די ען וויי יו אקעדעמיע

טמיר: ייש"כ. פאר די ווארימע קאמפלימענטן. נאר אז מ'וויל האבן געלט צו קויפן חלות און גרעיפ דזשוס אויף שבת מוז מען גיין ארבעטן. ווייל פאר די אלע חקירה'לעך אויף קאווע שטיבל צאלט מען נישט...!
אויסער דעם. האביך פון אלס קליין יונגל געחלומ'ט צו זיין א באס דרייווער...!

איך וועלל דיר אויסזאגן א סוד. נאר פארצייל נישט פאר קיינעם. א באס דרייווער (אזוי ווי א מלמד) איז אויך (בעל כורחו) א שטיקל סייקאלאדזשיסט. מ'קען פון די קינדער וועלכע גייען אויפ'ן באס וויסן דעם פראפייל פון די גאנצע משפחה. פרעג סיי וועלכן באסדרייווער וועלכער דרייווט שוין א באס א פאר יאר. וועט ער דיר זאגן די זעלבע זאך...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די באס דרייווער וואס רעדען זיך איין אז די גאס באלאנגט פאר זיי ברויכען א סייקאלאדזיסט, אפגערעדט אז זיי זענען אליין.

אבער דא רעדט מען נישט פין בערעל אוודאי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

berlbalaguleh האט געשריבן:צו טוסטו אנערקענען אז א גרויס חלק (אפשר 10%) פון ווערטער אין אידיש שטאמען פון פראנצויזיש. נאר מיט די צייט האט מען עס פארבויגן און פארדרייט.
וועלכער אונגערישער איד'ל ווייסט נישט פון דעם ווארט..."זשאנדאר"...דאס קומט פונ'ם ווארט...Gent d'Armes... a man of arms...!

ס'איז דא נאך א סאך ווערטער, ווי למשל דאס ווארט בייגל/בעיגעל...שטאמט מסתמא פן דעם ווארט...Bague...A ring...!


אין מיינע פארשונגען פארנעם איך זיך דייקא נישט מיט לעקסישע פראגן (וואקאבולאר) נאר גיכער מיט דער גראמאטיק און אויסשפראך. אבער דו דערמאנסט אינטערעסאנטע ביישפילן.
"בײגל" קומט נישט פון גערמאניש? א בייגל איז דאך געבויגן. מע בייגט עס. מסתם שטאמט דאס פראנצייזישע 'רינג' פון זעלבן שורש.
אסאך פון די "פראנצייזישע" ווערטער זענען אינדער'אמת'ן סלאווישע, ווייל דורך סלאוויש זענען זיי אריין אין אידיש. זשאנדאר, זשורנאל, פאטלעזשאן (עגפלענט) -- אלע קלינגען די זעלבע אויף רוסיש, אריגינעל פון פראנצייזיש.

קל וחומר האט געשריבן:איז וואצעפפ יא גוט? דארט קענסטע הערן אויף הויכע קוואליטעט.

איר זענט גערעכט נאר ס'איז שווער צו פירן א נאטירליכן שמועס דארטן. דאס רעדן הין און צוריק נעמט א ביסל צו לאנג, און מ'טראכט צופיל אין פארויס וואס מ'גייט זאגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19579
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14867 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:די באס דרייווער וואס רעדען זיך איין אז די גאס באלאנגט פאר זיי ברויכען א סייקאלאדזיסט, אפגערעדט אז זיי זענען אליין.

אבער דא רעדט מען נישט פין בערעל אוודאי.

אישתשבי: דו ביסט 100% גערעכט. די פאר יחידים (איך וויל נישט זאגן צו וועלכע עטנישע גרופע די מערסטע פון זיי באלאנגען.) וועלכע רעכענען זיך נישט מיט די צייט פון אנדערע מענטשן אויפ'ן ראוד און זיי פאלגן נישט די רולס פון אנשטענדיגן און סעיף דרייוון, ברענגען א שלעכטן נאמען פאר אלע באס דרייווערס, וואס רוב פון זיי זענען אנשטענדיגע מענטשן וועלכע ארבעטן שווער פאר זייער פרנסה און האבן א גרויס אחריות פאר די סעיפטי פון די קינדערלעך הע"י.

נאר א שטיקל לימוד זכות האביך אויף די דרייווערס וועלכע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס און כאפן זיך אריין שלא כדין פארנט פון אנדערע קאר דרייווערס. ס'איז דא מנהלים און באס מענעדזשערס פון געוויסע מוסדות וועלכע לייגן גרויס פרעשור אויף די דרייווערס צו זיין פונקטליך ניין אזייגער אינדערפריה. א זאך וואס איז כמעט נישט מעגליך אין דעם שווערן טרעפיק פון די שטאט. איך בין מיך משתדל אנצוקומען פאר ניין אזייגער רוב טעג. נאר אויב שפעטיג איך מיט עטליכע מינוטן איז דער מנהל פון מוסד און דער באס מענעדזשער זייער פארשטענדליך. אפשר ווייל דער מענעדזשער אליינס דרייווט אויך א באס. משא"כ א מענטש וועלכער זיצט נאר ביי זיך אין אפיס פארשטייט נישט דעם מצב אויף די גאסן...!
רעאגיר