בלאט 1 פון 1

א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 9:32 pm
דורך אלאדין
שלום עליכם. סאלאמו עליכום.

מיין נאמען איז אלאדין, א פרינץ פונעם מזרח. מיין הויט איז פארברענט פון דער זון אין אראביען, אבער איך בין שטאלץ מיט דער אָ ברוינקייט. די נשמה פונעם מזרח באאומרואיגט מיין שלאף, און דאס פייער פון אומדערגרייכבארער ליבע באדראעט מיין לעבן פונעם טאג וואס מיין מאמע האט מיך געבוירן. דער קאליר פון דער נאכט אין סאמע מיטן פונעם חודש פאר'כישופ'ט מיין דמיון, און איך פארפלי גערן צו דער ווייטקייט פון טויזנט און איין נאכט.

איך בין אויפגעוואקסן אויפ'ן שפיץ פון א בארג אין דרום אראביען, נישט ווייט פון דעם פלאץ וואו די בני קטורה האבן זיך באזעצט, אבער אין איינער א נאכט – גראד ביים אנהויב פונעם חודש, אונטער א קאלטן שלאקס רעגן וואס איז א זעלטנהייט אין יענער געגנט - האט מיך א טעפיך אויפגעהויבן אין דער לופט, פליענדיג איבער אראבישע הימלען דורכאויס א לאנגער שטרעקע, ביז איך האב דערגרייכט א נייעם קאנטינענט, וואו דער נאמען פון אללה איז נישט באקאנט און די געשיכטעס פון מיין יוגנט זענען פרעמד.

איך בין אין א קאמף קעגן דער רעאליטעט אין וועלכער איך האב אריינגעלאנדעט – נישט קיין קאמף קעגן די מענטשן ארום, נאר א קאמף אויף מיין אייגענעם לעבן. איך פארשטיי נישט פארוואס דער גורל האט מיך געברענגט צו דעם פלאץ וואו איך געפין מיך יעצט, אבער איך בין אויך נישט גרייט צו לאזן מיין נשמה איינדארן און אויסגיין ווי א ליכט אין א פינסטערן קעמערל. איך וועל מיין לעבן אויסקעמפן מיט דעם דראנג פון מיין לשון, מיט דעם קוראזש פון מיינע פייערדיגע אויגן, און איך וועל אויסזינגען מיין ווייטאג פאר יעדן צו הערן.

די הויפט פראגע וועלכע פלאגט מיך איז די פראגע פון ליבע. מיין נשמה פארשליסט אין זיך די אָ בענקשאפט נאך די מיסטעריעס פון יצירה וואס זענען פארשטעקט אין די אויגן פון א מענטש. איך האב נישט קיין רואיגע מינוט, ווייל מיין ברוסט ווערט געפרעסט פון א ווייטאג וואס איז ממשות'דיג, און בלויז דער ווידערקלאנג פון א פייפערל וואס די פאסטוכער באניצן, אדער דאס בילד פון די טרוקענע מדבר זאמדן, קענען באלזאמירן די אפענע וואונדן.

מיין פנים האב איך פארשטעקט אין א שלייער, ווייל די מענטשן ארום מיר האבן נישט ליב די פארב מיט וועלכן גאט האט מיך באשאנקען. ווען איך דערוועק מיך מיטן זון אויפגאנג און איך דערהער די גערוישן פון די ארומיגע גאסן, און ס'קומט מיר אויף אין זיכרון דאס קול פונעם מינארעט וועלכע ברענגט מיך צוריק צו מיין יוגנט, צו דעם אינערליכן אין סוף פון תשוקה און בענקשאפט, דריי איך איין מיין קערפער אין דרייען פון גרויס צער, און איך שעלט דעם טאג וואס איך בין פארווארפן געווארן אזוי ווייט פון מיין מקור.

איך האב חתונה געהאט און איך האב שוין אפאר קינדערלעך, זאל גאט זיי באהיטן, אבער איך ווייס נישט וויאזוי זיי וועלן אויסוואקסן. איך וויל זיי איבערגעבן דעם אוצר וועלכן איך טראג מיט זיך, איך וויל אין זיי איבערגעבן די ליבשאפט צו עפעס וואס איז מיר אזוי נאטירליך, נישט ווייניגער ווי די אקסיגען וועלכע מיר אטעמען איין אינדערפרי, און די זון שטראלן וועלכע ברעכן זיך דורך די לאדנס פונעם פענסטער. אבער זוכנדיג א פאסיגן לערן-אנשטאלט פאר מיינע קינדער, האב איך געמוזט צוזאגן אז איך וועל קיינמאל נישט גיין אין דער ריכטונג. מ'האט פון מיר געפאדערט אן אונטערשריפט. איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי ס'איז מעגליך אז איך האב גע'חתמ'עט אזא זאך.

איך האב ביי מיר א ים מיט שאלות צו פרעגן, איך האב ביי מיר א בארג מיט יסורים אויסצולייגן, אבער איך מוז מיר פארפרעסן די ליפן. מענטשן ארום מיר שושקען זיך וואס איך וויל קיין פארקער נישט האבן מיט קיינעם, אבער גאט איז מיין עדות אז איך בין דערשראקן. נאך איידער איך זאג ארויס א ווארט פון מויל גייט עס דורך אייגענע צענזורן, ווייל איך האב מורא פון מיין שאטן. איך געטרוי מיך נישט אליין. איך ווייס נישט צי דאס וואס איך זאג גלייב איך באמת, אדער צי איך ווייס בכלל וואס איך גלייב.

זייט מיר מוחל וואס איך קען נישט רעדן מער פון דעם. אויף יעדן ווארט וואס איך זאג זענען דא צוויי ווערטער וואס ווערן נישט געזאגט. אנדערע וועלן שווערליך באגרייפן דעם פארנעם פון דעם אינערליכן שפאלט וואס נעמט ארום מיין נאכט, און דער ריס מיט דער סביבה וואס נעמט ארום מיין טאג. איך בין ארויס אויף דער טעראסע פונעם קאווע שטיבל, זיך דורכצושמועסן מיט גוטע ברידער, איך וויל אזוי גערן אראפציען מיין שלייער, איך פיל א דראנג דאס צו טון, אבער איך האף אז איך וועל האבן די מעגליכקייט דאס צו טון.

***

אין א מער למעשה'דיגן אידיש: איך בין געקומען אויף קאווע שטיבל כדי צו טיילן מיינע מחשבות און געפילן בנוגע פארשידענע טעמעס וואס פארנעמען מיין אינטערעס, און לכאורה אויך די אינטערעס פון אסאך אנדערע מיטגלידער אינעם שטיבל. איך האב פארשידענע געדאנקען וועגן פראיעקטן און ארטיקלען וואס איך וויל אנהייבן שרייבן אויף קאווע שטיבל, אבער איך מוז נעמען אין באטראכט מיין פארנומענעם סדר היום. איך ווייס נישט ווי שנעל איך וועל קענען באווייזן אויסצופירן אלעס וואס איך האב אין געדאנק, אויב בכלל, אבער דער רצון איז דא, און מאמענטאל ווער איך צעברענט פונעם דראנג פון מיינע שאיפות. צוליב דער סיבה האב איך מיך ווייניגסטנס איינגעשריבן, און איך האף צו זיין צוריק בקרוב.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 9:40 pm
דורך פריש וואסער
מיר פארנויגן זיך מיט עהרע, עליכום סאלם!
מכפוד! ביטע לויף צו די קעלבלעך, נעם א אינגע און שענע, וועלן מיר אים אנגרייטן פאר אונזער גאסט, ווי מיר האבן געלערנט ביים זיידן נאבו איבראהים עילוהי סאלם!

***
אין א מער למעשה'דיגע אידיש. די ביזט העפליך איינגעלאדנט דא אויף קאווע, און אויף א גוט ווארט אויכעט.

Re: א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:23 pm
דורך ירא שמים
כהאב א חשד אז יואב האט זיך נאכאמאל איינגעשריבן…

Re: א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:44 pm
דורך רימון
אלאדין, וואס איז פשט אזוי צו פארשעמען אונזער לאנד מיט'ן טרינקען מי רגלים לפני כל הקהל עם ועדה? און דאס חוזק מאכן פון דער ארעמער רעפיוזשי אין געשעפט מיט די צוויי הענגער אנשטאט ארעמעס, פאסט אויך נישט פאר אזא געערטן פערזענליכקייט ווי אייער מאיעסטעט.
אלנפאלס, איך האב א ליבע אטאקע פאר אלאדין, מיט'ן בארד צי אנעם, לאנג לעבן זאל דער פירער.

Re: א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:51 pm
דורך רימון
ירא שמים האט געשריבן:כהאב א חשד אז יואב האט זיך נאכאמאל איינגעשריבן…

נישט נאר יואב, נאר דער ווייטער האריזאנט פון פלאוויוס, דער טרוים פון יאיר, דער געזאנג פון פשוט-קאמפליצירט, די ציכטיגע שפראך פון ראובן, דער אייפער פון איש עברי, דער הומאר פון יואב, דאס פייערל פון קופערניקוס, און א שמעק טאבאק פון בענדזשאמין פרענקלין.
לאנג לעבן זאל אלאדין!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:24 pm
דורך אבטולמוס
די אויגן פארגייען מיר מיט טרערן מיט השתוקקות צו זיין א צעל אין [tag]אלאדין[/tag]'ס הארץ.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:30 pm
דורך געוואלדיג
אהאלאן וסאהאלאן, הער פרינץ אלאדין יר"ה, עס איז מיר א עהרע אייך צו אינמארמירן אז אט די זעלבע זוהן וואס האט אפגעברענט אייער איידלע און צארטע הויט קען אויך דא אפברענען, און די קילע ווינטל וואס האט בארוהיגט אייער זעהל קען אויך דא אפקילן, סדנא דארעא חד הוא,

ותרתין פעמא אהאלאן וסאהאלאן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:36 pm
דורך אהרן
[tag]אלאדין[/tag] טייערע קום נאר, רייס אראפ דעם שלייער, עפן דיך אויף פאר אונז, לאמיר פארברענגען צוזאמען, נעם אונז צו דיינע היילן און באהאלטענע בערג שפיצען און טייל מיט אונז מיט דיינע פארבארגענע מיסטעריעס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:40 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
איך האף דאס איז נישט דער זעלבער "אלאדין" פון דעם מאווי...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NYJ2w82WifU[/youtube]

Re: א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:29 am
דורך רימון

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:56 am
דורך אלאדין
א דאנק אייך אלע פאר דער ווארעמער אויפנאמע. אהלן בִּיכּום!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 1:07 am
דורך תנא קמא
[tag]אלאדין[/tag] ליבער, שטויס אראפ די זאמט'יגע סאנדלן ביי אונז אין געצעלט און מאכט אייך היימיש. לאמיר אפוואשן אייערע פיס פון די אנגעזאמעלטע נפט'יגע זאמד, וואס פארברענט אייער הויט, און שטעלט אייער גאנג אין א וואקל. השענו תחת העץ, די עץ הדעת וואס אויף איר וואקסט פרישע קאווע בונדלעך.

Re: א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 8:32 am
דורך סביב העולם
علاء الدين ليبور ، ودفع إلى أسفل إلينا في خيمة وتجعلك دافئ . دعونا غسل قدميك من الرمال المتراكمة التي تحرق بشرتك و يجعل المهمات الخاصة بك في هذه القوة. تحت الشجرة ، شجرة العقل عليها ينمو القهوة الطازجة

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 6:15 pm
דורך שושן פורים
סביב העולם האט געשריבן:علاء الدين ليبور ، ودفع إلى أسفل إلينا في خيمة وتجعلك دافئ . دعونا غسل قدميك من الرمال المتراكمة التي تحرق بشرتك و يجعل المهمات الخاصة بك في هذه القوة. تحت الشجرة ، شجرة العقل عليها ينمو القهوة الطازجة

Re: א גרוס צו קאווע שטיבל - أهلا! مرحبا!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 8:43 pm
דורך סביב העולם
איך האב איבער געטייטשט תנא קמא׳ס ווערטער אין אראביק

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 7:47 pm
דורך מיש-נייעס
היינט איז עס מקיום געווארן קאווע שטיבל אויף טעלגרעם איז געהעקט דורך אן ראדיקאלער

https://telegram.me/joinchat/CkPt2UDceLvR7Cvgdsythg