איסור הסתכלות ביי נשים (אויף מענער און אויף פרויען)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

איסור הסתכלות ביי נשים (אויף מענער און אויף פרויען)

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:37 pm

עס איז זומער אויף דער וועלט, און מייסטנס נשים צדקניות געפינען זיך צווישן די בערג, אפגעזונדערט פון די שטאטישע נישט אידישע פארביי גייער.

דער ריכטיגער סיבה פון אפרייזן קיין קאנטרי אויף די זומער וואכן, איז ביזדערווייל פאר רוב מענטשן אן ענין הכמוס. מאנכע טוען אנדייטן דעם סיבה, אז דאס פארן אין קאנטרי און די קינדער אין קעמפ, איז כדי צו פארמיידן אז זיי זאלן זען (א.ג.) ראיות אסורות. באותו זמן וואס די מענער בלייבן פארוויילן אין שטאט (ביי דער ארבעט).

דאס איז אבער נישט יעצט דער נושא.

אבער מאידך גיסא האב איך געקלערט, אז לפי זה קומט אויס, אז די מענער וואס זייערע פרויען ארבעטן אין שטאט, וואלטן כאטש די מענער געדארפט ארויסגיין אין די קאנטרי אויפן זומער, [און אהיימקומען אין שטאט יעדן דינסטאג אדער שבת]... פונקט ווי דער מציאות איז אז די ארבעטסלאזע פרויען פארוויילן אין קאנטרי על מי מנוחות.

דא ווערט אבער נולד דער פראבלעם, וואס איז אויך נוגע רונדע דעם יאר; וואס טוט זיך מיט ראיות אסורות ביי פרויען? איז ביי זיי אויך דא דער איסור? און אויב יא דאן וועלכער איסור פונקטליך? און בכלל, זענען די דא די זעלבע איסורים און סיבות ביי פרויען ווי ביי מענער?

*


בהשקפה ראשונה, איז דאס נישט קיין פראגע, ווארום אונזער ליבער תורה באפעלט אונז: לֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם, און ווי עס שטייט געשריבן אין ספר החינוך (שפז):
"שלא נתור אחר מחשבת הלב וראית העינים, שנאמר (במדבר טו, לט): ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זנים אחריהם… ונוהגת מצוה זו בכל מקום ובכל זמן, בזכרים ונקבות.


נאך שרייבט דער חינוך (אין מצוה קפח):
"ונוהגת בכל מקום ובכל זמן בזכרים ונקבות. שגם להן אסור להרהר אחר האנשים זולתי בבעליהן, שעליהם ראוי להן להמשיך כל חשקן וחפצן, וכן יעשו בנות ישראל הכשירות".


פארשטייט אבער יעדער בר דעת, אז די אויבנדערמאנטע איז נאר ווען א פרוי קוקט לשם זנות, וואס דאס איז דאך אסאך מער ווי א בליק און א קוק.

און ווי עס שרייבט דער שבט הלוי (ה, קצז, ב):
"ובאמת כן הוא, כי אין להכחיש שאם באמת מסתכלים לשם זנות ואישות עוברים הנשים כמו האנשים, דלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם הוא לאו השוה בכל, שמצווין הנשים על הלאוין כמו האנשים. א"כ אין ספק שצודק התנא הקדוש ר' יוסי שגם אשה לא תזון עיניה מאיש שאינו שלה, אבל 'ותזון עיניה' היא יותר מהבטה וראיה סתם, כאשר מורה הלשון, אבל לראות סתם ויביטו באנשים בלי לזון עיניהם, דהיינו בלי מחשבה של אישות, כמו שרואים הם כרגיל מבית הכנסת של הנשים, בודאי לא מצינו לאבותינו ורבותינו שחששו לזה".
זע אויך אין יפה ללב (ד, אה"ע כא, ג) און אין אגרות משה (א, אה"ע סט).

וואס טוט זיך אבער שלא לשם זנות? פארשטייט זיך אז די רעדע איז דאך פון נשים כשרים, אבער עס איז דאך פארט זומער, און די שיקסעס שפאצירן כאחת הנשים די מאקסימאלסטע נאקעט וואס נאר מעגליך עפ"י חק.

דא דארפן מיר שוין א בליק טאן איבער דעם אנדערן מקור האיסור, וואס דאס איז דער איסור פון "ונשמרת".

איז ווי פאלגענד. דער גאנצער איסור פון ונשמרת איז דאך שלא יהרהר ביום ויבוא לידי קרי בלילה. דעריבער, ביי פרויען, ביי וועמען עס איז נישט פארהאן דער איסור פון השחתת זרע, וועט ביי זיי נישט לויטן דער איסור "ונשמרת".

און דאס איז לויט די ווערטער פונעם שו"ע (יו"ד שלה, י):
"בחולי מעים אין האיש משמש את האשה, אבל האשה משמשת את האיש".


שרייבט דארט דער ברכי יוסף (שם שלה, ה):
"נראה דאף שהוא חולי מעיים ותבא האשה לידי הרהור, לא חיישינן, דהאשה אינה מצווה על השחתת זרע, דלא מפקדא אפריה ורביה, כמ"ש התוספות פ"ק דיבמות (יב, ב, 'שלש') וריש פ"ב דנדה (ג, א, 'נשים'), ומשום הכי הגם שתבא לידי הרהור והשחתה, אין כאן איסור. והיינו טעמא דקי"ל לקמן סימן שנ"ב (סע' ג) דהאשה כורכת איש מת, דלא חיישינן להרהור דידה. אבל האיש אסור לכרוך אשה מתה, דיבא לידי הרהור והשחתה, דחמירי באיש".


און אזוי שרייבט אויך דער בן יהוידע (סוטה כב.):
"שגם אם בחורה הסתכלה וראתה בחור, אין לה מכשול של קרי כמו שנמצא באיש".


דאס אז דער איסור פון "ונשמרת" לויטעט נישט ביי נשים געפינען מיר אויך אין אגרות משה (אה"ע א, סט,), ווי ער שרייבט ווי פאלגענד:
"ולכן יש חלוק בנשים דבאיסור הרהור מקרא דונשמרת ליתנהו, דאינו גורם להן שום דבר במשמוש, עיין שם בנדה, וכל שכן שלא יגרום בהרהור, ואף שלפעמים רואות דם מחמוד, אין ראיית דם שום איסור. אבל איסור הרהור מקרא דאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם שהוא שלא להרהר לעבור עברת זנות איכא גם בנשים, כמו שאיכא איסור הרהור ע"ז, כדאיתא בחינוך שהבאתי. אבל לאיסור זה אין לחוש בהסתכלות ובראיית בע"ח נזקקין, שכל אלו דרשינן מונשמרת שהוא רק שלא לבא להוצאת זרע לבטלה שליתא זה בנשים. ולחוש שמא תבאנה מזה להרהר לעשות איסורין להבעל לאסור לה, לא מצינו ששייך לחוש לזה בהסתכלות וכדומה, וכדאשכחן שהיו הנשים מותרות להסתכל בר' יוחנן כשסלקו מטבילה (ברכות כ.)".


- א שטאפל ווייטער להיתר געפינען מיר אין שו"ת יביע אומר (א, או"ח ו, ה), אז בלויז ביי מענער איז דאך דא דער פראבלעם פון קישוי אבר ווען מ'קוקט מיט בייזע כוונה אויף פרויען, אבער דאקעגן ביי פרויען איז דאך דער פראבלעם נישט פארהאן. דעריבער, לפי"ז וועט א פרוי מעגן אפילו מהרהר זיין אין איר מאן בעת נדתה. וזה לשונו:
"לגברים יש עוד סוג של הרהורים אסורים, והם הרהורים שגורמים לקישוי האיבר, ועלולים לגרום למקרה לילה. ואפילו באשתו, בעת שהיא נדה, אסור לאיש להרהר באופן שעלול לגרות אותו. ואילו אצל נשים אין כזה חשש. ולכן מותר לאשה להרהר בענייני החיבור, כל זמן שאינה מהרהרת בעבירה. וכן מותר לאשה להרהר בבעלה בעת נדתה".

*
- אלזא, תבנא לדינא וועט לכאורה אויסקומען, אז אלס מצד איסור "ולא תתורו", איז אסור פאר פרויען צו קוקן אויף מענער לשם זנות.

- אלס איסור "ונשמרתם" איז נישט פארהאן קיין איסור, וויבאלד ביי זיי איז דאך נישט שייך דער איסור.

- לויט הרב עובדי' וועט (לפי"ז) א פרוי מעגן מהרהר זיין נאך איר מאן בעת נידתה מטעם הנ"ל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:52 pm

עפעס ליגט אין זכרון את חברנו @ליטוואק פון בודאפעסט האט ערגעץ ווי מאריך געווען אין די נושא, אפשר לאו דוקא ביי נשות, אבער האט גוט צולייגט די גדרים פון די נושא.

אפשר אין וועקער.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:29 pm

זייער שיין צולייגט.

לויט דיינע ווערטער מעגן פרויען גייען אין א געמישטע ביטש?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1645
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 872 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:35 pm

אישתישבי האט געשריבן:זייער שיין צולייגט.

לויט דיינע ווערטער מעגן פרויען גייען אין א געמישטע ביטש?


כ'בין נישט קיין דיין, כ'האב נאר אנגעהויבן ברענגען עפעס חומר למחשבה. אבער אויבן אויף, סתם אזוי גיין שווימען געמישט אן בייזוויליגע כוונות איז ווארשיינליך קיין פראבלעם.

ביטע מיר אויפמערקן אויב איך בין נישט ריכטיג, און דערפאר האב איך געעפנט דעם אשכול. איך זעלבסט וויל קלאר ווערן מיט'ן מציאות הדברים.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:39 pm

(א) ברית כרתי לעיני - שלא להסתכל באשת איש:
ומה אתבונן על בתולה - מה לי להתבונן בה כך היתה חסידותי שלא לתת עין אפילו בפנויה שמא לאחר ימים תנשא ונמצאתי כרוך אחריה כך מפורש באבות דרבי נתן:

לשם הנאה מיט לשם זנות מיז נישט מיינען די זעלבע זאך, כנלע"ד
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » פרייטאג יולי 12, 2019 12:47 am

הקטן האט געשריבן:(א) ברית כרתי לעיני - שלא להסתכל באשת איש:
ומה אתבונן על בתולה - מה לי להתבונן בה כך היתה חסידותי שלא לתת עין אפילו בפנויה שמא לאחר ימים תנשא ונמצאתי כרוך אחריה כך מפורש באבות דרבי נתן:

לשם הנאה מיט לשם זנות מיז נישט מיינען די זעלבע זאך, כנלע"ד

דער אשכול רעדט דאך פונדעם צי "פרויען" מעגן קוקן אויף פרויען אדער מענער.

א"כ איני מבין דברי האדר"נ לכאן.

@הקטן ביטע אויסקלארן.

אפשר מיינסטו פשוט ארויסצוברענגען דעם חילוק פון הנאה און זנות?

אויב יא, דעמאלט, וואו זעט מען אין די אויבנדערמאנטע ציטאט דעם אונטערשייד
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג יולי 12, 2019 9:41 am

די מדות חסידות אויף א פניה האט לכורה נישט מיט קיין זנות, נאר סתם איי-קענדי הנאה
וואס איז די סיבה? וואס איז די גדר? איך ווייס נישט
(אפשר נישט צי לאזען סעקטיעל ענערגי פריי, דמשביעו רעב)

איז אפשר איז דאס אויך עפעס וואס שייך ביי נשים
ושמא לאחר ימים תנשא ונמצאתי כרוך אחריה, איז שייך פארקערט אויך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 12, 2019 11:22 am

אישתישבי האט געשריבן:זייער שיין צולייגט.

לויט דיינע ווערטער מעגן פרויען גייען אין א געמישטע ביטש?

עפעס ליגט מיר אין זיכרון איבער א גמ' אין מס' כתובות..."רוחצת בין האנשים, יוציא בלא כתובה"...! זעהט אויס אז דאס איז מצד הפקירות...! כ'וועיס נישט (אזוי ווי די העיליגע רעבע שליט"ע). עפעס שטימט דא נישט מיט די אלע פשט'לעך. אלע יש לומר ולתרץ..."וויפיהל ראיות אסורות האט שוין די פרוי, ל"ע ול"ע זיך אנגעזעהן אז ס'שטערט איהר שוין נישט צו גיין זיך באדן אין א געמישטן סווימינג פול. אדער ביים ביעטש...! (אדער ביי א חתונה אריינקומען צווישן די מענער, רחמנא ליצלן).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8286 מאל

Re: איסור הסתכלות ביי נשים (אויף מענער און אויף פרויען)

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יולי 12, 2019 1:54 pm

אין שו״ת משנה הלכות (ח״ה סימן רכב, ער ברענגט עס אויך אראפ פריער אין סימן קלב) דינגט ער זיך אויפ׳ן יביע אומר און טענה׳ט אז עס איז יא דא אן איסור הסתכלות פון נשים על אנשים. אזויפיל יא, אז ער מאכט א חילוק צווישן א מאן און א פרוי, אפילו בעצם הסתכלות, אויב איז עס בכוונה לשם תאווה [וואס דעמאלטס איז עס אסור פאר א פרוי אויך] אדער נישט לשם תאווה [וואס דעמאלטס איז עס אסור נאר פאר א מאן ווייל ער קען זיך נישט צוריקהאלטן פון הרגשת תאווה, עכ״פ לפי דעתו עפ״י הלכה] ע״ש.

אין שו״ת דברי יואל (סימן י אות ח ט) איז משמע אז ער נעמט אן אזויווי סברת היביע אומר אז ש״ס דילן איז חולק אויפ׳ן ילקוט, און אז עס איז נישט דא קיין איסור הסתכלות פון נשים על האנשים ע״ש (ער דינגט זיך דארט אויפ׳ן תשורת ש״י סימן קכה).


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

Re: איסור הסתכלות ביי נשים (אויף מענער און אויף פרויען)

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יולי 12, 2019 1:57 pm

אישתישבי האט געשריבן:זייער שיין צולייגט.

לויט דיינע ווערטער מעגן פרויען גייען אין א געמישטע ביטש?

מ׳קען לכאורה מאכן א חילוק צווישן ״קוקן אויף״ א געמישטע ביטש און ״גיין אין/צו״ א געמישטע ביטש ודוק.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 12, 2019 3:00 pm

רבותיי: איך בין אויכעט אמאל געגאנגען אין ישיבה. כ'האב גארנישט געוואוסט אז ס'איז דא אזויפיהל סימנים אין יורה דעה און אבן העזר מיט גאנצע שטיקער רמ"א וועלכע רעדן פון די זאכן. איך זעה אז דער עולם איז דא ב"ה שטארק בקי אפילו אין די תשובה ספרים. מ'קען זיך אפילו שטארק מפלפל זיין. ב"ה. ס'א נייער חלק אין די תורה פון וואס כ'האב קיינמאל פריער נישט געהערט...אין מדרש בלא חידוש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8286 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron