קוקן שאוס וואס האט פרויען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 26, 2018 6:50 pm

קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פרייוויליג אום דינסטאג פעברואר 27, 2018 4:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1824 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:12 pm

ר' יוסף קארו מאכט שוין די חילוק: מותר להסתכל בפנויה, לבדקה אם היא יפה שישאנה, בין שהיא בתולה או בעולה, ולא עוד אלא שראוי לעשות כן. אבל לא יסתכל בה דרך זנות, ועל זה נאמר: ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה. (אבהע"ז כ"א ג')

קוק אין די נושאי כלים דארט, אפשר שמועסט דארט איינער אויס דיינע קווענקעלנישן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1311
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:53 am

רביה"ק זי"ע: ד לייק איז פאר גוט ספעללן דאס ווארט ..."נושאי כלים"...נישט צו בוטשערן עס ווי א סאך עמך בני ישראל טוען עס ליידער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7832 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך מערץ 07, 2018 4:55 pm

פרייוויליג האט געשריבן:קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?

ס'האט נישט מיט די 'צייט' ס'האט מיט די כוונה.

בעיסיקלי נתכוון ליהנות.

אז דו גייסט אין באנק מעגסטו ווארשיינליך קוקן אויף די טעלער, ס'איז בבחינת 'זעהן' דו 'באטראכסט' איר נישט, די זעהסט אויף אן אויפן פון האנדלן, אבער 'באטראכטן' א פרוי איז בפשטות אסור. און דאס זעה איך די פראבלעם מיט מאוויס.


איך בין נישט קיין פוסק, והנלע"ד כתבתי.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:09 am

להבהרה בעלמא, ווען מ'רעדט דא פון כוונה, מיינט מען נישט 'שכל'דיגע כוונה, אזויווי מ'איז מכוון יוצא צו זיין. מ'מיינט כוונת הלב, מיט וועלכע סארט הרגשה מ'גייט צו צו די זאך.

וכאן נכון לציין מה שכתב בספה"ק יושר דברי אמת, וז"ל: וכאשר אמרתי משל ע"י ממי שמסתכל על בגדי אשה היפים מי שהוא דבוק בתאות נשים ח"ו אינו נותן לבו על ענין בגדי הרקמה והזהב רק תיכף לבו נופל על חמדת האשה שלובשת זה, ומי שאינו כן ולבו טהור מחמדה זו מסתכל כפשוטו על הבגד נמצא שניהם מסתכלים בדבר א' וכ"א מסתכל דבר אחר (קונטרס א' י"ב). והבן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1311
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך קאוריג » מאנטאג מערץ 12, 2018 9:46 am

רביה"ק האט ארויס די נקודה שטארק

קוקן אויף נשים איז דברים שבלב, אויסערליך מעג מען קוקן און זעהן, ס'איז א דבר שבלב אז מ'זאל נישט ליגן אין זנות און נאכשפיאנירן נאך פרויען בדרך זנות, אין פסוק שטייט לא תתירו, נישט לא תיראו, לא תסתכלו, נאר לא תתירו
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך איש חזון » דינסטאג מערץ 27, 2018 3:22 pm

דאכצעך מיר אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא, אז אפילו אויב מען וועט אויפקומען מיט אן היתר צו וואטשן, דאך איז א סצענע פון כדרך המנאפים קלאר אסור, ויל''ע חו''נ מהו.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג מערץ 27, 2018 3:26 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?

ס'האט נישט מיט די 'צייט' ס'האט מיט די כוונה.

בעיסיקלי נתכוון ליהנות.

אז דו גייסט אין באנק מעגסטו ווארשיינליך קוקן אויף די טעלער, ס'איז בבחינת 'זעהן' דו 'באטראכסט' איר נישט, די זעהסט אויף אן אויפן פון האנדלן, אבער 'באטראכטן' א פרוי איז בפשטות אסור. און דאס זעה איך די פראבלעם מיט מאוויס.
איך בין נישט קיין פוסק, והנלע"ד כתבתי.

שוין זאגסטו מיינע ווערטער אינגאנצן. די 'קוקן' און 'זען' נאראטיוו זענען ליפט, הכל תלוי במחשבה.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1824 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג מערץ 27, 2018 3:36 pm

איש חזון האט געשריבן:דאכצעך מיר אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא, אז אפילו אויב מען וועט אויפקומען מיט אן היתר צו וואטשן, דאך איז א סצענע פון כדרך המנאפים קלאר אסור, ויל''ע חו''נ מהו.

שו"ע או"ח סי' ש"ז סעיף ט"ז:

מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.

דא זעהט מען בפירוש אז אפילו נאר ליינען ראמאנען 'דברי חשק' איז שוין אסור ומכל שכן וואטשען , וממילא טאר מען לכאורה נישט קוקן אפילו אזא שאו ווי שטיסל כאטש עס האט נישט קיין אומצניעותדיגע סצענעס , די שאלה איז נאר ווען מען זעהט פשוט פרויען אין סצענעס וואס זענען נישט קשור מיט ליבע און ראמאנען.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 471
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג מערץ 27, 2018 7:02 pm

נקוט כללא; ווען דו זעסט די ווארט 'ומכל שכן' איז דאס אייגנס צוגעלייגט. וואס כלשינסטו. שו"ע דערמאנט א ווארט פון וואטשען?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1824 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג מערץ 27, 2018 7:11 pm

איש חזון האט געשריבן:דאכצעך מיר אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא, אז אפילו אויב מען וועט אויפקומען מיט אן היתר צו וואטשן, דאך איז א סצענע פון כדרך המנאפים קלאר אסור, ויל''ע חו''נ מהו.

נו וואו איז מען מעיין איבער חו"נ?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1824 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:42 pm

אונטער חכם האט געשריבן:שו"ע או"ח סי' ש"ז סעיף ט"ז:

מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.

דא זעהט מען בפירוש אז אפילו נאר ליינען ראמאנען 'דברי חשק' איז שוין אסור ומכל שכן וואטשען , וממילא טאר מען לכאורה נישט קוקן אפילו אזא שאו ווי שטיסל כאטש עס האט נישט קיין אומצניעותדיגע סצענעס , די שאלה איז נאר ווען מען זעהט פשוט פרויען אין סצענעס וואס זענען נישט קשור מיט ליבע און ראמאנען.

איך ווייס נישט וועגן דיר, אבער מיין יצר הרע איז נישט נתגרה געווארן פון קוקן שטיסל.וועסטו וועלן זאגן אז "ווער ווייסט וויפיל טיווי שאוס דו האסט געדארפט קוקן אז ס'זאל דיר מער נישט שאדן", יתכן אז דו ביזט גערעכט, איך געדענק נישט וואס איז געווען די ערשטע מאל. למעשה יעצט שאדט עס מיר נישט. ולהוי ידוע, ס'איז געווען די ערשטע טייווי שאו וואס איך האב געהעריג געזען, נישט סתם א קוק געטאן פאר א האלבע שעה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1311
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:54 am

די שאלה איז וואס דער גדר פון מגרה יצר הרע איז , למעשה האסטו ווארשיינליך הנאה געהאט פון די ראמאנטישע טייל פון די מעשה, איך מיין, פאר א סיבה האבן כמעט אלע טיווי שאוס אדער ראמאנס אדער ווייאלענס, איז אפשר דאס אליינס שוין אסור.

חוץ מזה זאגסטו דאך אליינס א שטיקל ענטפער און עס פארשטייט זיך אליינס אז איינער וואס האט שוין געקוקט עכטע שמוץ וועט שוין נישט ווערן אזוי אנגערייצט פון אן איידעלע ראמאן אבער מען קען דאך נישט וויסן פארדעם צו מען וועט יא ווערן אנגערייצט.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 471
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט