פרשת לך לך - די גרויסקייט פון א איד'ס טעגליכע שוועריגקייטן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

פרשת לך לך - די גרויסקייט פון א איד'ס טעגליכע שוועריגקייטן!

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:04 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

נאך צוויי טויזענט יאר וואס די וועלט איז אריבער א דור המבול און א דור הפלגה קומט אונזער גרויסע טאטע אברהם און טוט איינערקענען און ווייזן פאר די וועלט אז "ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו", אונזער טאטע טוט פאַר אונז אויסטרעטן דעם וועג פון לעבן א לעבן וואס איז געקניפט און געבינדן מיט אבינו שבשמים, לאמיר זיך נישט לאזן ווארטן נאר גלייך טאקע אָנפאַנגן וַיֹּאמֶר ה’ אֶל אַבְרָם...

ווי נאר מיר פאנגן אָן לערנען פרשת לך לך פרעגט זיך דאס פשוטע (עיין רמב"ן), לעצטע וואך האבן מיר געלערנט פון נח און דעם גרויסן פראיעקט 'די תיבה', אבער ווי נאר די תוה"ק דערציילט אונז פון נח – טוט די פסוק זאגן: נח מצא חן בעיני ה' – איש צדיק תמים און דערנאך זאגט די פסוק אז הקב"ה זאגט פאר נח צו בויען א תיבה, אבער דא אין אונזער פרשה ביי אברהם פאַנגט מען גלייך אָן מיט דעם לך לך, אָן דעם וואס די פסוק זאל אונז עפעס דערציילן איבער ווער אברהם איז און וואס איז אברהם'ס גרויסקייט?!

ברידער לאמיר גיין א טריט ווייטער, און איידער מיר פאַנגן אָן אונזער שמועס לאמיר כאפן א בילד פון דער הייעך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאנט אין אונזער גאנצע פרשה:
א. וַיֹּאמֶר ה’ אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ – הקב"ה זאגט פאר אברהם אוועקצוגיין פון זיין געבורטס פלאץ...
ב. וַיְהִי רָעָב בָּאָרֶץ וַיֵּרֶד אַבְרָם מִצְרַיְמָה לָגוּר שָׁם - אויפן וועג אין ארץ ישראל איז פלוצלינג א הינגער פארהאן און אברהם דרייט זיך קיין מצרים...
ג. וַיְהִי כַּאֲשֶׁר הִקְרִיב לָבוֹא מִצְרָיְמָה וַיֹּאמֶר אֶל שָׂרַי אִשְׁתּוֹ הִנֵּה נָא יָדַעְתִּי כִּי אִשָּׁה יְפַת מַרְאֶה אָתְּ וכו' - אנקומענדיג קיין מצרים איז פארהאן א סכנה פון די מצריים און אברהם טוט באהאלטן שרה אין א קאַסטן...
ד. וַיְהִי רִיב בֵּין רֹעֵי מִקְנֵה אַבְרָם וּבֵין רֹעֵי מִקְנֵה לוֹט וְהַכְּנַעֲנִי וְהַפְּרִזִּי אָז ישֵׁב בָּאָרֶץ – די פאסטוכער פון אברהם און לוט האבן זיך געקריגט און דאס ברענגט אז אברהם זאל זיך טיילן פון לוט.
ה. וַיִּשְׁמַע אַבְרָם כִּי נִשְׁבָּה אָחִיו... וַיַּכֵּם וַיִּרְדְּפֵם עַד חוֹבָה אֲשֶׁר מִשְּׂמֹאל לְדַמָּשֶׂק – לוט פאלט אריין אין א מלחמה און אברהם שפרינגט אריין מלחמה האלטן און ראטעוועט לוט.
ו. וַתֹּאמֶר שָׂרַי אֶל אַבְרָם הִנֵּה נָא עֲצָרַנִי ה’ מִלֶּדֶת בֹּא נָא אֶל שִׁפְחָתִי אוּלַי אִבָּנֶה מִמֶּנָּה וַיִּשְׁמַע אַבְרָם לְקוֹל שָׂרָי - די מעשה מיט הגר – הגר אנטלויפט.
ז. וַיֹּאמֶר אֵלָיו אֲנִי ה' אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאוּר כַּשְׂדִּים לָתֶת לְךָ אֶת הָאָרֶץ הַזֹּאת לְרִשְׁתָּהּ – הקב"ה באווייזט זיך און שליסט מיט אברהם א בונד, דער באקאנטע "ברית בין הבתרים".
ח. זֹאת בְּרִיתִי אֲשֶׁר תִּשְׁמְרוּ בֵּינִי וּבֵינֵיכֶם וּבֵין זַרְעֲךָ אַחֲרֶיךָ הִמּוֹל לָכֶם כָּל זָכָר - די הייליגע לעכטיגע מצוה פון ברית מילה!

אז מען באטראכט די וואכעדיגע פרשה טוט זיך די שטערן קנייטשן און ס'פרעגט זיך: א. אין מדרש טרעפן מיר פילע גרויסע פאסירונגען וואס אברהם איז אריבער, ווי למשל, אור כשדים – די מעשה מיטן קאַלעך אויוון. אברהם צוברעכט טרח'ס עבודה זרה'ס. די געוואלדיגע הכנסת אורחים וואס אברהם האט אנגעפירט. ועל כולם די גרויסע קירוב און כבוד שמים וואס אברהם האט כסדר געטוען פארשפרייטן אויף די וועלט, נו אויב אזוי פרעגט זיך פארוואס דערציילט אונז נישט די פסוק דערוועגן – פארוואס ווערן די גרויסע ענינים נאר אראפגעברענגט אין מדרש? ב. מיטן ערשטן פשוטע בליק וואלטן מיר געזאגט אז די מעשה מיטן קאַלעך-אויוון איז גרעסערע נייעס ווי דאס פאסירונג פון לוט מיט אברהם און אזוי ווייטער, אבער אין די פסוק טרעפט מען נישט די גרויסע מעשיות נאר עטליכע קליינע באזונדערע שטיקלעך פון אברהם אבינו'ס לעבן וואס דאס לאזט אונז איבער פרעגנדיג פארוואס טאקע? ג. וואס איז די שייכות – ווי אזוי ווערן די עטליכע מעשיות אין אונזער פרשה פאַרבינדן איינס צום אַנדערן? לאמיר זיך בסייעתא דשמיא פארטיפן און באמערקן אז אלעס אין אונזער פרשה איז געקניפט און געבינדן און אט דא אין די שורות דערציילט אונז די תוה"ק וואס מיינט זיין א טאטע און בפרט זיין א טאטע פאר כלל ישראל.

טייערע ברידער אלץ אַן הקדמה צום שמועס דארפן מיר קלאר מאכן אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די גרויסע דערהויבענע ענינים פון אברהם אבינו, וואס מיר שמועסן איז ממש נאר לשבר את האוזן, מיר זאלן קענען פארשטיין און זוכה זיין אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ברידער לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און באמערקן: אין אונזער טעגליכע עבודת ה' איז פארהאן צוויי בחינות, ס'זענען פארהאן מינוטן וואס דער איד טרעפט זיך פאַרענט פון א 'גרויסע' נסיון, מ'שטייט פאר א שווערע ברענעדיגע נסיון וואס מיר דארפן אויסטערלישע שטארקע כוחות דאס צו קענען ביישטיין, און ס'איז גאנץ קלאר פאר דעם מענטש אז אט ליגט פאַר מיר עפעס אויסטערליש און מ'דארף זיך שטארקן מיט אלעס וואס נאר פארהאן מצליח צו זיין.

דערנאך אזי פארהאן נאך א בחינה וואס רופט זיך 'די טעגליכע עבודת ה' וואס איז פיל מיט שווערע נסיונות אבער זיי זענען באהאלטן אין דאס פשוטע לעבן פון א איד און דערפאר באמערקט זיך נישט אז מיר שטייען פאַר שווערע נסיונות איעדע מינוט אין טאג, פון ווען דער אידעלע שטייט אויף ביז מיר זענען זוכה זיך קריאת שמע שעל המטה זענען מיר כסדר ארום גענומען מיט די טעגליכע נסיונות, ס'גייט כסדר ארויף און אראפ און מיר דארפן זיך איינמאל און נאכאמאל מחזק זיין אין אונזער אמונה און בטחון, געדענקן און אריינצקריצן אין האַרץ און אין מח אז הקב"ה איז מיט אונז אויף טריט און שריט "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה".

צו דער גרויסע צדיק הרה"ק רבי אברהם פון סלאנים - דער יסוד העבודה זי"ע (די יארצייט איז דעם שבת י"א חשון) איז א חסיד געקומען און זיך צו-וויינט "רבי הלוואי וואלט איך זוכה געווען צו האבן א מער צייט און רואיגקייט פאַר עבודת ה', רבי ווען נישט די אלע גשמיות'דיגע געברויכן וואלט איך געקענט דינען השי"ת מיט אסאך מער מנוחה און רואיגקייט"...
מיט ליבשאפט האט דער צדיק געענטפערט: אז אין די משנה אין מסכת אבות שטייט אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה - א מענטש זאל נישט זאגן הלוואי וואלט איך פארמאגט פרייע צייט צו זיין רואיג פאר עבודת ה', "שֶׁמָא" ווייל אפשר וויל מען פון הימל דַוְקָא אז "לֹא תִפָּנֶה" דו זאלסט נישט האבן קיין צייט און רואיגקייט, דו זאלסט זיין פאריאָגט און פאַרְפְּלאָגט און ארבעטן שווער, און דוקא אזוי, תוך דעם חושך זאל א איד דינען דעם אייבישטער און דאס ברענגט גאר די גרעסטע נחת רוח פאר השי"ת – יא דער אידעלע וואס איז פאריאגט, פארפלאגט און ווייסט ניטאמאל ווי מען כאַפט זיך דאס אָטעֶם מיט דעם אלעם פרובירט ער מיט זיינע לעצטע כוחות נאנט צו ווערן צו אבינו שבשמים אט דאס ברענגט די גרעסטע נחת רוח פאר השי"ת".

און דער יסוד העבודה האט איהם דערציילט: אז דער הייליגע חוזה פון לובלין זי"ע האט אמאל נאך די הייליגע טעג פון חודש תשרי (אגב זענען מיר יעצט אין די טעג) געזאגט פאר זיינע תלמידים, אז ער זיי דערציילן וואס זיי האבן מתפלל געווען אין די הייליגע טעג און וואס מ'האט אין הימל אָנגעשריבן און געענטפערט אויף זייערע בקשות. - דערנאך האט די הייליגע חוזה זי"ע געזאגט פאר איינע פון די תלמידים ביים דאווענען האסטו אינזין געהאט אז וויבאלד דיין פרנסה נעמט אוועק פון דיין צייט צו דינען השי"ת, ביסטו גרייט אפילו מוותר צו זיין אז פון הימל זאל מען דיר געבן צוויי גילדן ווייניגער יעדע וואָך, אַבִּי דו זאלסט פארדינען דאס איבריגע שנעל און געשווינד אָנהייב וואָך, אזוי זאלסטו קענען דינען הקב"ה א גאנצע וואך רואיגערהייט... אבער אין הימל האט מען זיך צושמייכלט פון דיין בקשה, "ווייל ווער זאגט אז מ'וויל בכלל אז ס'זאל דיר אנקומען גרינג און דו זאלסט קענען דינען דעם אייבישטער רואיג, אפשר וויל מען דוקא יא די לעכטיגע עבודת ה' וואס קומט ארויס מתוך צומישעניש און מסירת נפש".

לעצטע וואך לערנט אונז די תוה"ק וואס דאס מיינט זיין א 'צדיק', נח איז געווען דער איש צדיק תמים - הקב"ה האט אים געגעבן דעם גרויסן נסיון פון בויען א תיבה פאר 120 יאר מיט די גרעסטע מסירת נפש וואס נאר פארהאן און נח שפרינגט אריין און פאנגט אָן בויען און דערנאך אזי ער זוכה צו זיין דער מקים העולם במשך דעם גאנצע מבול – די גאנצע מעשה איז אינגאנצן אינדרויסן פון די טעגליכע לעבן פון א איד און דער צדיק איז זוכה צו זיין דער שליח ה'... אבער אין אונזער פרשה רעדט מען פון אברהם אבינו – דער 'טאטע' פון כלל ישראל, ביי א טאטע זענען זאכן אנדערש, "ווייל א טאטע ווערט מען נישט פון די 'גרויסע' זאכן נאר אט פונקט פון די פארקערטע, א טאטע ווערט מען פון די אלע קלייניגקייטן וואס א טאטע טוט כסדר אָן אויפהער פאר זיינע קינדערלעך", פארשטייט זיך אז אברהם האט פאָרמאָגט גרויסע פאַסירונגען פון צדקות און מסירת נפש ווי מיר געפינען אין מדרש אור כשדים און פיל נאך, אבער די תוה"ק וויל אונז דערציילן ווי אזוי אברהם ווערט דער "אב המון גויים – דער טאטע פון כלל ישראל' - אט דאס איז דוקא פון די טעגליכע שוועריגקייטן און דערפאר לאזט זיך אברהם ארויס אויף דעם לך-לך און גייט אריבער דאס ביטערע שווערע טעגליכע נסיונות און דערמיט אָנגרייטן און אויספלאַסטערן פאר אונז זיינע טייערע קינדער דעם וועג, מעשה אבות סימן לבנים מיט איעדע טריט וואס אונזער טאטע נעמט געבט ער אונז יארן שפעטער כח און חיזוק אז 'מיר' זאלן קענען אריבער גיין אונזערע טעגליכע שוועריגקייטן און נסיונות בשלום און גאר ארויסקומען שטערקער און נענטער צו אבינו שבשמים.

ברידער! לאמיר זיך אָפשטעלן און באַמערקן אז אין די אלע עניני הפרשה איז נכלל כמעט יעדע סארט שוועריגקייט און אדורכגאנג וואס מיר אלע גייען אריבער אויף א קליינע פאַרנעם אין דעם טאג טעגליכן לעבן – אברהם איז דאס אריבער ווי געשמועסט אט פאר אונז זיינע קינדער און ווי א געטרייע טאטע האט ער געטוען אריינפלאַנצן אין די בריאה כוחות און סייעתא דשמיא אז מיר זאלן קענען אריבער גיין אט דעם טעגליכן שווערן וועג. לאמיר בקיצור נמרץ כאַפן א בליק!
א. וַיֹּאמֶר ה’ אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ – מיר אלע גייען אריבער מצבים פון פיזור הנפש, מען וואַלגערט זיך ארום און מען פרעגט רבש"ע ווי אַהין, וואס וועט דא זיין?! אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ – מ'דארף זיך אינגאנצן פארלאזן אז הקב"ה פירט און ווייזט - מצבים וואס מיר דארפן אָנהייבן מיט א נייע התחלה אין א פרעמדע פלאץ, ס'איז שווער אבער אונזער טאטע טרעט אונז אויס דעם וועג אז יא איעדע אידיש קינד קען און מיט א שטארקע בטחון אין השי"ת לאזט מען זיך אין וועג אריין.
ב. וַיְהִי רָעָב בָּאָרֶץ וַיֵּרֶד אַבְרָם מִצְרַיְמָה לָגוּר שָׁם - אונטערוועגנס אין ארץ ישראל איז פלוצלינג א הינגער פארהאן און אברהם דרייט זיך קיין מצרים – אוי! ווער ווייסט דען נישט וואס דאס מיינט שוועריגקייטן אין פרנסה, וואס ווי פארשטענדליך ווען מען עסט נישט איז קיין געזונט און רואיגקייט אויך נישט פארהאן, אט לעבט דאס אברהם אבינו איבער און מיט די גרעסטע אמונה און בטחון פאָרט מען קיין מצרים נאר אלץ א קליין פעולה פון השתדלות.
ג. וַיְהִי כַּאֲשֶׁר הִקְרִיב לָבוֹא מִצְרָיְמָה וַיֹּאמֶר אֶל שָׂרַי אִשְׁתּוֹ הִנֵּה נָא יָדַעְתִּי כִּי אִשָּׁה יְפַת מַרְאֶה אָתְּ וכו' – ווי נאר דער איד טרעט ארויס פון ארץ ישראל מען גייט ארויס פון בית המדרש, מ'גייט אריין אין די וועלט פון ארבעט וואס בימים ההם איז מצרים געווען דאס הויפטקוואַטיר פון געשעפטן באַגעגנט מען זיך מיט שווערע נסיונות, צום אלעם ערשט לעבט מען מיט כסדר'דיגע דאגה און פחד פונעם עתיד, פראבלעמען מיט די רעגירונג און געזעץ, מ'פארטשעפעט און פאַרלייגט זיך... ועל כולם שווערע נסיונות אין קדושה וד"ל... דער פרעה פרובירט צו פאַרכאַפן, מ'דארף אזוי פיל שמירה און סייעתא דשמיא און אט גייט דאס אברהם אריבער אלעס אז מיר זיינע קינדערלעך זאלן זוכה זיין צו באקומען כוחות אז ווען מיר וועלן דארפן אריבער גיין דאס ביטערע ה"י זאלן מיר קענען ביישטיין און זיך האלטן מיט שטארקייט...
ד. וַיְהִי רִיב בֵּין רֹעֵי מִקְנֵה אַבְרָם וּבֵין רֹעֵי מִקְנֵה לוֹט וְהַכְּנַעֲנִי וְהַפְּרִזִּי אָז ישֵׁב בָּאָרֶץ – מיט א גרויס פארמעגן איז אברהם צוריק אין א"י, ווי באקאנט ווען ס'איז געלט פארהאן פאַנגן די שטוב מענטשן אָן בונטעווען און א מחלוקת צווישן די פאַסטוכער פאַנגט זיך אָן – דאס איז אונז מרמז אויף אלע סארט משפחה פראבלעמען, קריגעריי, בזיונות פון אומאָרנטליכע קרובים, זיך אפטיילן און דערווייטערן פון זיי (יענער איז א כפוי טובה, ער איז רייך געווארן דורך אברהם, און דא פאלגט ער נישט און קריגט זיך מיט איהם) אברהם איז מוותר און טוט זיך מיט ליבשאפט טיילן.
ה. וַיִּשְׁמַע אַבְרָם כִּי נִשְׁבָּה אָחִיו... וַיַּכֵּם וַיִּרְדְּפֵם עַד חוֹבָה אֲשֶׁר מִשְּׂמֹאל לְדַמָּשֶׂק – לוט טרעפט זיך פאַרכאַפט אויפן פראָנט און אברהם שפרינגט אריין מלחמה האלטן און ראטעוועט דעם נעפיו לוט – כאטש זיי האבן זיך פריער צוטיילט און כאטש מלחמה האלטן איז אקעגן אברהם אבינו'ס נאטור, אבער ווען א צווייטע איד דארף הילף שפרינגט מען אריין, ווען ס'קומט צו חסד מאַכט מען נישט קיין חשבונות, מען פירט נישט קיין געשעפטן נאר מ'טוט אלעס וואס מעגליך צו העלפן, דאס איז א אמתע בעל חסד און דאס פלאַנצט אברהם אריין ביי אונז אין הארץ.
ו. וַתֹּאמֶר שָׂרַי אֶל אַבְרָם הִנֵּה נָא עֲצָרַנִי ה’ מִלֶּדֶת בֹּא נָא אֶל שִׁפְחָתִי אוּלַי אִבָּנֶה מִמֶּנָּה וַיִּשְׁמַע אַבְרָם לְקוֹל שָׂרָי - די מעשה מיט הגר – הגר אנטלויפט. - שלום בית, בין איש לאשתו און אזוי פיל מער ליגט צווישן די הייליגע פסוקים, בפרט דער ענין פון נחת... אברהם און שרה האָפן און בעטן פאר קינדערלעך – ברידער ס'כאַפט א ציטער ווען מיר קוקן זיך ארום און באמערקן ווי וויכטיג מיר דארפן די הייליגע תפילות וואס אונזער טאטע און מאמע האבן אט דעמאלטס איינגעריסן ביים בורא עולם פאר קינדער און נחת דקדושה...
ז. וַיֹּאמֶר אֵלָיו אֲנִי ה' אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאוּר כַּשְׂדִּים לָתֶת לְךָ אֶת הָאָרֶץ הַזֹּאת לְרִשְׁתָּהּ – הקב"ה באווייזט זיך און שליסט מיט אברהם א בונד, דער באַקאַנטע "ברית בין הבתרים", די געוואלדיגע קשר מיט אבינו שבשמים וואס באגלייט די אידישע קינדער במשך אלע דורות, אט שליסט דאס אברהם אלעס פאַר זיינע קינדערלעך.
ח. זֹאת בְּרִיתִי אֲשֶׁר תִּשְׁמְרוּ בֵּינִי וּבֵינֵיכֶם וּבֵין זַרְעֲךָ אַחֲרֶיךָ הִמּוֹל לָכֶם כָּל זָכָר - די הייליגע לעכטיגע מצוה פון ברית מילה – אז מיר דערהערן אלעס ביז אהער שטעלט זיך דא ארויס א געוואלדיגע זאך, די איינציגסטע נסיון אין די פרשה וואס איז נישט א חלק פון דעם איד'ס טעגליכע נסיון (ס'איז עפעס מער א אויסטערלישע זאַך) איז אט דער ענין פון ברית מילה, אבער אז מיר זאלן זיך אפשטעלן און טוען אריינטראכטן באמערקט זיך: ביז אהער האט אברהם געלעבט דעם 'לך-לך' - ער איז כסדר געגאנגען מיט השי"ת, ער האט געארבעט און געלעבט מיט-צונעמען הקב"ה אויף טריט און שריט, זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אבינו שבשמים, אט קומט דער נסיון פון ברית מילה וואס ברענגט מיט זיך א נייע מציאות, ס'איז פארהאן א נסיון וואס ווען מיר אידישע קינדער זענען דאס מקיים שטעלט זיך ארויס אז הקב"ה איז מיט אונז, ווי רש"י זאגט: "אני הוא שיש די באלקותי לכל בריה, לפיכך התהלך לפני ואהיה לך לאלוקי ולפטרון" דערנאך וואס א איד איז מקיים דעם מצוה פון ברית מילה זענען מיר זוכה אז הקב"ה איז במציאות פיזיש מיט אונז, השי"ת מאכט דעם 'התהלך לפני' און אין סיי וועלכע מצב דער איד זאל זיך נאר געפינען האט ער מיט זיך דעם הייליגן מצוה וואס דאס מיינט אז מיר טראגן מיט זיך דעם אות ברית קודש, דעם סימבאל אז מיר זענען א חלק פון השי"ת פאלק, און טאקע דארט געפינען מיר ווי הקב"ה זאגט פאר אברהם אז דער הייליגע אות ה' – דעם שם ה' וועט ליגן אין זיין נאמען וואס דאס זאגט אויך דעם זעלבן געדאנק אז אין דעם איד'ס נאמען וועט זיך געפינען דעם שם ה'.

דערמיט ענדיגן מיר דעם הערליכן פרשה און בסך הכל דערהערן מיר דעם געדאנק אז אונזער הייליגע טאטע גייט אויף א געוויסע בחינה אריבער אלעס וואס מיר זיינע קינדערלעך וועלן טויזענטע יארן שפעטער אריבער גיין און זיך מיטשענען, און מיט די גרעסטע מסירת נפש טוט ער אָנגרייטן און משפיע זיין כוחות פאר אונז זיינע קינדערלעך און אט דאס הייסט א טאטע... אונזער טאטע לערנט אונז אז דאס ערשטע יסוד צו זיין א טאטע - זיין גרייט זיך ארויסצולאזן אויף דעם שווערן וועג מיט די גרעסטע התבטלות און גרייטקייט צו גיין אט דארט ווי הקב"ה וועט ווייזן און פירן כאטש מען זעט נאך נישט, מען ווייסט נאך נישט ווי אהין און וואס וועט זיין, גייט מען טריט ביי טריט צוזאמען מיט אבינו שבשמים.

ווען א איד שטעלט זיך אָפ און טראכט דערין אריין ווערט דאס הארץ איבערגעפילט מיט חיזוק און שטארקייט ווייל מיר דערהערן אז איעדע נסיון וואס א איד גייט טעגליך אריבער איז עפעס וואס טוט אונז גרייטן פאר שפעטער, פאר אונזערע קינדערלעך און אזוי ווייטער מיר זענען כסדר אויף א תפקיד מיוחד צוצוגרייטן די וועלט פאר עפעס מער און גרעסער, אין איעדע נסיון ליגט עפעס טיפער וואס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין, און ועל כולם דערהערן מיר אז מיר האבן די כוחות אונזער טאטע האט אונז פאָרזאָרגט און יא מיר קענען און פאָרמאָגן אלעס וואס פעלט זיך אויס אריבער צו גיין די טעגליכע נסיונות מיט שטארקייט. ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן די ליכטיגקייט וואס ליגט אין איעדע נסיון, צו קענען דינען השי"ת מיט מנוחה, שמחה און נחת דקדושה. און אט שוין בקרוב זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
א. צו זיין א אמתע טאטע און עובד ה' דארף מען זיין גרייט צו מאכן א לך-לך, זיך אינגאַנצן פארלאזן אויף אבינו שבשמים.
ב. אין איעדע נסיון ליגט באַהאַלטן אוצרות – מיט איעדע נסיון טוען מיר קומען איין טריט נענטער צו ברכה און גרויסקייט.
ג. מיר פארמאגן שטארקייט - אונזער טאטע האט פאר אונז צוגעגרייט כוחות אריבער צו-גיין דאס שווערסטע מיט סייעתא דשמיא.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:05 pm

א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט