העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1313 מאל

העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק

שליחה דורך טמיר »

יעדער איד וואס זיין זעהל איז נאכנישט אינגאנצן איינגערעפט אין סטעיק מיט פיצא האט א תשוקה צו ביאת המשיח - א בעסערע וועלט ברחניות. עפטער אלל די נשמה גארט זיך ארויסצוזעהן פון די שטותים אין וואס מיר לעבן, לעקסוס קארס, טשענדעלעירס, מעטשינג קאלארס וכו'. די זעהל וויל זעהן די ריינע אמת מיט א קלארקייט, אוועקנעמען אלע ספיקות אין צעמישענישן וואס בוזשעוועט אין מח, אין שמחה כהתרת הספיקות.
מיין פראבלעם איז נאר, איך האב נישט קיין תשוקה צום ביהמ"ק מיט די קרבנות. אין מיין דמיון וואלט איך געוואלט די ביהמ"ק זאל אויסזעהן בערך אזוי. איין אפטיילונג זאל זיין א מעאוזים מיט די לוחות מיט די שטעקן פון יציאת מצרים מיט גרויסע סקרינס וואו מ'קען זעהן די מלאכים זאגן שירה. נאכדעם זאל זיין א ביהמ"ד וואס גייט דארט א קול תורה ביז אשקלון מיט א ריזיגע אוצר הספרים גרעסער ווי די לייברערי אין וושינגטון. ווייטער שיעור צימערן ווי משה רבנו לערנט פאר תורה, בעש"ט חסידות, רמב"ם פיליזאפיע. ווייטער א קוויטל שטוב ווי מען קוויטעלט זיך מיט אהרן. א ריזיגע טונקעלע טיש זאל ווי דוד המלך מיט זיין קאפעליע פירן א באטע, ווי ס'גיסט זיך נעימות מיט התעוררות אויסגעמישט מיט טייכן טרערן. וואס נאך?
די לעצטע זאך וואס איך וויל איז בארוועסע כהנים וואס קוילען בהמות אין ריקן שטיקער בשר צלי מיט ברויטען! דערווייל איז דאס די עיקר וואס מען דערמאנט ווען עס קומט צו בעטן אויף די גאולה שלימה!!
עני העלפ??!!
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר