לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 12:39 am

וואלווי האט געשריבן:די הייליגע תורה זאגט "ונתתי עשב בשדך" ווייסט עטס יודישע קינדער פארוואס דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקען מיט "יאמי גראז"??? הערטס גוט צו, אלס איז נאר, כדי "ואכלת ושבעת" אז צום סוף קומט אזעלעכע גוטע "מאנטשיס" או מיי גאש!!!

רש"י זאגט אויף די לעצטע פסוק פון ספר יונה, אז 'בהמה' קען מיינען א מענטש וואס האט שכל ווי א בהמה. קען זיין אז דאס איז פשט דא אין פסוק.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1095
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 2:48 am

יא יא, ס'דא אזא טייטש אין פסוק, צדקתך כהררי קל, די צדיקים פארן אויף בערג, משפטיך תהום רבה, די דיינים ביים ים, אדם ובהמה, איך און מיין ווייב, תושיע ה'...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2231 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 4:03 am

וואלווי: יא. ס'איז דא א וועלט'ס קשיא. אונז ווייסן דאך אז די גמ' זאגט אז א מענטש חלומ'ט ביינאכט פן וואס ער טראכט בייטאג. נו, וויאזוי האט פרעה געחלומ'ט אז ער שטייט ביים ברעג ים. און ס'קומען ארויף די קוען פון וואסער...?! אום פ' מקץ איז דאך שוין רוב יארן דא שניי...! און די קוען פאשען ניש אינדרויסן און עסן גראז...! נאר דער תירוץ איז, אז פרעה האטציך אפגעלערנט פון די רעבעס. אום פ' מקץ איז ער נישט געווען אין ניו יארק אדער וואשינגטאן. נאר אין מיאמי ביים ברעג ים...!

אבער די תורה אליינס איז שוי אלד פעשיאנ'ד. ווייל היינט פארן די רעבעס מער נישט קיין מיאמי. זיי אלע פארן קיין פאלם ספרינגס...! אין מדבר. מקבל צו זיין די תורה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:04 am

יא יא, אזוי שטייט דאך און פסוק ע"ש העתיד, לא מעבר ליום הוא...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2231 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:04 am

וואלווי האט געשריבן:יא יא, ס'דא אזא טייטש אין פסוק, צדקתך כהררי קל, די צדיקים פארן אויף בערג, משפטיך תהום רבה, די דיינים ביים ים, אדם ובהמה, איך און מיין ווייב, תושיע ה'...

בשם הרב יצחק מנחם וויינברג הנקרא אדמו"ר מטאלנא.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג מערץ 18, 2018 10:01 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.

קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.

די רמב"ם אין הלכות תשובה פ"ג הט"ו האט פינף דעפעניציעס אויף מינים, איינס איז עיטיאיסטן, און איינס איז עובדי ע"ז, און נאך.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2091
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1625 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 18, 2018 10:14 am

ריכטיג האט געשריבן:די רמב"ם אין הלכות תשובה פ"ג הט"ו האט פינף דעפעניציעס אויף מינים, איינס איז עיטיאיסטן, און איינס איז עובדי ע"ז, און נאך.

יא כ׳האב אויך געלערנט די רמב״ם, אן מן הסתם פון דעם איז געקומען מיין טעות. למעשה האב איך געזען א ווען די גמרא רעדט פון ווי ווייט מ׳דארף זיך דערווייטערן פון מינות רעדט די גמרא פון עבודה זרה. כ׳האב עס ערווענט אביסל אין די תגובה וואס דו האסט געקוואוט!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1095
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג מערץ 18, 2018 10:49 am

כ'האב אמאל געהערט א פשט אויף די ווארט 'מין' אז ס'מיינט יעדער וואס גלייבט נישט אין אידישקייט. ס'הייסט ער איז אן אנדערן מין.
לפי"ז קען עס מיינען אלע סארטן.
ווענד זיך וואו די חמר שטייט איין.
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג מערץ 20, 2018 3:49 am

רבי זירא אשכח לרב יהודה דהוה קאי אפיתחא דבי חמוה וחזייה דהוה בדיחא דעתיה (שבת ע"ז ע"ב)

זעט אויס אז רב יהודה דער בן ישיבה פאר'ן אריינגיין צום שווער און דארפ'ן נאכזאגען א שטיקל תורה האט געדארפט מקיים זיין די מילתא בדיחותא פאר'ן לערנען...
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2231 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 20, 2018 8:58 pm

וואלווי: אדער קענמען לערנען פשט אז ער האט געוואוסט אז ער גייט קענען ביים פארהער. נאר מיין קשיא איז וואו איז דער שווער געווען פאר מ'האט געטון דעם שידוך...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג אפריל 23, 2018 10:01 am

איך האב געהערט א טיעף ווארט...

די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ה' עמוד ב'

רבי אלעזר חלש... ר' אלעזר איז קראנק געווארען. על לגביה רבי יוחנן... איז געגאנגען צו איהם (מבקר חולה זיין) ר' יוחנן. חזא דהוה קא גני בבית אפל... האט ער (ר' יוחנן) געזעהן אז ער (ר' אלעזר) האט געוואוינט אין א טונקאלע הייזקאלע. גלייה לדרעיה ונפל נהורא.. האט ער (ר' יוחנן) אויפגעדעקט זיין ארבעל און עס איז געוורען ליכטיג.

איז שווער... די גמרא זאגט אז ר' יוחנן איז געוועהן אזוי שיין אז עס האט געשיינט פון איהם, פארוואס האט ער געדארפט אויפגעקען זיין ארבעל, זיין פנים איז דאך נישט געוועהן צוגעדעקט, זיין פנים וואלט דאך געדארפט שיינען?

האט געזאגט הרב שך זצ"ל... וואו מענטשען קוקען שיינט נישט!
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 24, 2018 12:38 am

בזמננו איז די קללה "ימח שמו" די ערגסטע וואס איז שייך און דאס איז רעזערווערט פאר אזעלכע ווי היטלער און מענגעלע ימ"ש וכדומה.
ס'מיר געווען מאדנע למשל ווי די מנח"א פלעגט זאגן ציוניסטן מיזרחיסטן אגודיסטן ימח שמם, היתכן?
האב איך געזעהן היינט אין יערות דבש ווי ער איז זיך מתמרמר אויפ'ן מצב הדור און ער שרייבט אז ווען איינער איז מזלזל בכבוד פון די רב אדער ראה"ק וועט מען אים רודפ'ן עד חרמה אבער ווען מ'טוט עפעס נגד התורה וועט מען גארנישט טון העכסטענס וועט מען זאגן "ימח שמו". קוקט אויס אז דאס איז געווען פון די גאר שוואכע אויסדריקן
בייגעלייגטע פיילס
20180423_225654-1.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2252
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2346 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מוצ"ש מאי 05, 2018 11:21 pm

לג בעומר

פארוואס זאגט מען לג בעומר און נישט לג לעומר? ווען מען ציילט ספירה זאגט מען דאך לעומר

איז מיר איינגעפאלען אז לג בעומר איז די יאהרצייט פון די רמ"א און ער האט געהאלטען אז מען זאגט בעומר
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך cictim » דינסטאג מאי 08, 2018 12:34 pm

א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:לג בעומר

פארוואס זאגט מען לג בעומר און נישט לג לעומר? ווען מען ציילט ספירה זאגט מען דאך לעומר

איז מיר איינגעפאלען אז לג בעומר איז די יאהרצייט פון די רמ"א און ער האט געהאלטען אז מען זאגט בעומר


https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=355600#p355600
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 161
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 08, 2018 1:48 pm

ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.

אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3456
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6989 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6699 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 09, 2018 12:51 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.

אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.

מען ציילט פון די עומר נישט צום עומר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2252
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2346 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 09, 2018 2:26 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.

אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.


שיין צו זעהן אן אמת ווארט אן פשעטלעך.

כעי"ז איז דא אן אמת ווארט אויף די גמ' אין מס' שבת ביי די סוגיא פון חנוכה "לשנה הבאה קבעום" וואס ס'איז דא אלע מיני תורה'לעך פארוואס מ'האט געווארט ביז'ן קומענדיגען יאהר. אבער די אמת איז אז עפ"י דיקדוק האט מען בכלל נישט געווארט, ווייל לשנה מיט א "ל" איז טייטש יעצט האט מען קובע געווען בנוגע די קומענדיגע יאר. ס'שטייט נישט בשנה הבא מיט א "ב", וואס דעמאלטס וואלט עס געמיינט אין די קומענדיגע יאר האט מען זיך דערמאנט.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2231 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 09, 2018 2:29 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.

אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.

מען ציילט פון די עומר נישט צום עומר


די שימוש פון אות ל' גייט ביידע וועגען, פון און צו, מלעיל ומלרע, למעלה ולמטה.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2231 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 10, 2018 1:51 am

די גמרא זאגט אין סנהדרין דף מ: אז ווען עדים קומען מחייב זיין א מענטש מיתה, פרעגט מען זיי צווישן אנדערע "קיבל עליו התראה?", "התיר עצמו למיתה?". און רש"י איז מסביר אז 'קיבל עליו התראה' מיינט אז ווען די עדים האבן געזאגט די התראה האט ער זיי געענטפערט "יא איך ווייס אז מ'טאר נישט". און 'התיר עצמו למיתה' מיינט, אז ער האט אויך געזאגט "איך ווייס אז מ'גייט מיך 'הרג'נען און פאר דעם טו איך די עבירה". ווייל אויב ער האט נישט געזאגט די זאכן הרגעט מען איהם נישט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1095
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך Avrom » זונטאג יוני 10, 2018 2:13 am

וואס מיינסטו צ'י זאגען
Avrom
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 29, 2018 12:54 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 10, 2018 2:23 am

דאס וואס איך האב געזאגט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1095
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 10:10 am

א תשובה פון הרב שלמה קלוגער זי"ע (היינט נאכט, ל׳ סיון, די יארצייט)בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7413
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך Avrom » דינסטאג יוני 12, 2018 11:01 am

וועלכע ספר?
Avrom
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 29, 2018 12:54 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 11:20 am

ערגעץ אין טוב טעם ודעת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7413
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » זונטאג יולי 01, 2018 2:11 pm

פרקי אבות פרק ה' משנה י"ט

מה בין תלמידיו של אברהם אבינו, לתלמידיו של בלעם הרשע...

איז שווער, פארוואס פרעגט נישט די משנה, מה בין אברהם אבינו לבלעם הרשע? פארוואס פרעגט די משנה אויף די תלמידים?

האט געזאגט דער ראפשיצער רב, ז''ל... ווייל בלעם האט אוסעזעהן ווי א רבי, פונקט ווי אברהם אבינו, ער איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל, בעקיטשע, ווייסע זאקען, זילבערנע שטעקן מיט א גרויסען פעלץ, אז מען האב איהם אנגעקוקט האט מען געמיינט אז מען קוקט אויפ'ן צדיק הדור... מען דארף קוקען אויף די תלמידים צו זעהן און אויסגעפונען ווער "באמת" דער רבי איז
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron