נקרא לנערה ונשאלה את פיה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

נקרא לנערה ונשאלה את פיה

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:22 pm

יארן צוריק האב איך געהערט א בעל דרשן האקן אויף די חרדי'שע וועג פון טוהן שידוכים, אז ס'איז בניגוד צו השקפת התורה אז מ'דארף האבן די מיידל'ס הסכמה פארן טוהן א שידוך, ווי ס'שטייט פאריגע וואך ביי רבקה נקרא לנערה ונשאלה את פיה, און די חסידים וואס גיבן סך הכל א אינטערוויו פון א דריי פערטל שעה טוען א עוולה.

קום כלפי די עצם געדאנק, בין איך שטארק מסופק וויפיל מער פאסיג די נישט-חסידישע שידוכים זענען, לכבוד דעם וואס זיי גייען ארויס 2, 3 מאל און מ'שמועסט פארמאל, מיין סברא זאגט אז דאס טראגט נישט צו ווייט, און ס'איז א שוואכע אינדיקעיטאר אויף צו מאכן א דעסיזיע צו ס'איז צוגעפאסט אדער נישט, ובפרט אז מ'רעדט דא פון צוויי אינגע ביימעלעך וואס זיי זעלבסט האבן א קנאפע השגה וואס זיי ווילן, קוק אים נאר אן א קארגע 10 יאר שפעטער וועסטו אים אין א אסאך פעלער נישט דערקענען, איינער פארט ארויף און איינער אראפ וכו'.

אבער לערנענדיג חו"ר פאריגע וואך, זעה איך אז ונשאלה את פיה איז בכלל נישט געווען איבער דעם עצם שידוך (נאכדערצו אז מ'רעדט פון א 3 יעריג מיידל), און ווען מ'האלט ביי דעם פסוק, איז שוין דער שידוך געווען כתוב וחתום, נאר מ'האט דן געווען צו מ'זאל שוין פארן זיך משלים זיין אין א"י אדער מ'זאל נאך ווארטן א יאר.

חוץ פון דעם זעהט מען אז יצחק האט מען בכלל נישט געפרעגט, אים האט מען אנגערופן אין ישיבה זאגן אז מ'האט אים א חתן געמאכט...

רש"י שרייבט יא אז "מכאן שאין משיאין את האשה אלא מדעתה", דארף מען 'לכאורה' לערנען פשט אז מ'רעדט פון פאקטיש גיין אונטער די חופה, נישט אויף דעם עצם שידוך.


וואס זאגן די ליטווישע דאהי? זעהט מען טאקע ביי ענק א גרעסערע פראצענט צופרידענע פארלעך?
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 693
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:49 pm

און איך האב געמיינט מ'וויל דער ליטוואק זאל זאגען פשט אין פסוק.........

דאס אליינס אז די פארעל טרעפט זיך, פאדערט פון די עלטערן אז מ'זאל זוכען איינער מיט וועמען מ'קען זיך טרעפן.

ועוד, מ'האט דאך נישט חתונה מיט די ערשטע וואס מ'טרעפט. רוב פארלעך גייען מיט מער ווי איינס. זעט זיך אויס אז עפעס א השגה האט מען אין וואס מ'וויל.

נאר ס'איז נישט שייך צוצושטעלן, ווייל ביי אונז איז דער בחור עלטער מיט א פינף יאר ווי ביי חסידים, און מ'לערנט אויס די מיידלעך צו טראכטען וואס זיי זאלן וועלן. נאכ'ן חתונה איז דער יחס אויך אנדערש. ס'איז נישט אקצעפטיבעל אז עלטער'ן זאלן זיך אזוי מישן, און מ'גייט נישט וועטשערען יעדע נאכט. ס'איז אנדערש.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5927 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:15 pm

האט דער ליטוואק אן אנדער פשט אין פסוק?

אגב, איך קען נישט קיין ליטאים, אבער ס'איז מעגליך אז דאס וואס מ'גייט אויס מיט מערערע ביז מ'איז שוין רואיג אז דאס איז דאס צוגעפאסטע קען גאנץ מעגליך האבן א שייכות צו די צווייטע העלפט פון דיין חתימה,
its the illusion of knowledge.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 693
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:21 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ועוד, מ׳האט דאך נישט חתונה מיט דער ערשטע וואס מ׳טרעפט. רוב פארעלעך גייען מיט מער ווי איינס. זעט זיך אויס אז עפעס א השגה האט מען אין וואס מ׳וויל.

און ווער זאגט אז דער ערשטער איז נישט מער ציגעפאסט? און וואלט זיך מער געוואלט ווען דאס איז ווען דער דריטער.
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:27 pm

איך זאג נישט אז דער אמעריקאנער ליטווישע סיסטעם איז אויסגעארבעט גענצליך. ס'ליגט דארט אסאך נארישקייטן אויך. ס'איז פארט נארישע בחור'לעך, צו צוויי און צוואנציג יעריגע צו דריי און צוואנציג יעריגע. איך האב נאר געוואלט דערמאנען די unintended consequences פון דער סיסטעם.

כאמור, איך בין נישט אדורך די אמעריקאנער סיסטעם, איך האב נאר געהערט פון חברים, ואכמ"ל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5927 מאל

Re: נקרא לנערה ונשאלה את פיה

הודעהדורך יהושע חיים » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:09 pm

און אדאנק דער סיסטעם פון עלטערע בחורים מיט אינגערע מיידלעך איז שוין דא און יענער קרייז אסאך מיידלעך וואס על פי דרך הטבע גייען זיי בלייבן מיידלעך ואכמ"ל
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 892
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

Re: נקרא לנערה ונשאלה את פיה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:13 pm

ביסט גערעכט. דאס איז א גרויסע פראבלעם און איינער פון די unintended consequences פון דער סיסטעם.
נישט אז די לעזונג איז די בעשוי סיסטעם, נאר אביסל נידערען דער עידזש פון די בחורים און ארויס נעמען דער סיסטעם מענטאליטעט פון שידוכים, וואס איז מחייב אז יעדער זאל זוכען די זעלבע סארט זאך.

מ׳זאגט אז עפעס ענדערונגען זענען באמערקט אין דער הינזיכט, לאמיר האפען אויף מער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5927 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:06 pm

יהושע חיים: אבער נישט נאר צוליעב די בחורים. נאר ווייל די מיידלעך אליינס וועהלן זיך צופיהל און זיי וויללן נישט אדער קענען נישט מחליט זיין מיט וועם חתונה צו האבן. אייביג מיינען זיי אז ס'איז דא א גרעסערער מושלם. צום סוף באקומען זיי א נאמען אלס נישט ערנסטע. און אויסנוצער. און זיי פארבלייבן אלטע מיידלעך. אדער ווערן זיי דעספערעיט און זיי גייען איין אויף גאר שוואכע סחורה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10374
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6582 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:37 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:יארן צוריק האב איך געהערט א בעל דרשן האקן אויף די חרדי'שע וועג פון טוהן שידוכים, אז ס'איז בניגוד צו השקפת התורה אז מ'דארף האבן די מיידל'ס הסכמה פארן טוהן א שידוך, ווי ס'שטייט פאריגע וואך ביי רבקה נקרא לנערה ונשאלה את פיה, און די חסידים וואס גיבן סך הכל א אינטערוויו פון א דריי פערטל שעה טוען א עוולה.

קום כלפי די עצם געדאנק, בין איך שטארק מסופק וויפיל מער פאסיג די נישט-חסידישע שידוכים זענען, לכבוד דעם וואס זיי גייען ארויס 2, 3 מאל און מ'שמועסט פארמאל, מיין סברא זאגט אז דאס טראגט נישט צו ווייט, און ס'איז א שוואכע אינדיקעיטאר אויף צו מאכן א דעסיזיע צו ס'איז צוגעפאסט אדער נישט, ובפרט אז מ'רעדט דא פון צוויי אינגע ביימעלעך וואס זיי זעלבסט האבן א קנאפע השגה וואס זיי ווילן, קוק אים נאר אן א קארגע 10 יאר שפעטער וועסטו אים אין א אסאך פעלער נישט דערקענען, איינער פארט ארויף און איינער אראפ וכו'.

אבער לערנענדיג חו"ר פאריגע וואך, זעה איך אז ונשאלה את פיה איז בכלל נישט געווען איבער דעם עצם שידוך (נאכדערצו אז מ'רעדט פון א 3 יעריג מיידל), און ווען מ'האלט ביי דעם פסוק, איז שוין דער שידוך געווען כתוב וחתום, נאר מ'האט דן געווען צו מ'זאל שוין פארן זיך משלים זיין אין א"י אדער מ'זאל נאך ווארטן א יאר.

חוץ פון דעם זעהט מען אז יצחק האט מען בכלל נישט געפרעגט, אים האט מען אנגערופן אין ישיבה זאגן אז מ'האט אים א חתן געמאכט...

אין ליטא איז מען נאכנישט אנגעקומען צו דעם פסוק...
רש"י שרייבט יא אז "מכאן שאין משיאין את האשה אלא מדעתה", דארף מען 'לכאורה' לערנען פשט אז מ'רעדט פון פאקטיש גיין אונטער די חופה, נישט אויף דעם עצם שידוך.


וואס זאגן די ליטווישע דאהי? זעהט מען טאקע ביי ענק א גרעסערע פראצענט צופרידענע פארלעך?
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 7:20 pm

רב מענטש

דאס איז זיכער אז מען ברויך פרעגן א מיידעל פאר קדושין, אויב נישט איז נישט קיין קדושין, קדושין בעל כרחה איז נישט חלילה.

א טאטע קען זיך מתחייב זיין חתונה צו מאכען אהן פרעגען, גראדע איז איינגעפירט צו שרייבען אין תנאים אז זי איז מסכים.

איז ממילא איז עס נישט א ליטווישע אויפטוה, עס איז הלכה לגבי קדושין און מנהג לגבי א שידוך.

וואס גענוי איז נוגע דיין גאנצע פלפול אין רש"י און אין פסוק?
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 692
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:00 pm

אישתישבי האט געשריבן:רב מענטש

דאס איז זיכער אז מען ברויך פרעגן א מיידעל פאר קדושין, אויב נישט איז נישט קיין קדושין, קדושין בעל כרחה איז נישט חלילה.

א טאטע קען זיך מתחייב זיין חתונה צו מאכען אהן פרעגען, גראדע איז איינגעפירט צו שרייבען אין תנאים אז זי איז מסכים.

איז ממילא איז עס נישט א ליטווישע אויפטוה, עס איז הלכה לגבי קדושין און מנהג לגבי א שידוך.

וואס גענוי איז נוגע דיין גאנצע פלפול אין רש"י און אין פסוק?

די ליטווישע (עכ"פ דער בעל דרשן וועם איך האב געהערט)

טענה'ן אז נישט נאר מ'דארף איר פרעגן ווילסט חתונה האבן? נאר זי זאל האבן די ווארט אויף דעם שידוך, און זיך אליינס קלויבן (עכ'פ א דעגרי מער ווי די חסידישע), און נאר אזוי הייסט ער לדעתה (אפשר נישט אין דעם הלכהדיג'ן זין, אבער מער אין דעם השקפהדיגן)
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 693
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל

Re: נקרא לנערה ונשאלה את פיה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:48 pm

נישט אזויפיהל אלס השקפה, נאר פראקטיש. מ׳זאל וועלען חתונה האבען מיט די צווייטען, מ׳זאל האבען עפעס א געפיהל דערצו. צוליעב דעם רעדט מען כאטש איין מאל א וואך אויפ׳ן טלפון, און מ׳טרעפט זיך אינצווישען עטליכע מאל. ביי אונז איז שבת גיהנם מיט די כלה׳ס אנוועזענהייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5927 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט