ווער בין איך? דאס בין איך.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

ווער בין איך? דאס בין איך.

הודעהדורך חכם-לב » דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:18 pm

אפטמאל מאכט זיך אז איך דערזעה מיך אין א שפיגל אנקעגן איבער, אדער טיילמאל ביים טרינקן די קאווע אין די פרימארגן שעות, אדער ליגנדיג אין בעט ווארטנדיג מיט פארמאכטע אויגן פאר די מלאך החלומות, באנעמט מיר אזא מחשבה אשר איננו טהורה אין איך פרעג מיך, ווער בין איך? אזוי פרעג איך מיר צו מיר אליין, נישט חלילה אז איך רעד צו מיר אליין, נאר אהן שעפשען פון די ליפן, אבער ס'איז נאך אלץ א שאלה וואס איך פרעג.

כ'רוף עס א מחשבה אשר איננו טהורה, קודם כל, ווייל בשום פנים ואופן איז מיך עס געלונגען דאס צו ענטפערן - אפילו א פשט דרך דרוש, רמז, גארנישט. און דאס טוט וויי, האבן א שאלה אהן אן ענטפער איז נישט קיין קלייניקייט. איז דערפאר איז עס איננו טהורה.

אבער צווייטנס, מער ווי דעם. נישט מער ווי דעם, נאר די עכטע סיבה פארוואס עס שטערט מיך די שאלה וועל איך אייך ענטפערן, אבער קודם ברויך מען פארשטיין וואס איז אייגנטליך די פראגע, וועל איך אייך עס צונעמען.

ערשטענס, וואס בין איך, וואס מאכט מיך פאר ווער איך בין? איז עס מיין לעצטע נאמען? די קאמבינאציע פון מיין ערשטן און לעצטען נאמען? איז עס מיין פנים ביי וואס מענטשן דערקענען מיך? איז עס דאס וואס איך טוה רוב טאג? א כולל יונגערמאן? אדער מיין פרנסה? שלאג איך דאס אפ גלייך, דאס איז דאך הבל הבלים. דאס בין איך נישט, דאס זענען זאכן וואס איך פארמאג. וויל איך קריכן ווייטער, איז עס אפשר די קאמבינאציע פון מיין לעבנסגעשיכטע? מיין יוגנט, מיינע חברים? מיינע איבערלעבענישן? מיינע עבירות? קלער איך אזוי צו מיר, רייכערנדיג א ציגערעטל אז דאס קען דאך אויכעט נישט זיין. ווייל דאס זענען דאך 'מיינע' איבערלעבענישן. ווער איז דאס די מיינע? דא האב איך זיך שוין געפילט ווי אריסטו אין 'מעטאפיזיקה'. שוין, איז וואס יא? מיינע פחדים? מיינע רצונות? מיינע חרטות? מיינע מחשבות? איז דאך ווידער א פראבלעם. דאס אלעס - וואלט מען געדרייט מיט די פינגער ביים ראש ישיבה - זענען דאך זאכן וואס זענען זיך 'מתייחס' צו דעם מענטש כדלעיל, אבער ווער איז דער מענטש?

אזויווי די שאלה איז מיך שווער געווען, האט דאס אויך געפלאגט טויזנטער חכמים, לאנדסלייט, מענטשהייט פאר הונדערטער יארן, קען זיין טויזנטער - איבער די פראגע האט מען געבויט פאבריקן פון טינט און פאפיר, אין די לעצטערע יארן האט דאס פארשמוציגט מיליאנען 'סקרינס', מען האט מיט די פארשידענע ענטפערס געבויט, פילע פיליסופישע שיטות און אידעען פון פאטריאטיזם, ספארט, סאציאלע געברויכן, געזעלשאפט, רעליגיע, איידענטעט, ס'זענען געווען אנדערע וואס זענען געבליבן ביי תיקו.

איך פון די אנדערע זייט, איך מוז דא מודה זיין, ס'רוב מאל יאג איך אפילו נישט אהן צו טראכטן פונעם ענטפער. ס'איז מיר שווער, כ'טראכט דערפון, אדער האקט איבער א מעסעדש פון א שיינע ווידיא פון א קאץ וואס איינער וואס איז אויף מיינע פילע וואטסאפפ גרופע'ס שיקט ארויס, אדער וואס עס געשעט מער אפט. כ'שלאף פלעין איין. אבער צומאל מאכט זיך אז ס'מוטשעט און עס לייגט מיר אריין אין אזא מאדנע געמיט, דאס היילט זיך אויכעט אויס מיט די צייט. מיט דעם אלעם בין איך אויך געבליבן ביי א תיקו.

איך וויל נישט אז איר זאלט א טעות האבן דא, איך פרעג נישט אנ'אדערע - אבער ענליכע - שאלה, מיט וואס די רמח''ל פאנגט אהן 'מסילת ישרים' און וואס קירקעגארד האט געפלאגט די "מה חובתי בעולמי". דאס איז א צווייטע פראגע פאר א צווייטע געלעגענהייט. איך וויל פארשטיין ווער בין איך? נאך איך וועל מיך דאס פארענטפערן, מהיכי תיתי אז די מה חובתי וועט נאך זיין שווער?

איין טאג, בעסער געזאגט, איין נאכט, זיצנדיג אזוי אין טראכטנ'דיג איבער די וועלט-בארימטע שאלה, טראכט איך אזוי, דאס איז אלעס אזוי ביני לבין עצמי. אפשר איז גאר נישט דא קיין איך? איך וועל דאס פראבירן מסביר זיין בעסער. אפשר ''כלפי דעם מענטש'' עגזיסטירסטו נאר אין די אלע חומר'דיגע זאכן, יא, דיין זשאב, יא דיין אויסזען, דאס ביסטו, ס'איז נישטא מער ווי דעם. 'האדם יראה לעיניים, והד' יראה ללבב'. און אזוי קלער איך מיך מער און מער, און ס'פאנגט מיר אן צו פארענטפערט ווערן...

אל תאמין ב'עצמך' עד יום מותך. גלייב נישט אז ס'איז דא אן ''איך''. די ביסט גארנישט, די ביסט נאר וואס די מאכסט פון דיר.

רוב פון אונזער תרי''ג מצוות ''פארלאנגען'' פונעם מענטש ער זאל טוהן, מצוות מעשיות, פארוואס? פארוואס זאלן מיר נישט זיצן פארמוח'ט אויף א פעלד ווי קאצקע חסידים און שרייען אין עוד מלבדו? פארוואס דאס לייגן תפילין און שחט'ן בהמות? נאר דאס וואס א מענטש טוט דאס ווערט ער, אדם נפעל כפי פעולותיו, איז ער מקבל עול מלכות שמים און ער טוט רצון ה' דעמאלטס ווערט ער ג-טליך. אויב נישט וועט אים די אלע הפשטות נישט העלפן. ג-ט לית ביה תפיסה כלל, ג-ט איז טראנסידענטעל, קענסט אים נישט משיג זיין. עבודה זרה קענסטו משיג זיין. אבער אויב ער ווייסט צו זיך מכניע זיין צום תורה וועט ער זיין דאס. דאס ביסטו. ווילאנג א מענטש לעבט איז ער נישט פארטיג, ער פארבט א פעינטינג וואס ענדיגט זיך צוזאמען מיט זיין לעבן. ער דארף שטרעבן אנצוקומען צו די שלימות, (רמב''ם אין מורה פארברייטערט די נושא פון דרגות אין שלמות - אי''ה עוד חזון), עס איז נישטא קיין פארטיגע ''איך''. אבער די חומר'דיגע איך, איז חומר'דיג.

קהלת מוטשעט זיך, וואס בין איך? א חכם? דאס איז הבל, אנ'עושר, דאס איז אויכעט הבל. הוליען? אויכעט הבל. א באלאנס? עת לנטוע ועת לעקור נטוע? ער מוטשעט זיך פונקט ווי איך האב זיך געמוטשעט. וואס ענטפערט ער? -העלפטס מיר אלע ארויס - את אלוקים ירא, ואת מצוותיו שמור "כי זה כל האדם" . דאס בין איך, און דאס ביסטו. דאס איז נישט אידישקייט, דאס איז מענשהייט.

שלאפטס רואיג.

וויאזוי קען מען פארלאנגען א זאך וואס מען דארף וועלן, אין אנדערע ווערטער, וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש צו זיין אנ'עובד השם? איבער די פראגע זענען אויך מענטשן געגאנגען קויפן נאך טינט, פון חכמי ישראל און להבדיל חכמי האומות. העגעל טענה'ט "צייט-גייסט" , שאפנהאער זאגט ''דאס ווילע צום לעבן'', אין יהדות זענען דא נאך געדאנקען, און ס'איז דא נאך אסאך צו שרייבן איבער דעם, אבער ליידער ווייניג צייט יעצט.

תשואות חן צו מ. וואס א חלק פון די געדאנקען זענען ארויסגעקומען בשעת'ן דורכטוהן נושאים מיט אים.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:24 pm

חכם לב: ייש"כ. דיין מאמר געט א געוואלד חומר למחשבה. און דאס אליינס איז אויכעט שוין א מעלה. אז א מענטש שטעלט זיך אפ און פרעגט...ווער בין איך...און פארוואס בין איך...!

דיין לעצטן פאראגראף קענמען פארענטפערן אויף זייער א פשטות'דיגן אופן. (פארשטייצעך, אז דיין שאלה איז נאר א רעטארישע...!)

ווייל דער מענטש איז א בעל בחירה. דאס איז אויך איינס פון די וואונדער פון די הנהגת הבורא בעולמו. (פארשטייצעך, נאר פאר די מאמינים. צו די אפיקורסים האמיר דא נישט גערעדט.) אז נאכדעם וואס א מענטש זעהט פערזענליך פארשידענע נסים/מופתים /ישועות בהשגחה פרטית, פארבלייבט ער נאכאלץ א בעל בחירה. ווייל אויב ער וויל נישט גלייבן, קען ער האבן גענוג תירוצים אריין צו טייטשן די אלע וואונדערליכע זאכן אין נאטור, צופאל, מקרה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5519 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:50 am

ייש"כ, פיינע דברי מחשבה און זייער גוט ארויס געברענגט.

צוויי הערות:

חכם-לב האט געשריבן:כ'רוף עס א מחשבה אשר איננו טהורה, קודם כל, ווייל בשום פנים ואופן איז מיך עס געלונגען דאס צו ענטפערן - אפילו א פשט דרך דרוש, רמז, גארנישט. און דאס טוט וויי, האבן א שאלה אהן אן ענטפער איז נישט קיין קלייניקייט. איז דערפאר איז עס איננו טהורה.


וואס עפעס איננו טהורה? טהורה איז טייטש ריין און קלאר, און ס'נישט דא אזא זאך אז א קשיא קען מען נישט פארענפערען, דאס עצם פרעגען די קשיא און זיך מוטשענען מיט דעם ברענגט קלארקייט ווען מ'איז דן די אלע צדדים ווער בין איך, ציביסילעך קומט מען צו א תירוץ, למחצא לשליש או לרביע.

חכם-לב האט געשריבן:אל תאמין ב'עצמך' עד יום מותך. גלייב נישט אז ס'איז דא אן ''איך''. די ביסט גארנישט, די ביסט נאר וואס די מאכסט פון דיר.

רוב פון אונזער תרי''ג מצוות ''פארלאנגען'' פונעם מענטש ער זאל טוהן, מצוות מעשיות, פארוואס? פארוואס זאלן מיר נישט זיצן פארמוח'ט אויף א פעלד ווי קאצקע חסידים און שרייען אין עוד מלבדו? פארוואס דאס לייגן תפילין און שחט'ן בהמות? נאר דאס וואס א מענטש טוט דאס ווערט ער, אדם נפעל כפי פעולותיו, איז ער מקבל עול מלכות שמים און ער טוט רצון ה' דעמאלטס ווערט ער ג-טליך. אויב נישט וועט אים די אלע הפשטות נישט העלפן. ג-ט לית ביה תפיסה כלל, ג-ט איז טראנסידענטעל, קענסט אים נישט משיג זיין. עבודה זרה קענסטו משיג זיין. אבער אויב ער ווייסט צו זיך מכניע זיין צום תורה וועט ער זיין דאס. דאס ביסטו. ווילאנג א מענטש לעבט איז ער נישט פארטיג, ער פארבט א פעינטינג וואס ענדיגט זיך צוזאמען מיט זיין לעבן. ער דארף שטרעבן אנצוקומען צו די שלימות, (רמב''ם אין מורה פארברייטערט די נושא פון דרגות אין שלמות - אי''ה עוד חזון), עס איז נישטא קיין פארטיגע ''איך''. אבער די חומר'דיגע איך, איז חומר'דיג.


א מענטש איז בעצם א חלק אלקי ממעל און עפעס א העכערע געטליכקייט אפגעזען פון וואס ער טוט אויף דער וועלט און ער דארף נישט ווארטן ביז יום מותו צו באקריגען א ריפארט קארד אויף ווער ער איז, און דאס וואס שטייט אל תאמין בעצמך מיינט נישט זיין עצם נשמה נאר זיין פראקטישער התנהגות. אזוי אויך איז די תורה אויסגעשטעלט מיט מצוות מעשיות אבער דאס איז היכי תמצא'ס צו האלטן דער מענטש וואך אז ער איז עפעס העכערס. זאגסט ריכטיג אז "אדם נפעל כפי פעולתיו" דאס איז אבער נאר טייטש אז דער מענטש איז געפארעמט לויט זיינע פעולות, משא"כ ווער ער איז באמת קען קיינמאל נישט געטוישט ווערען און זיין אמת'ער געטליכקייט און חשיבות ווערט נישט בארירט כי הוא זה אפגעזען צו ער איז א שוואכער איד אדער א קדוש עליון.

דער שאלה ווער בין איך? איז אן אינערליכער אמת'ער אפשאצונג. די התנהגות פון א מענטש איז אויסער זיך.
...You can choose to grab a WOLF by the tail, but you'd better have a plan for dealing with the teeth at the other end
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 762 מאל

Re: ווער בין איך? דאס בין איך.

הודעהדורך חכם-לב » מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:22 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חכם-לב אום מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

Re: ווער בין איך? דאס בין איך.

הודעהדורך חכם-לב » מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:33 am

חכם-לב האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ייש"כ, פיינע דברי מחשבה און זייער גוט ארויס געברענגט.

צוויי הערות:

חכם-לב האט געשריבן:כ'רוף עס א מחשבה אשר איננו טהורה, קודם כל, ווייל בשום פנים ואופן איז מיך עס געלונגען דאס צו ענטפערן - אפילו א פשט דרך דרוש, רמז, גארנישט. און דאס טוט וויי, האבן א שאלה אהן אן ענטפער איז נישט קיין קלייניקייט. איז דערפאר איז עס איננו טהורה.


וואס עפעס איננו טהורה? טהורה איז טייטש ריין און קלאר, און ס'נישט דא אזא זאך אז א קשיא קען מען נישט פארענפערען, דאס עצם פרעגען די קשיא און זיך מוטשענען מיט דעם ברענגט קלארקייט ווען מ'איז דן די אלע צדדים ווער בין איך, ציביסילעך קומט מען צו א תירוץ, למחצא לשליש או לרביע.

חכם-לב האט געשריבן:אל תאמין ב'עצמך' עד יום מותך. גלייב נישט אז ס'איז דא אן ''איך''. די ביסט גארנישט, די ביסט נאר וואס די מאכסט פון דיר.



א מענטש איז בעצם א חלק אלקי ממעל און עפעס א העכערע געטליכקייט אפגעזען פון וואס ער טוט אויף דער וועלט און ער דארף נישט ווארטן ביז יום מותו צו באקריגען א ריפארט קארד אויף ווער ער איז, און דאס וואס שטייט אל תאמין בעצמך מיינט נישט זיין עצם נשמה נאר זיין פראקטישער התנהגות. אזוי אויך איז די תורה אויסגעשטעלט מיט מצוות מעשיות אבער דאס איז היכי תמצא'ס צו האלטן דער מענטש וואך אז ער איז עפעס העכערס. זאגסט ריכטיג אז "אדם נפעל כפי פעולתיו" דאס איז אבער נאר טייטש אז דער מענטש איז געפארעמט לויט זיינע פעולות, משא"כ ווער ער איז באמת קען קיינמאל נישט געטוישט ווערען און זיין אמת'ער געטליכקייט און חשיבות ווערט נישט בארירט כי הוא זה אפגעזען צו ער איז א שוואכער איד אדער א קדוש עליון.

דער שאלה ווער בין איך? איז אן אינערליכער אמת'ער אפשאצונג. די התנהגות פון א מענטש איז אויסער זיך.

אנטשולדיגט, איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס מיט די קוואטן וכדו'. האפנטליך וועל איך זיין א שנעלע לערנער.

קודם כל, א יישר כח.

דאס רופן איננו טהורה איז דרך מליצה, איך האב געמיינט ארויסצוברענגען דאס ענין פון יוסף דעת יוסיף מכאוב.

די צווייטע נקודה וואס איהר זאגט, איז פונקט פארקערט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.

איך בין נישט אזוי באהאווענט אין קבלה און אין די עולם הנשמות, איך וויל טענה'ן אז א מענטש האט א בחירה יעדע רגע צו מאכן, טוישן, איבערמאכן און אויספארעמען ווער ער איז. אלזא די תירוץ אויף ווער ער איז ליגט אין זיינע הענט יעדע רגע.

בכה רבי, יש קונה עולמו בשעה אחת.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

Re: ווער בין איך? דאס בין איך.

הודעהדורך חכם-לב » מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:35 am

.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 9:55 am

חכם לב, איך ווייס נישט פונקטלך ווער/וואס דיין איך איז.
אזויפיל יא,יענער איך איז גאנץ א פיינער איך.
אויב דעבלען אין די סארט שאלות ספיקות מאכט דיר פריילעך/סיפוק דאן וכל המרבה הרי זה משבח, אדערוויז וואלט איך ליבירשט געפרעגט וואס מאכט מיך שפיערן פרייליך, ציפרידען כדו'.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3564
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1611 מאל

הודעהדורך עמוס » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:20 am

יישר כח פאר די טיפזיניגע רייד.
פון איין זייט זע איך אין דיינע ווערטער די לעהרע פון בודהיזם וועלכע לערענט אונז טאקע אז עס איז גארנישט דא קיין איך.
פון די אנדערע זייט ביסטו נענטער צו די עקזיסטענץ ליסט פילאזאפן וועלכע טענה'ן אז existence before essence. זע סארטרע במאמרו הידוע existentialism is humanism.
די נענטסטע צום אמת'דיגן איך איז לכאורה די באוואוסטזיין, דער קאנשעססנעס וואס עקספריענסט די געשעענישן וואס פאסירן צום חומרדיגן גוף. וואס טיפער און שטערקער די עקספיריענס אלס מער איך איז מען.
באניצער אוואטאר
עמוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

הודעהדורך עמוס » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:22 am

נולד מאוחר האט געשריבן:חכם לב, איך ווייס נישט פונקטלך ווער/וואס דיין איך איז.
אזויפיל יא,יענער איך איז גאנץ א פיינער איך.
אויב דעבלען אין די סארט שאלות ספיקות מאכט דיר פריילעך/סיפוק דאן וכל המרבה הרי זה משבח, אדערוויז וואלט איך ליבירשט געפרעגט וואס מאכט מיך שפיערן פרייליך, ציפרידען כדו'.

עס לאזט זיך שפעקולירן אז וואס מער דו וועסט שפירן דיין איך אלס מער פרייליך וועסטו זיין, ממילא איז עס תלוי הא בהא
באניצער אוואטאר
עמוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: ווער בין איך? דאס בין איך.

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:59 am

חכם לב שטעכיגע שארפע דיבורים
פונקט נעכטן האב איך געהערט א שיעור פון הרב שלמה פישער ווי ער ברענגט פון גרא אז דער מענטש דער איך איז דער רוח און דאס האט א נפש ונשמה
אבער פארשטייט זיך אז דאס אליין דארף א ביאור וואס איז דאס רוח
למעשה דער איך פונעם מענטש איז דער consciousness אדער ווי מען רופט דאס אין עברית די תודעה אזוי ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 788
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

Re: ווער בין איך? דאס בין איך.

הודעהדורך חכם-לב » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:19 am

עמוס האט געשריבן:יישר כח פאר די טיפזיניגע רייד.
פון איין זייט זע איך אין דיינע ווערטער די לעהרע פון בודהיזם וועלכע לערענט אונז טאקע אז עס איז גארנישט דא קיין איך.
פון די אנדערע זייט ביסטו נענטער צו די עקזיסטענץ ליסט פילאזאפן וועלכע טענה'ן אז existence before essence. זע סארטרע במאמרו הידוע existentialism is humanism.
די נענטסטע צום אמת'דיגן איך איז לכאורה די באוואוסטזיין, דער קאנשעססנעס וואס עקספריענסט די געשעענישן וואס פאסירן צום חומרדיגן גוף. וואס טיפער און שטערקער די עקספיריענס אלס מער איך איז מען.

איך האב נישט קיין ברייטע ידיעה אין בודהאיזם, איך ווייס עפעס וועגן די פיר נאבאלא דברי אמת, מיר דאכט זיך אבער אז די בודהיסטישע גלויבן פון קארמע איז נישט עולה בקנה אחד מיט וואס איך וויל זאגן.

איך וואלט מער געזאגט אז דאס איז אנ'עגזיסטענסיאלע איידיע, די וועלט קרעדיטירט סוראן קירקעגארד מיט'ן אנהייבן די ווינט פון 'עקזיסטעסיאליזם', אזויווי איך האב ערווענט מיין איך אז קהלת איז געווען דער ערשטער עקזעסטעסיאליסט. קהלת פארענדיקט טאקע מיט את אלוקים ירא, קירקעגארד איז אויך געווען להבדיל רעליגיעז, אבער פרידריך ניטשע האט געזוכט א תכלית אהן רעליגיע, ער איז אויפגעקומען מיט זיין געדאנק פון "איבער-מענטש'' übermentch, ער איז געווען די אפיציעלע פילאזאף וואס די נאצי'ס ימ''ש האבן גענוצט, (הגם דער וואס קען זיין היסטאריע ווייסט אז ער איז געווען ווייט פון א נאצי, ס'איז דא א בריוו צו זיין שוועסטער ווי ער רעדט זיך אפ...) אבער דאס האט געדינט אלס א באסיס פאר די נאצישע שיטה פון ''אריען" דאמינענס.

כ'בין שוין פארקראכן צו ווייט... בקיצור. יישר כוחך...
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 12:37 pm

עמוס האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:חכם לב, איך ווייס נישט פונקטלך ווער/וואס דיין איך איז.
אזויפיל יא,יענער איך איז גאנץ א פיינער איך.
אויב דעבלען אין די סארט שאלות ספיקות מאכט דיר פריילעך/סיפוק דאן וכל המרבה הרי זה משבח, אדערוויז וואלט איך ליבירשט געפרעגט וואס מאכט מיך שפיערן פרייליך, ציפרידען כדו'.

עס לאזט זיך שפעקולירן אז וואס מער דו וועסט שפירן דיין איך אלס מער פרייליך וועסטו זיין, ממילא איז עס תלוי הא בהא

לאמיך וויסען וועט די ענדיגסט שפעקעלירן ווער די איך איז
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3564
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1611 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט