פון תשעה באב צו שבת נחמו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

פון תשעה באב צו שבת נחמו

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:21 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

ס'איז תשעה באב תש"פ, א טאג וואס מיר האבן אויף איר שטארק ארויסגעקוקט און געהאָפט אז אפשר דאָך וועלן מיר זוכה זיין צו קענען פראַווען דעם טאג מיט פרייליכקייט אין די גאסן פון ירושלים עיר הקודש, און דא זיצן מיר נאכאמאל אויף די ערד מיט פארקלעמטע מוחות און צובראכענע הערצער, טראכטנדיג איבער און איבער די הייליגע ווערטער וואס חז"ל זאגן אונז אין מסכת יומא "כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו" – יעדער דור וואס דער בית המקדש איז אין אירע טעג נישט אויפגעבויעט געווארן, איז עס כאילו די בית המקדש איז אין אירע טעג חרוב געווארן. דאס הייסט אז אויב וואלטן מיר פאריאר געהאט די בית המקדש וואלט עס דאס יאר חלילה חרוב געווארן. די ווערטער רייסן ביים הארץ און רופט אונז. לאמיר צוריק גיין אהיים, לאמיר טוען צו די זאַך, ס'איז צייט אז מיר זאלן זיך אויפוועקן... ווי באקאנט פארמאגט יעדן טאג אין דעם אידישן לוח א טיפע הייליגע באדייט וואס דארף אונז לערנען און באגלייטן, לאמיר זיך פארטיפן.

צו די זעלבע צייט שטייען מיר ביים שוועל פון דעם גרויסן שבת נחמו, די טעג וואס רופן זיך שבעה דנחמתא, על שם די הפטורה וואס מיר ליינען, די ווערטער וואס דער נביא ישעי' זאגט פאר די אידישע קינדער נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִי יֹאמַר אֱלֹקֵיכֶם - טרייסט אייך טרייסט אייך זאגט השי"ת וכו'. לאמיר פארשטיין ווי קענען מיר פראַווענען א שבת נחמו? ווי קענען מיר זיך טרייסטן ווען מיר זענען נאך נישט געהאָלפן געווארן, ווען מיר זענען נאך אין דעם ביטערן גלות, מיט וואס זאלן מיר זיך טרייסטן?! יא, מען פארט ארויס צווישן די בערג, אבער נישט פון דעם רעדט דער נביא ישעיה, ער רעדט פון אנדערע בערג, מה נאוו
על ההרים רגלי מבשר, וואס דאס איז נאך ליידער נישט מקויים געווארן, שיבנה בית המקדש במהרה בימינו.

שבת נחמו געפאַלט יעדעס יאר אין פרשת ואתחנן איז דאך פשוט אז דער אמתע נחמה פון א איד דארפן מיר טרעפן אין די הייליגע שורות פון אונזער פרשת השבוע. נו, לאמיר כאפן א בליק אין אונזער פרשה: וָאֶתְחַנַּן אֶל ה' בָּעֵת הַהִוא לֵאמֹר וכו' – די פרשה פאנגט זיך אָן מיט די הייליגע ווערטער אין וועלכן משה רבינו בעט זיך ביי הקב"ה צו קענען אריבער גיין דעם ירדן אריין קיין ארץ ישראל. ווי באקאנט איז דער ווארט 'ואתחנן' בגימטריא 515, ווייל אט אזוי פיל תפילות האט אונזער רבי איינגעריסן צו קענען זוכה זיין אריין צו גיין קיין ארץ ישראל. לאמיר זיך פארטיפן און פרובירן צוזאם נעמען דעם מח און פארשטיין אונזער עבודת השעה.

אז מען זאל פרעגן א טאטע אדער א מאמע "וואס ווילט איר פאר אייער קינד" וועט נישט נעמען לאנג און זיי וועלן ענטפערן, וואס פאר א פראַגע איז דאס? די ציל פון טאטע מאמע איז אז דער קינד זאל וואַקסן, שטייגן און מצליח זיין. אז מען פרעגט ״פארוואס?״ וועט מען באלד רעאגירן, וואס הייסט פארוואס? ווייל איך וויל אז ער זאל לעבן מיט שמחה און צופרידנקייט... דאס איז גאנץ פשוט אז יעדע טאטע אדער מאמע וואס האט אביסל מחשבה פארשטייט אז אונטער אלעס, אונטער דעם זאגן פאר׳ן קינד טו דאס און טו דאס, ליגט דער מחשבה אז מיר ווילן אז זיי זאלן אויסוואַקסן און מצליח זיין ווייל אט דאס וועט בעזר ה' ברענגען פאר׳ן קינד "שמחה און צופרידנקייט". פארשטייט זיך אז כדי צו האבן שמחה פארלאנגט זיך מידות טובות, כשרונות וכדומה אבער דער ציל איז שמחה!

דער בורא עולם, אונזער באליבטער טאטע, האט פאר אונז דעם זעלבן ציל. ווי דער בעל מסילת ישרים פאנגט אָן זיינע ווערטער "שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' וליהנות מזיו שכינתו, שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול בכל העידונים שיכולים להימצא". וואס דאס מיינט אז די גאנצע תכלית און ציל פון אונזער דא זיין איז אנצוקומען אויף א פלאץ פון תענוג און שמחה, ווי מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען: עבדו את ה' בשמחה בואו לפניו ברננה. הקב"ה וויל אז מיר זאלן דאנקן און לויבן מתוך שמחה, שירה וזמרה. יעצט פונקט ווי מיר אלע פארשטייען אז כדי דער קינד זאל אָנקומען צו דעם פלאץ פון א פרייליך און צופרידן לעבן דארף מען אריבער גיין יארן פון חינוך און וואַקסן, אט דאס זעלבע איז מיט אונז קינדער פון אבינו שבשמים, וואס כדי אנצוקומען צו דעם תענוג גייען מיר אריבער יארן פון חינוך און עבודת האדם פון זיך גרייטן און צוקומען נענטער און נענטער צו א לעבן פון תענוג אמיתי, א לעבן פון גאולה.

ווען מיר שמועסן פון דעם ווארט שמחה און תענוג אמיתי דארף מען זיך אפשטעלן און זיך פארטיפן. לאמיר עס צולייגן מיט א משל:

זלמן טרעפט זיין חבר שמעלקא און זאגט, ״שמעלקא, געב א קוק, כ'האב דא א בילד פון א בריק וואס מיין קינד האט נעכטן געבויעט פון קליקס, ס'איז עפעס אויסטערליש גוט געלונגען - וואס זאגסטו דערצו?״ שמעלקא כאפט א בליק און שטימט מיט, ״פשי אַהאַ... ס'איז נישט דא די ווערטער, ס'איז עפעס הערליך.״

״וועלכע קינד האט עס געמאכט?״ פרעגט שמעלקא. מיין וואלווי, ענטפערט זלמן, אבער דערנאך לייגט זלמן צו אזוי שטילערהייט: ״ער גייט נישט אין חדר נאר צוועלף שעה א טאג בויעט ער קליקס.״ שמעלקא ווערט פלוצלינג נישט אזוי איבערגענומען. איי איי... און פלוצלינג וואס איז א מינוט צוריק געווען אויסטערליש הערליך און טאלאנטפול, באקומט אַן אנדערע אויסזעהן...

און אויב זאל אים שמעלקא זאגן, ״מיין קינד וואס האט געמאכט דעם בריק איז גאר מיין אכט אין צוואנציג יעריגע זון.״ דאן וועט שמעלקא'ס הארץ ווערן איבער גענומען מיט א געפיל פון רחמנות, ס'איז זעלבסט פארשטעדנליך אז עפעס איז ליידער נישט מסודר. איי וועלן מיר פרעגן אז ס'איז די זעלבע הערליכע בריק, די זעלבע טאלאנט און הנאה וואס האט פאסירט ווען שמעלקא הערט אז דער וואלווי בויעט עס פאר צוועלף שעה א טאג, אדער ווען שמעלקא ווערט געוואויר אז דער בויער איז 28 יאר אלט, נאר דער תירוץ איז זעלבסט פארשטענדליך: יעדע טאלאנט, געשמאק, כח און הנאה וואס ברענגט אונז שמחה און נחת וואס מיר פארמאגן ווענדט זיך ווי אזוי ס'קוקט אויס, וואו ס'שטייט איין, ס'ווענדט זיך ווי אלט דאס קינד איז, וויפיל שעה ווערט דארט אריינגעלייגט, און אזוי ווייטער.

דער מוסר השכל איז קלאר: דער בורא עולם אונזער טאטע האט פאר אונז אנגעגרייט "תענוג אמיתי", מיר זענען דא זיך צו ווייקן אין זיסקייט און דינען בורא עולם בלי הפסק מיט שמחה און געשמאק, אבער וואס פאסירט ליידער מיט אונז גאר אסאך איז אז אויפ׳ן וועג צום אמת׳ע תענוג, אויפ׳ן וועג וואס מיר דארפן זיך בויען אנצוקומען צום תכלית החיים, צום תענוג אמיתי, שטעלן מיר זיך אָפ און מיר בלייבן פאַרהאַנקערט מיט כל מיני תענוגים וואס זענען באמת גוט און געשמאק אין אַן אנדערע געלעגנהייט, אבער ס'איז נישט פאר אונזער יארגאנג, אדער אויב איז עס גוט פאר עטליכע סעקונדעס אויסצולופטערן דעם מח איז עס זיכער נישט דעם פלאץ אריינצולייגן דארט דעם גאנצן קאפ און מח, גארנישט אנדערש ווי דעם קינד וואס געבט אלעס אוועק ווייל ער איז פארנומען מיט קליקס...

ברידער, ס'ליינט זיך מיט א שמייכל, אבער אויב זאלן מיר זיין אמת׳דיג וועלן מיר באמערקן אז אזוי פיל פון אונזער טעגליכע סדר היום גייט אוועק נאכצולויפן כל מיני תענוגים און צייטווייליגע הנאות, וואס ווען מען געבט זיך א שטעל אָפ פאר א סעקונדע פון מחשבה באמערקט זיך גלייך אז ס'איז נישט פאר אונזער יארגאנג, ס'איז פאלשע לופטיגע תענוג קעגן וואס מיר וואלטן געדארפט זוכן און בענקן צו, און ווען מיר זענען גרייט צו גיין א טריט טיפער באמערקט זיך אז די אלע תענוגים וואס מיר לויפן נאך, אפילו ווען מיר באקומען עס, אפילו ווען מיר קומען שוין אָן, לאזט עס אונז איבער מיט א ליידיגע געפיל, ס'טוט בכלל נישט אָנפילן דעם נשמה מיט דעם געזוכטן תענוג פון שמחה און צופרידנקייט.

פון צייט צו צייט דארפן מיר זיך מתבונן זיין, צו האבן מיר זיך נישט באקוועם געמאכט מיט תענוגים און א לעבנסשטייגער וואס איז געמאכט פאר אַן אנדערע יארגאנג? צו בין איך נישט פארנומען מיט אט די זעלבע הנאות וואס איך האב געצילט אלץ יונג בחור'ל/מיידל?! מיר קענען דאָך חלילה פארפאסן די אמת׳ע תענוג אמיתי וואס שטייט גרייט פאר׳ן אידעלע, פאר׳ן קינד פון בורא עולם, א לעבן וואס איז פול מיט שטייגן און וואקסן, א פלאץ פון דביקות ה', א פלאץ פון התבטלות און שמחה, א לעבן וואס די גאנצע שטוב שטייגט פון טאג צו טאג, ווען מען קומט אריין אין דעם שטוב שפירט מען אין די לופט א געוויסע ריינע תמימות'דיגע שמחה. ברידער, ס'איז שווער צו באשרייבן און אראפלייגן אין ווערטער, אבער ווען מען קומט נאנט צו די סארט מענטשן (וואס איז היינטיגע טעג א יקר המציאות) שפירט מען עס זייער קלאר. ס'האנדלט זיך פון א געוויסע פנימית'דיגע שמחה, ווען מען פאנגט אן לעבן א לעבן פון תענוג אמיתי ווערט פלוצלינג קלאר אז מען דארף גארנישט, די אלע זאכן וואס מיר זאגן זיך אז מען 'מוז' האבן, די אלע פלעצער וואו מיר 'מוזן' גיין אדער פאָרן איז פלוצלינג בכלל נישט אזוי וויכטיג. זיכער קען מען פאָרן און פארברענגען און ס׳איז צומאל אינטערעסאנט און געשמאק, אבער דאס איז נישט דער עיקר ציל, ווייל די שמחה קומט פון אינעווייניג, און נישט פונדרויסן אריין!

אויב מעג מען רעדן אביסל מער אפן, וויפיל פון אונזערע צובראכנקייט און יסורים קומט פון דעם וואס מיר האבן פארגעסן אז מיר זענען אויפ׳ן וועג צו עפעס א ציל, מיר האבן פארגעסן אז מיר וואַקסן און שטייגן, און יא, אונזער נשמה וואַקסט מיט און פארלאנגט מער. וואס האט אונז נעכטן געמאכט פרייליך און צופרידן איז נישט מער אינטערעסאנט, ווייל מיר זענען געשטיגן העכער, און די נשמה אונזערע רופט פאר מער... מיר ווילן נישט בלייבן אין די זעלבע פאזיציע, און דאס צוברעכט אונז, ווייל אז מיר רוקן זיך נישט נענטער צו אונזער ציל וואס איז תענוג אמיתי, אט דאס איז די גרעסטע צער סיי פאר אונז קינדער און סיי פאר אונזער טאטע וואס האט אונז באשאפן מיט אט דעם ציל. צומאל גייען פארביי יארן און מיר ווייסן און פארשטייען, מיר האבן ארויס די פראבלעמען און חורבן פון בלייבן שטענדיג אויף דעם זעלבן פלאץ, צומאל גייען אריבער יארן און מיר ווייקן זיך מיט אונזערע תאוות און חמדות וואס זענען נישט אונז, מיר ווייסן און מיר שפירן און ס'טוט אונז ביטער וויי, אבער מיר האבן נישט די כוחות זיך ארויסצוזען. ס'איז אונז צו באקוועם... דער אידעלע וויינט אין הארץ און צוביסלעך ווערט מען מער און מער אויפגעגעסן, מען קויפט נאך איין און נאך איין, מען פארט דא און דארט אבער דאס אינערליכע געפיל בלייבט צובראכן און צוקלאפט...

יעצט לאמיר זיך אפשטעלן און באמערקן, וואו האט זיך אָנגעפאַנגען דעם תשעה באב? די ערשטע טרערן וואס מיר האבן געגאסן איז געווען ווען דער בורא עולם האט אונז גענומען אויפ׳ן וועג קיין ארץ ישראל. ס'איז געווען פאר אונז אנגעגרייט אַן ארץ ישראל וואס דער לאנד איז דער מקור פון אלע הנאות און שמחה וואס איז נאר פארהאן, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. אבער כלל ישראל האט געשיקט מרגלים, און ווען די מרגלים האבן צוריק געברענגט די שלעכטע נייעס, זענען זייערע ווערטער אריין אין אונזערע הערצער, און מיר זענען געווארן איבערגענומען דערפון און דאס האט אונז געפירט צו דעם שרעקליכן חורבן פון אויפגעבן. אַנשטאט שרייען צו בורא עולם אז מיר דארפן א ישועה, מיר זענען נישט מוותר, מיר וועלן ווייטער זיכן און פרובירן אויף עפעס א צווייטע אופן אנצוקומען צו דעם תענוג אמיתי, דעם כלילת יופי משוש לכל הארץ, אונזער הייליג לאנד ארץ ישראל, האבן זיי זיך גענומען וויינען, און
ווי חז"ל זאגן אונז: "אמר הקב"ה: אתם בכיתם בכיה של חינם, אני אקבע לכם בכיה לדורות" (תענית כ"ט).

בכיה, א געוויין, פאַרמאָגט צוויי אָפטייטשן. ס'איז פארהאן טרערן וואס מען וויינט פון צובראכנקייט, פון יאוש, וואס קומט באגלייט מיט א געפיל וואס דאס איז עס, איך וויין ווייל ס׳איז נישטא וואס צו טון מער. דערנאך איז פארהאן א געוויין פון געגועים, פון תפילה ובקשה, פון איינרייסן און זיך בעטן, ווען דער מענטש וויינט ווייל ער קוקט ארויס אויף א בעסערע צוקונפט. חז״ל זאגן אונז אז די אידישע קינדער האבן געוויינט א בכיה של חינם, וואס דאס מיינט אז ס'איז געווען א געוויין וואס טוט גארנישט אויף. טרערן פון אויפגעבן, טרערן וואס זאגן אז כ'בין אין צער און איך קען גארנישט טון דערוועגן. ס׳איז נישט געווען קיין טרערן פון האפענונג, ס'איז נישט געווען קיין טרערן פון תפילות ובקשות, טרערן פון בענקן און שרייען טאטע מיר ווילן זיין נאנט, מיר ווילן זוכה זיין צו תענוג אמיתי און זיך ווייקן תחת כנפי השכינה, ליידער האבן זיי עס פארטוישט צו טרערן פון אויפגעבן און צובראכנקייט.

מיר האבן געוויינט א געוויין וואס זאגט אז מיר בלייבן אויף דעם פלאץ אין א וויסטן מדבר, און מיר האבן נישט וואו צו גיין. אט דאס איז א בכיה של חינם, ס'ברענגט גארנישט, נאר ליידער פארקערט - ס'איז דער אָנפאַנג פון נאָך א גרעסערע חורבן. דערנאך בלייבט מען זיצן אין מדבר אין א וויסטן פלאץ און מען פארגעסט אינגאנצן וואס מען פארפאסט, מען כאַפט זיך נישט אז מיר זענען צו אלט און ערוואקסן צו ווערן בשמחה און צופרידן פון זיצן אין א מדבר, צוביסלעך באמערקט מען אז דער חבר איז אויך אין דעם זעלבן מדבר ווי איך און ס'ווערט ליידער גאנץ באקוועם, אבער אינערליך בלייבט א רוף און א הונגער וואס זוכט עפעס מער און געשמאקער.

פון די צווייטע זייט איז פארהאן עפעס וואס מיר זעען אין די וואכעדיגע פרשה, אונזער הייליגער רבי משה וויינט און טוט מתפלל זיין 515 תפילות, און ווען נישט בורא עולם זאגט אים אז ער זאל מער נישט דאווענען, וואלט ער ממשיך געווען און ער וואלט טאקע באקומען וואס ער האט געוואלט, ווייל ווען ס'קומט צו דעם אינערליכן הונגער וואס מיר האבן, דארפן מיר קיינמאל נישט אויפגעבן נאר צילן צום העכסטן, בעטן און וויינען אָנצוקומען צום תענוג אמיתי, נישט מורא האבן צו נעמען טריט און שריט און גיין נענטער צו בורא עולם.

ברידער, וויפיל מאָל מאכט זיך אז מיר זעצן זיך אוועק וויינען און קרעכצן? לאמיר אריינטראכטן, איז עס א בכיה וואס דרוקט אויס האפענונג און א תפילה אויף א בעסערע עתיד, אדער איז עס א בכייה של חינם, ווען מיר זענען שוין ליידער צו באקוועם אין אונזער ווינקל און מיר האבן שוין חלילה אויפגעגעבן אז עפעס וועט זיך טוישן.דער אידעלע גייט אריין אין א פלאץ פון ס'איז גוט, איך בין שוין צו-אלט, איך האב שוין נישט קיין כח צו זיין פון די חברה מבקשים וואס זוכן און פרובירן. אבער מיר כאפן זיך נישט אז מיר געבן אויף דערביי אויף אמת׳ע תענוגים, מיר זענען ווי דער קינד וואס בלייבט שפילן קליקס און זיין איינציגסטע חיות קומט פון דעם. מיר זענען קינדער פון בורא עולם, מיר דארפן געדענקן אז מיר זענען אונטערוועגנס, יא ס'איז שווער, אבער ס'איז אלעס א חלק פון אונזער וואַקסן, ס'איז אלעס א חלק פון אונזערע טריט ווי מיר גייען נענטער צו בורא עולם און דביקות בה'.

מען דערציילט אז ביי איינע פון די צדיקים איז אמאל אריין געקומען א פרוי נעמען א ברכה, זי האט געזאגט אז איר לעבן גייט איר שווער און כסדר האט זי דורכפעלער און מוטשענישן, דער צדיק האט איר אנגעוואונטשן. ווי נאר זי האט זיך אויסגעדרייט ארויסצוגיין איז זי אראפגעפאלן. האט זי זיך צוריקגעדרייט צום צדיק און זיך אויסגעוויינט, כ'האב יעצט גענומען א ברכה פאר הצלחה און שוין בין איך געפאַלן? האט דער צדיק געענטפערט מיט חכמה "די ברכה וואס כ'האב אייך געגעבן איז נישט געווען אז איר זאלט נישט אראפפאלן, נאר ס'איז געווען אז אויב איר פאלט זאלט איר זיך אייביג קענען אויפשטעלן...״ ווייל די וועג צו תענוג אמיתי איז א טייערע און שווערע, אבער ווען מיר פארשטייען אז פונקט ווי דאס קינד וועלכן מען וויל ברענגען צו תענוג און שמחה דארף מען אים לערנען געוויסע זאכן, מען דארף אים אויסלערנען גיין אין חדר און נאכדעם גיין אין ישיבה און ארויסגיין אין דער וועלט. צומאל וויינט מען, אבער דער געוויין טאָר נישט אפשטעלן אונזער טון ווייטער, ווייל מיר עלטערן האבן א ציל פארן קינד וואס איז תענוג אמיתי און שמחת החיים. אט די זעלבע תשוקה האט דער בורא עולם פאר אונז!

אט דאס איז אונזער גרעסטער שבת נחמה, ווען מיר זענען זיך מתבונן און מיר פארשטייען אז ס'איז פארהאן א טאג וואס מען וויינט, אבער דער אידעלע באמערקט אז אין די בכיות איז פארהאן צוויי סארטן. ס'איז געווען דער אריגינעלע געוויין וואס איז געווען א בכיה של חינם, א געוויין פון אויפגעבן, אבער אונזער ארבעט איז צו נעמען דעם געוויין און עס איבערדרייען צו א געוויין פון ואתחנן אל ה', א געוויין פון בקשה און תפילה, א געוויין וואס בענקט און האָפט און קוקט ארויס אויף מער, א געוויין וואס בענקט טועם צו זיין צו אמתע תענוג און זיסקייט.


רבש"ע, מאך אונז קלאר אז מיר זאלן וויסן ווי אונזערע טרערן דארפן רינען, ווי אונזער בענקשאפט דארף בענקן, ווי אונזערע תפילות דארפן געבעטן ווערן, און ווי אונזערע הערצער דארפן קרעכצן. לאמיר לעבן מיט האפענונג און תשוקה אז מיר וועלן שטענדיג שטייגן און גיין העכער, און אפילו מיר פאלן אראפ וועלן מיר ווארטן און בעטן זיך צוריק אויפצושטעלן, און מיר וועלן וויינען און שרייען צום באשעפער ער זאל אונז ארויסנעמען פון אונזער צער, אבער קיינמאל וועלן מיר נישט אויפגעבן און זיך מייאש זיין, חס ושלום.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז די בכיות פון באלד צוויי טויזנט יאר גלות זאל שוין אויס׳פועל׳ן די ישועה פון כלל ישראל, און ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• שמחה און צופרידנקייט קומט פון א טיפע אמת׳ע תענוג.
• א געוויין טאָר נישט צוברעכן דעם מענטש נאר אויסדרוקן האפענונג.
• א בכיה של חינם קען ברענגען א חורבן, און די עצה איז צו גיין שטענדיג פאראויס און שטרעבן אויף העכערס.

א לעכטיגע שבת קודש!
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

Re: פון תשעה באב צו שבת נחמו

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:37 pm

פי די עף?
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:39 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:03 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:פי די עף?

:lol: :lol:
וד"ל
מנחם ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט