גדרי מסי"נ וקידוש השם לנו ולבנינו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

גדרי מסי"נ וקידוש השם לנו ולבנינו

שליחה דורך הוגה »

[justify]אין יהודים על הירח איז פאר אפאר וואכן צוריק געווען אן אינטערעסאנטע שמועס. עס האט אויך ארויפגעברענגט געוויסע שאלות והרהורים וואס האבן מיר שוין לאנג געבאדערט. איך וועל קודם איבערשרייבן די תוכן הכתבה, און דערנאך וועל איך צושרייבן מיינע הרהורים. איך האף אז די עולם דא צוזאמען וועלן העלפן מלבן זיין דער נושא הן מצד ההגיוני והן מצד התורני.

מיר טרעפן אסאך טרויעריגע געשיכטעס בימי גלות מזרח אירופה ווי אזוי די ארטיגע קריסטן האבן פרובירט צו צווינגען די אידן זיך צו טויפן צו קריסטנטום. עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען נישט בייגעשטאנען די נסיון און האבן זיך גע'שמד'ט. אבער עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען בייגעשטאנען בקשה עורף און האבן זיך געלאזט הרג'נען במסירות נפש, אבי נישט אויפצוגעבן אויף די אמונת ישראל. נישט נאר האבן יודן זיך געלאזט הרג'נען נאר זיי האבן אנגעכאפט אומנת אבותיהם בידיהם און פונקט ווי אברהם אבינו האט געפירט יצחק צו די עקידה אזוי אויך האבן זיי געפירט זייערע אייגענע ווייב אין קינדער על המוקד למען כבוד שמו יתברך. דא אבער - אנדערש ווי ביי יצחק - וואס איז געראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט, ונשחט תמורתו איל, דא איז עס אבער געגאנגן עד הסוף.

איין לעגענדע פארציילט איבער א פרוי א צדיקת מרת רחל וועלכער האט מיט א געוואלדיגע מסירת נפש מחליט געווען ענדערש צו שחט'ן אירע קינדער ווי איידער זיי זאלן אויפוואקסן ווי קריסטן. איינער פון איר פיר קינדער איז נישט געווען גרייט מקבל צו זיין אויף זיך די גזר דין מוות און ער איז געלאפן זיך באהאלטן. און אזוי איז ציטירט פון א בוך:

"הנער אהרון, כשראה שנשחט אחיו, והיה צועק: אמי אל תשחטני, והלך לו ונחבא תחת תיבה אחת… וכשהשלימה הצדקת לזבוח שלשת בניה לפני יוצרם, אז הרימה קולה וקראה לבנה: אהרון, אהרון איפה אתה, גם עליך לא אחוס ולא ארחם. ותמשכהו ברגלו מתחת התיבה אשר נחבא שם, ותזבחהו לפני רם ונישא."


הלכה'דיג:

צוליב די trinity איז נצרות מקובל פונקט ווי עבודה זרה וואס איז ביהרג ואל יעבור. די שאלה איז נאר צו איז מען אויך מחויב צו אומברענגן די קינדער ווי איידער זיי זאלן ממיר דתם זיין צו נצרות. דער נושא ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ בעפאר די מסע הצלב. איז דער הנהגה טאקע אויסגעהאלטן? איז דאס טאקע פונקט ווי די מעשה פון די עקידה און מען קען ארויסלערנען דערפון הלכה'דיג?

די מהר"ם מרוטנברג איז דן אין דער שאלה און ער פירט אויס אז היות דער מנהג איז נתפשט געווארן בין יהודים צדיקים און עס איז אזוי אנגענומען געווארן, מעג מען עס טון. אויך אנדערע פוסקים האבן געשריבן ענליך, נוצנדיג אזעלכע לשונות ווי "מוטב שימותו זכאים ואל ימותו חייבים". פון די אנדערע זייט טרעפט מען איבער א רב פון יענע צייטן וואס האט גע'פסק'נט אז מען זאל אזוי טון צו די קינדער, און אן אנדערע רב האט אים געשאלטן צוליב דעם. זיין סוף איז געווען אז די רשעים האבן אים געשונדען די הויט און געלייגט זאמד אונטער די הויט און אזוי האבן זיי אים איבער געלאזט.

דאס איז קלאר אז די עלטערן וואס האבן דאס געטון האבן עס נישט דוקא געטון פון אן הלכה'דיגע שטאנדפונקט. למעשה איז נישט קלאר אויב א מענטש מעג אפילו זיך אליינס נעמען דאס לעבן בפועל אויף אן אופן ווי מען האט מורא אז מען וועט זיי מעגליך צווינגען צו טויפן צו קריסטנטום. די פעולות זענען לכאורה געקומען מער פון אן עמאושענעל שטאנדפונקט וואס האט געברענגט די אידן צו טון אזעלכע און ענליכע פלאות'דיגע מעשים. עד כדי כך, אז די לעגענדע דערציילט אז אידנ/עס האבן געמאכט א ברכה פארן שחט'ן זייערע קליינע קינדער.

אויף די עלטערן קען מען מלמד זכות זיין אז זיי האבן באמת געהאלטן אז מיט זייערע מעשים טוען זיי בעצם ראטעווען דאס לעבן זייערע קינדער און זיי זענען סך הכל מחליף אן עולם עובר מיט אן עולם נצחי, אזוי ווי עס שטייט קלאר אז אין כל ברי' יכולה לעמוד במחיצתם.

פראפעסער ישראל יעקב יובל איז מתאר דער ערשיינונג גאר אנדערש. ער קוקט עס אן מער ווי א מענטשליכע קרבן וואס די אידן האבן דעמאלטס געפילט אז זיי זענען מקריב מיט די האפענונג אזוי צו מרצה זיין די גרויסע גאט. זיי האבן געהאלטן אז ווען עס וועט פארגאסן ווערן א געוויסע מאס אידישע בלוט וועט די באשעפער מער נישט קענען אויסהאלטן און די גאולה וישועה וועט קומען.

פראפעסאר יובל גייט אפילו ווייטער און טענה'ט אז די 'עלילות דם' וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין די דרייצענטע סענטארי איז געקומען פון דעם וואס די נוצרים האבן צוגעזעהן ווי די יודן שחט'ן זייערע אייגענע קליינע קינדער. איה"נ אז די יודן האבן עס נאר געטון צו אידישע (און נישט קריסטליכע) קינדער, אבער פון דארט ביזן גלייבן אז אידן פארגיסן בלוט פון קריסטליכע קינדער לצורך המצות איז שוין נישט אזוי ווייט.

יובל ברענגט ראיות אז די נוצרים אליינס זענען געווען אויפגעשוידערט צוזעהנדיג ווי אידישע מאמעס האבן אומגעברענגט זייערע אייגענע קליינע קינדער. אויף איין ארט ווערט געברענגט אז מען האט פארשטאפט די וואסער קוואל אין איין שטאט אויס מורא אז אידן וועלן דארט דערטרונקן זייערע קינדער. אין אן אנדערע קריסטליכע לעגענדע ווערט פארציילט איבער א אידישע מאמע וואס האט אומגעברענגט איר קינד ווייל ער איז געגאנגן אין קלויסטער נאך דעם וואס זי האט אים מערערע מאל געהייסן נישט גיין. עס איז משמע אויך אז די אידישע מאמעס האבן ערפילט די ראלע ווי איידער די טאטעס.

ווי עס זעהט אויס האט פראפעסאר יובל קלאר געהאלטן אז די אידן האבן אליינס געברענגט אויף זיך די שרעקליכע 'עלילות דם' צרות. פארשטייט זיך אז דאס האט געברענגט שטארקע קריטיק קעגן אים, ספעציעל צוליב דעם וואס זיין מסקנה איז אמבעסטען שפעקיולאטיוו. צום ביישפיל האט די חוקר הפיוטים - עזרא פליישר געשריבן אויף אים די פאלגענדע שארפע דיבורים:

"המגמתיות החשופה, האלימה של טיעוניו, מפקיעה אותו במוחלט מחזקת מחקר ראוי. הוא מסוג המאמרים שמוטב היה אלמלא נכתבו משנכתבו, ומשנכתבו - מוטב היה אלמלא נדפסו, ומשנדפסו - מוטב שישתכחו מלב."


פראפעסאר יובל האט זיך אבער נישט דערשראקן און ער האט באלד צוריק געענטפערט מיט א שארפע מאמר. די וויכוח איז ווייטער אנגעגאנגן פאר א שטיק צייט ביז עס איז אראפ פונעם סדר היום. למעשה איז מיט די צייט נתוודע געווארן אז יובל'ס assertion אז די 'עלילות דם' זענען געבונדן צו די מסירת הילדים בימי מסע הצלב איז נישט די מערסטע עקסטרעמע אין דער נושא. מיט די צייט האט פראפעסאר אריאל טואף, די זון פון די געוועזענע הויפט רב אין איטאליע, פובליצירט א בוך וואו ער האט גע'טענה'ט אז אין געוויסע פעלער ביי עלילות דם איז עס געווען אמת. פארשטייט זיך אז דאס האט גורם געווען א שרעקליכע סקאנדאל און טואף האט תיכף צוריק געצויגן דערפון.

עד כאן תוכן הכתבה. פאר מער פרטים און מקורות ליינט דא.

איך וויל מיך נישט באציען צום צווייטע טייל פונעם ארטיקל, אבער ווער עס האט מער פרטים איבער דער נושא, אדרבה! איך וויל אבער מער רעדן איבער די ערשטע טייל, איבער מעקיד און מקריב זיין זיך און אנדערע צו ראטעווען פון שמד.

בעצם ווען מיר טראכטן פון שרעקליכע צרות וואס עם ישראל האט מיטגעמאכט, איבער הריגה על קידוש השם וכדומה, טראכטן מיר געווענטליך נישט פון די מסעי הצלב אדער די שפאנישע אינקוועזיציע, נאר מיר טראכטן ענדערש פון די האלעקאוסט. עס איז אונז גרינגער צו רילעיטען צום האלעקאוסט צוליב דעם ווייל לא רחוקה היא, מיר האבן פערזענליך געקענט די איבערלעבער. אבער האמת היא אז די מאס צרות און אכזריות וואס האט זיך אפגעטון ביי די מסעי הצלב איז לכאורה געווען שווערער און ערגער (אויב ס'בכלל מעגליך) ווי די האלעקאוסט. מיר קענען און טארן נישט מדמה זיין אחד אל השני.

איידער מיר גייען אריין דן צו זיין אין לאגיק, יומעניטי און הלכה, מוז מען מקדים זיין אז מיר זענען בכלל נישט דן די וואס זענען דארט געווען בשעת מעשה. מיר פארשטייען נאך אזוי פיל אז in the spur of the moment, אונטער אזעלכע אומשטענדען גייט מען מיט די הארץ, און ווי אזוי עס קומט נאר אויס איז סיי ריכטיג און סיי נישט ריכטיג. עס איז ריכטיג מצד די קרבן, די נרדף אבער עס איז נישט ריכטיג מצד די רודף, די קריסט, די נאצי, די אינקוויזעטאר. איז דאס קינד אומגעברענגט געווארן איז ביטער, איז ער געבליבן לעבן איז אויך ביטער, אבער שולדיג איז נאר דער דערביטערער.

למעשה זוצן מיר יא עטוואס באקוועם און מיר האבן די luxury דן צו זיין דער נושא בהשכל ודעת, ווי אזוי איז ריכטיג צו טון. מעג א מענטש זיך אליינס אומברענגן ווען מען הייסט אים טויפן צו קריסטנטום, אדער דארף ער זיך לאזן פייניגן ביז די רשע הרג'ט אים? ביים האלעקאוסט האבן אידן איינגענומען סייענייד פילס איידער זיי זענען געשוקט געווארן צו די גאז קאמערן צוליב דעם וואס דאס איז א גרינגערע טויט. הייסט דאס א מאבד עצמו לדעת? און אויב נישט הייסט עס אומגעקומען על קידוש השם? אפשר זאגט מען דא כל העומד ליהרג, אדער אפשר איז עס נישט אזא זיכערע זאך.

איך האב מיך אלעמאל געווינדערט איבער די נושא פון די ווארשעווע געטא אויפשטאנד. זיי האבן אלע גוט געוויסט אז זיי וועלן אלע עווענטואל אומגעברענגט ווערן דורך די נאציס ימ"ש, דאך איז די חשבון געווען אז היות זיי זענען אלע סייווי עומד ליהרג באוישוויץ זאלן כאטש נאך אפאר דייטשן שטארבן אין די פראסעס, און אולי וועט עס פטרשנעלערן די defeat פון די דייטשן מיט אפילו איין טאג. איז דאס א ריכטיגע חשבון לאגיש? הלכה'דיג? אפשר וואלטן א טייל פון די אידן יא איבערגעלעבט אוישוויץ?

אויב א איד ווייסט אז ער גייט געפאנגן ווערן דורך די אינקוועזיציע און זיי גייען אים פייניגן מיט א געוואלדיגע אכזריות, מעג ער זיך ראטעווען פון דער פיין דורכן נעמען זיין לעבן? אויב יא, דאן וואס איז דאס אנדערש ווי א איד בימינו וואס גייט אדורך שרעקליכע ייסורי הנפש און ביי אים איז דאס לעבן פונקט ווי אן אינקוועזיציע?

בנוגע די קינדער, וואס איז די היתר צו אומברענגן די קינדער אליינס? איז דאס א טייל פון די אחריות וואס ליגט אויף די עלטערן? און אפילו אויב יא, ס'דאך נישט ממש א וודאי אז די קינד וועט געטויפט ווערן.

איך וויל דא צוצייכענען צוויי היסטארישע פאקטן בתולדות עם ישראל וואס ווערט נישט געברענגט בכלל אינעם ארטיקל. איינס, חנה ושבעה בני'. מען זעהט אז חנה האט נישט אליינס אומגעברענגט אירע קינדער נאר ענדערש האט זי זיי געלערנט זיך צו האלטן שטארק ביז די רשע האט זיי אומגעברענגט. צוויי, ביים האלעקאוסט איז געווען שטארק נפוץ בכל תפוצות ישראל צו באהאלטן אידישע קינדער ביי קריסטן און אפילו אין קלויסטערס און מאנעסטעריס, טראץ דעם וואס עס איז געווען א שטארקע מעגליכקייט אז די קינדער וועלן לעבן ווי קריסטן, וכך היה.

איז דא א חיוב ערבות אומצוברענגן א איד וואס איז זיך גרייט צו שמד'ן?

דער נושא איז זייער א gory topic, און איך מיין אז איך וועל מיך דערווייל אפשטעלן דא. די פאקט אז מיר האבן אזעלכע זאכן צו רעדן און פארציילן צייגט שרעקליך איבער די אידישע היסטאריע, דאס אורך הגלות און די געוואלדיגע תקווה וצפייה לישועה בקרוב ממש.



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר