קורצע הלכהדיגע שאלות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:01 pm

זייט ה' אייר תש"ח מעג מען שוין.

די וואס האלטן נישט פון די מדינה מעגן אויך הערן, ווייל זיי האבן מיט די נערווען צוטון און ס'איז פק"נ.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מערץ 25, 2018 12:40 pm

:lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14941
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17802 מאל

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

הודעהדורך א שרייבער » פרייטאג מערץ 30, 2018 12:38 am

איך האב אן אינטערעסאנטע שאלה. געזען האב איך ערגעץ אין א גליון וואו עס ווערט נאכגעברענגט, אז דער חפץ חיים האט געזאגט: "אז אפילו איינער האט אפיקורסישע ביכער אינדערהיים און ער ליינט דאס נישט, איז ער אויך עובר אויפן איסור פון ולא תביא תועבה אל ביתך"! איז מיין שאלה אויב ווען מען האט אזאנע ביכער אינדערהיים, איז מען עובר אפילו מען ליינט עס נישט, דאן וואס איז דער חילוק אויפן אינטערנעט קען מען דאך פונקט צוקומען צו אפיקורסישע ביכער, און עובר זיין אפילו מען ליינט דאס נישט?...
באניצער אוואטאר
א שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 30, 2018 2:28 am

מעגליכקייט צוציקומען איז אינגאנצן אן אנדערע באגריף ווי האבן אין באזיץ.

אין איינוועגס קען מען שוין עובר זיין אויב האט מען גענוג געלט אין באזיץ צו קענען קויפן די ביכער מיט די געלט......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

הודעהדורך א שרייבער » פרייטאג מערץ 30, 2018 2:34 am

איך האב דיך נישט פונקטליך ארויס. צו ביידע האט מען דאך א מעגליכקייט צוצוקומען, דאן וואס איז די חילוק ווען איך האב עס אין באזיץ פיזיש, צו איך האב דאס אין באזיץ אויף א ווירטואלער אויפן. איך בין נישט קיין עקסטרעמיסט, איך וויל נאר ארויסהאבן דעם ענין.

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
א שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 30, 2018 1:20 pm

האט די חפץ חיים געזאגט אז אינטערנעט איז אנדערש? אפשר טאקע לשיטתו איז אינטערנעט די זעלבע איסור
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2375 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 30, 2018 1:33 pm

די חילוק איז זייער פשוט. אמת טאקע אז די דעמאגראפיקס, אופנים און מעגליכקייטן האבן זיך אסאך געטוישט זייט יענע דערמאנטע פארשריפטן זענען פארשריבן געווארן, דאך איז נאך אלס דא א גרויסע חילוק.

ווען איינער האט אין שטיב ספרי מינות וכד', טוהן די ספרים און מאטריאל סערווירן איין ספעציפישער ניצן. דהיינו, די איינציגסטע זאך אויף וואס די מאטריאל איז גוט איז זיך אנצופילן מיט מחשבות זרות און בייזוויליגע סחורה על השם ועל משיח'ן, די סחורה האט נישט קיין שום אנדער ניצן. ווי אויך האט עס נישט אליינס אריין שפאצירט ביי יענעם אין שטיב, דאס האט יענער געהאדעוועט.

ווידער, צוטריט זעלבסט איז לכאורה נישט קיין פראבלעם. ס'איז זייער שווער צו מאכן פארשריפטן אויף צוטריט. וואס איז מיט איינער וואס וואוינט נעבן א ביבליאָטעק, א אוניווערסיטעט, אדער נעבן א שכן וואס האדעוועט אזעלכע מאטריאלן. וואס איז אויב איינער ארבייט אין א מקום וואו ס'געפינט זיך אזעלכע סחורה?

אינטערנעט זעלבסט איז נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש פאר מינות און כפירה און כמעט יעדער וואס באניצט זיך דערמיט ניצט עס מץנישט אויף די צוועק. דעריבער לדעתי (פארשטייט זיך יעדער אין זיין מצב קען זיין מער אדער ווייניגער אויסגעשטעלט פאר א דורכפאל) איז דאס זיין אפען צו די באניץ פון אינטערנעט וואס איז געמאכט און געניצט פאר מיליאנע אנדערע צוועקן נישט קיין שום דמיון צו איינער וואס האלט אין שטיב האוקינגס ביכער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

הודעהדורך א שרייבער » זונטאג אפריל 01, 2018 7:46 pm

@קרוקלענד איך מוז דיר זאגן האסט עס גאנץ גוט ארויסגעברענגט...

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
א שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יוני 19, 2018 4:31 am

טמיר האט געשריבן:געהערט פון א רב אז ת"ב שנדחה דארפן עוברות ומיניקות נאר פאסטן ביז מנחה גדולה, ע"פ הלכה. איינער קען עס קאנפירמען?

Sent from my SM-T217S using Tapatalk


דאס האט ער געזאגט נאר פאר יענעם צו הייסען אז ער איז א חמור\מחמיר זיין ווייב אדער טאכטער לאזט ער עסען
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יוני 19, 2018 4:36 am

קנאקעדיג האט געשריבן:פארשלאפן הבדלה קען איך מאכן יעצט הבדלה אויף מיץ ענבים??


הבדלה קאן מען מאכען ביז דינסטיג אדער דער בורא מאורי האש מען מען נאר מוצאי ש"ק
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך סקרן » פרייטאג יולי 20, 2018 11:29 am

מעג מען היינט ע"פ הלכה נעמען א הייסע שויער מיט זייף און שעמפו?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 20, 2018 12:31 pm

מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט נעמען א שאווער אדער זיך זייפן, נאר א jacuzzi אדער א הייסע מקוה וואו מ'האט הנאה פונעם עצם זיך וואשן. א שאווער מיט הייסע וואסער קען מען דן זיין, אבער ווילאנג מ'האט נישט הנאה פון די ווארעמקייט פון די וואסער איז נישט דא קיין שום שאלה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1240
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 20, 2018 12:43 pm

רביה"ק זי"ע: אין די היינטיגע הייסע וועטער האט מען מער הנאה פון א נישט הייסע שויער. א הייסע שויער הייסט ענדערש אן עינוי...!

לגבי נעמען א שויער אין די ניין טעג. ספעציעל ווען ס'איז זייער שטארק הייס און היומיד. ביניך אויף איין פעידזש מיט הרב עובדיה ז"ל. און ווער ס'איז מחמיר איז א חמור. צי ער איז אן אשכנזי אדער ספרדי...!

לא כמו הרב שהתבטא..."אשכנזים, חמורים"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12193
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7784 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג יולי 20, 2018 2:51 pm

ראיתי בשם ר' אביגדור מיללער ז"ל, אז אויב נעמט מען א גאנץ יאר א shower צוויי מאל א טאג, דאן אין די ניין טעג זאל מען נאר נעמען איין מאל. אויב נעמט מען א גאנץ יאר איין מאל א טאג, דעמאלס זאל מען אין די ניין טעג נאר נעמען יעדן צווייטן טאג. אויס נעמט מען א גאנץ יאר יעדן צווייטן טאג, זאל מען אין די ניין טעג נאר נעמען יעדן דריטן טאג.

אויב נעמט מען א גאנץ יאר נאר יעדן דריטן טאג, זאל מען נעמען א גאנץ יאר מער אפט..
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 20, 2018 6:55 pm

יין שרף: יא. ער איז געווען באוואוסט מיט זיינע הומאריסטישע באמערקונגען וועלכע האבן געטראפן אין פינטל. ווען איינער פון זיינע מתפללים איז געקומען צו איהם אז ער זאלל איהם געבן עפעס א סגולה אקעיגן גניבה. ווייל מ'האט געוואלט גנב'ען זיין קאר. האט ער איהם געזאגט אז די בעסטע סגולה אקעיגן גניבה איז אז ער זאלל אייביג פארמאכן דעם קאר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12193
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7784 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:31 pm

א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2375 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:52 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 9:09 am

כמדומה אז הרב אלישיב זצ"ל (או הג"ר שלמה זלמן אורבאך זצ"ל) האבן געזאגט א צוויי איז גענוג (אם העיבור זה זכר, ואם היא נקבה תלוי אם המנהג ליקח לכאו"א תרנגולות מיוחדת או די לכולם בתרנוגלת אחת).
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 4:22 pm

קורקלענד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....

וואס עפעס? טאמער ווייסט מען אז די עיבור איז געווען זכר פארוואס זאל מען נאכאלץ דארפן נעמען צוויי נקבות?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2375 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 4:35 pm

טאמער ווייסט מען אז די ערשטע טאג איז די אמת'ע יום טוב, פארוואס זאל מען דארפן האלטן די צווייטע טאג?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 8:11 pm

מנהג אבותינו בידינו
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7629
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7234 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 9:31 pm

אויב אזוי דאן פארוואס ניצט איר געלט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך יין שרף » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 9:55 pm

דבר הניתן מיד ליד..
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 1:11 pm

איך נוץ געלט ווי מיין טאטע און זיידע. דער רא"ש סוף ר"ה, ווען ער דינגט זיך אויף דער רמב"ן׳ס מצדיק זיין די אלטע מנהג, זאגט אויף די נייע מנהג ׳מנהג אבותינו בידינו׳. אזוי האלט איך אן מיין טאטע׳ס מנהג צו געבען געלט פאר צדקה אלס א פדיון נפש, ובעז"ה אני וביתי נלך וניכנס לחיים טובים וארוכים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7629
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7234 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:40 pm

רש"י אין מסכת שבת ברענגט אז מען פלעגט נוצן באנדלעך, דרייען איבערן קאפ אין אריין זרק'ענען אין ים.
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט