צעקות ביים דאווענען; א הפסק?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

צעקות ביים דאווענען; א הפסק?

שליחה דורך לבי ובשרי »

און גענוג און נאך חצירות איז איינגעפירט אלס לכתחילה שבלכתחילה אז דאס דאווענען זאל צוגיין מיט געשרייען און געוואלדערייען אינדערמיט. א שטייגער ווי אין וויזניץ, וואו מען שרייט פארשידענע קולות, טאקע נישט קיין ווערטער, אבער לולא דמסתפינא לאזט זיך זאגן אז זייערע וויי וויי ווייען איז נאך ערגער ווי א זאץ אין אידיש... די זעלבע איז אין קרעטשניף און נדבורנא ווי עס איז א 'מוז' אז דאס דאווענען מוז אנטהאלטן פערזענליכע געשפרעכן מיט אבינו שבשמים, א שטייגער ווי "טאטע קרוין" און נאך למיניהם.

אלזא, דער בארימטער רב ופוסק הספרדי, רבי בנצין מוצפי, איז אין א שיעור סארקאסטיש ארויסגעקומען קעגן די מנהגים און ער טוט דאס שטארק ארונטעררייסן.

אט איז א לינק צום ווידעא:

בעצם, אויף דאס וואס ער באציט זיך, איבער די וויי וויי וויי געשרייען, איז לכאורה סתם שפאס כדרכו בקודש. אבער דאס מפסיק זיין מיט ווערטער א שטייגער ווי די פריערדערמאנטע חצירות וועט לכאורה יא זיין א פראבלעם.

כפי זכרוני איז פארהאן א תשובה וואס הגאון בעל מנחת יצק האט געשריבן צו מרן מתו"א זצ"ל איבער די הפסקות פון געשרייען אויפן אידישן שפראך אינמיטן דאווענען, ער איז שיין מאריך אין דעם ענין, אבער נאכן זוכן יעצט א וויילע האב איך דאס נישט געקענט געפינען, און די זעלבע די מסקנא וואס ער פירט אויס תבנא לדינא דענק אויך אויך נישט איצטערט.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר