תולדות - ווער איז שוואַך און וואס מיינט שטאַרק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

תולדות - ווער איז שוואַך און וואס מיינט שטאַרק

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:12 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תוה"ק אין די וואכעדיגע פרשה פאנגט אָן: וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק - די הייליגע קייט טוט זיך ווייטער צוען און אט לערנען מיר איבער יצחק אבינו. ווי באקאנט און ווי געשמועסט איז אברהם דער מידה פון חסד, אברהם טוט אריין ברענגן און לערנען פאר די וועלט די מידה פון חסד, און יעצט אין אונזער פרשה זענען מיר ממשיך מיט יצחק וואס איז דער סימבאל פון מידת הגבורה – שטארקייט. הערנדיג די ווערטער פרעגט מען זיך וואס איז דער אפשטייטש פון דאס ווארט גבורה/שטארקייט? נאכמער אז מען קוקט אריין אין די פרשה טוט זיך די שטערן קנייטשן און ס'פרעגט זיך ווי טרעפט מען די מידה פון שטארקייט ביי יצחק, בפשטות מיט פשוטע אויגן זעט גאר אויס פארקערט, יצחק איז פיל מיט רחמים, ער האט אפילו ליב זיין זוהן עשו, דער געדאנק כאילו עשו האט אים געקענט אויסנאַרן און איינרעדן זאכן ווייזט אויך נישט אויף שטארקייט, ס'מאכט אפשר אויסזעהן יצחק אבינו ווי דאס פארקערטע פון מידת הגבורה. נאכדערצו אז שפעטער אין די פרשה טרעפן מיר ווי יעקב קומט צו גיין און שלעפט ארויס פון זיין טאטע די ברכות במרמה, וואס בפשטות שטימט דאס ווייטער נישט מיט א מענטש וואס איז פיל מיט שטארקייט, אויב אזוי פרעגט זיך וואו געפונט מען די מידת הגבורה פון יצחק?

אט די זעלבע שאלה קען מען אויך פרעגן אויף יעקב און עשו, די באקאנטע בילד אין אונזער מחשבה איז, אז יעקב איז דער איש תם יושב אהלים, איידל און שטיל, און עשו איז דער פעסטע גבור, א איש יודע ציד, אבער ווי נאר מען לערנט די פסוקים באמערקט מען גאנץ אנדערש, יעקב איז גאר דער וואס שלעפט ארויס די בכורה און ברכות און קומט אָן אזוי שטילערהייט וואו ער וויל, דאגעגן עשיו איז דער וואס דערלייגט און פארלירט – ווי שטימט אזא שוואכקייט מיט דעם שטארקן עשו?

דערנאך דערציילט אונז די תורה הק' א גאנצע אריכות איבער דעם ענין פון די בארות-קוועלער, ווי נאר יצחק איז אנגעקומען קיין גרר, האבן זיך זיינע קנעכט גענומען גראבן קוועלער פון וואסער, אבער נישט קיין נייע, נאר יעדע איינציגסטע ברונעם איז שוין פון לאנג געווען זיינס, דאס וואס די קנעכט פון זיין טאטע אברהם האבן שוין מיט יארן פריער געגראבן און זענען פארשטאפט געווארן דורך די פלשתים נאך אברהם'ס פטירה, אט יעצט גראבן עס די עבדי יצחק צוריק אויף מיט א פרישקייט, און ווען די בארות זענען גרייט, רופט זיי יצחק מיט די זעלבע נעמען ווי זיין טאטע אברהם פלעגט זיי רופן... אבימלך קען יצחק'ס גרויסע בליענדיגע הצלחה און סוקסעס נישט צוקוקן, און בעט אים לֵךְ מֵעִמָּנוּ כִּי עָצַמְתָּ מִמֶּנּוּ מְאֹד, טו פארלאזן דאס פלאץ ווייל דו האסט זיך זייער געשטארקט... יצחק פאלגט און באזעצט זיך אויסערן שטאט אין נחל גרר. קוים אהער אנגעקומען און ער האט געמיינט אז דאס וועט ער האבן מנוחה, אבער ניין, זיינע קנעכט נעמען זיך גראבן נייע ברונעמס, ווי די פסוק זאגט וַיַּחְפְּרוּ עַבְדֵי יִצְחָק בַּנָּחַל וַיִּמְצְאוּ שָׁם בְּאֵר מַיִם חַיִּים, זיי האבן דארט געגראבן און געטראפן א ברונעם פון קוואל וואסער, קומען די פלשתים צו גיין איינמאל און נאכאמאל זיך קריגן מיט אים און אוועקנעמען דאס וואס ער האט געגראבן און געארבעט מיט מיה און פלאג.

לערנעדיג די פסוקים פרעגט זיך: א. וואס איז די גאנצע אריכות אין די פסוקים? ב. אז די תוה"ק דערציילט עס אונז מיט אזוי פיל פרטים, איז דאך זיכער אז ס'איז פארהאן עפעס א טיפע דערהער וואס מיר דארפן זיך לערנען פון דעם פרשה, לאמיר זיך פארטיפן.

ווי פארשטענדליך האבן מיר נישט קיין שום השגה אין די אלע טיפע ענינים פון אונזערע הייליגע אבותת הקדושים אלעס וואס מיר שמועסן איז נאר מיטן ציל צו קענען בעזר ה' זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

אז מען רעדט פון מידת הגבורה-שטארקייט דארף מען זיך אביסל מתבונן זיין און זיך פרעגן וואס מיינט שטארקייט? וואס איז די אמתע אפטייטש פון די ווארט שטארק? נו וועט איר דאך פרעגן וואס מאכסטו זיך טעמיש ווער ווייסט דען נישט וואס שטארקייט מיינט?? שטארקייט מיינט האבן די קוראזש און כוח צו זיין דער וואס בלייבט נישט שטיל נאר זאגט וואס ער האט צו זאגן, טוט זיך נישט שרעקן, מ'קען אים נישט אוועק רירן פון פלאץ און ווערט נישט פארלוירן און אזוי ווייטער. אבער טייערע ברידער, ניין, דאס איז נישט ריכטיג! ווי מיר וועלן בעזר ה' אויסשמועסן אז עס איז פארהאן געוויסע וואס טראגן דעם טיטול שטארק אבער ס'איז באמת גאר שוואך און דערנאך איז פארהאן א מציאות וואס רופט זיך שוואך אבער ס'איז באמת גאר שטארק, לאמיר זיך אויסשמועסן.

"אמת'דיגע שטארקייט איז ווען דער מענטש איז גענוג שטארק זיך צו ערלויבן צו זיין דער שוואכער, און אמת'דיג שוואך איז דער וואס איז אייביג דער שטארקער", ווען דער מענטש טוט זיך אָן דעם מאסק פון שטארקייט אז ער איז אייביג געלונגען און גערעכט, קיינער קען זיך מיט אים נישט טענה'ען ער ווייסט מער פון אנדערע, ער פארשטייט אלעס בעסער און קלארער, ביי אים איז קיין חסרונות פארהאן, ביי אים גייט אלעס אייביג גוט, זיינע קינדער לערנען אין די בעסטע מוסדות, און זענען געבוירענע מצויינים, ביי זיי אין שטוב איז אלעס מסודר, אלעס 'קלאַפט' ביי אים און אלעס פירט זיך אויפן שענסטע אופן שייך, (פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז דער בילד וואס מען ווייזט פאר די שכנים און חברים) ווער רעדט נאך פון פרנסה, אה! ס'איז אייביג פארהאן, ס'עקזעסטירט נישט די מציאות אז מען קען זיך נישט ערלויבן, ס'דארף אייביג אויסקוקן אז "ביי אונז איז אלעס געוואלדיג" וד"ל... דער איז ליידער דער אמתע שוואַכע מענטש וואס האט נישט אמת'ע שטארקייט צו קענען זיין 'זיך' און לעבן דעם אמת'דיגע 'זיך אליין', ער האט נישט די קוראזש צו לעבן א לעבן אין וועלכע מען קען אראפ נעמען דעם מאסק און פשוט זיין פריי פון דעם שווערן גלות און שלייער פון איינרעדן יעדעם איינעם כאילו ביי אונז איז אלעס גוט, כאילו אלעס איז געוואלדיג... ער האט נישט דעם מושג פשוט צו לעבן אמת'דיג, א לעבן אין וועלכע מען קען צוגיין צו א חבר און בעטן הילף ברוחניות ובגשמיות, מען קען זיך איבער שמועסן מיט א ערליכע איד, אויסשמועסן שוועריגקייטן און פראבלעמען, מען קען הערן א גוטע שיעור פון התעוררות, מען קען זאגן פארן זאַל אייגענטומער אז אט דאס קענען מיר זיך נישט ערלויבן, מען קען זאגן פאר די קינדער אז דעס וועלן מיר קויפן נעקסטע וואך. ווי וואויל און זיס איז פארן מענטש וואס פירט זיך אמת'דיג, ווייל ווען מ'לעבט אזוי פאַנגט אונזער גאנצע ארום אָן צו אטעמען א לופט 'אמת', וואס דאס מיינט אז יא, מען קען שמועסן פון א חסרון, מען קען רעדן פון שוואכקייטן, און ווי פארשטענדליך מאכט דאס אויף די וועג צו רעדן פון עבודת ה', פון שמועסן איבער ארבעטן אויף זיך, פון וואקסן און שטייגן.

ווי מיר ווייסן אלע די מציאות, אז אט דא אויף די וועלט איז קיין שלימות נישט פארהאן, מיר אלע מאכן טעותים, ביי איעדן פון אונז איז פארהאן חסרונות, לב יודע מרת נפשו, מיר ווייסן גאנץ גוט און קלאר וויפיל ס'פעלט און וויפיל מיר האבן נאך צו טוען, און טראץ אונזערע שוועריגקייטן געדענקן מיר אז מיר זענען אלע אויפן וועג און שטרעבן צום ריכטיגן פלאץ "אבער מיר זענען גאר קלאר אז מיר זענען נאך אונטערוועגנס", יא אמת אז מיר טוען פרובירן און ארבעטן טעגליך, אבער מיר זענען נאך נישט ביי די שלימות. ווי ביטער איז אבער ווען מיר שטעלן אָן דעם פאַלשן בילד כאילו מיר זענען שוין ביים שלימות, כאילו מיר זענען שוין ביים אנקום איז עס פשוט א סכנה גדולה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, דער מענטש גייט אריין אין דעם פלאץ וואו מ'קען זיך נישט אויפמאכן און בעטן אַן עצה, מ'קען נישט בעטן הילף אדער דערציילן איבער א שוועריגקייט, 'ביי אונז איז דאך אלעס גוט', אוי איז דאס א גלות, די פאלשע שטארקייט איז א שטיק שוואכקייט, און אפילו במציאות ווערט דער מענטש שוואַך פון אנשטעלן א פנים און זיך מאכן כאילו מיר זענען שטארק, עס איז א נפשיות'דיגע שווערע עול, ווי די וועלט זאגט אז 'אונטערן מאסק איז דאס פנים רויט פון היץ – ס'איז נישט אויסצוהאלטן'.

פון די צווייטע זייט זענען פארהאן 'אמת'ע שטארקע' מענטשן וואס זענען אנגעפילט מיט הייליגע קוראזש און האבן נישט קיין ברעקל בושה צו זיין און לעבן אמת'דיג. זיי זענען שטארק גענוג צו זיין שוואַך, צו זיין דער וואס מאכט זיך אויף דאס הארץ, צו זיין דער וואס בייגט זיך אראפ און לעבט אמת'דיג, דארט וואו מען דארף נישט שפילן דעם כאילו, מען דארף נישט מאכן זיכער אז דער שכן מיינט, און דער חבר איז מקנא, נאר גאר פארקערט מען לעבט 'זיך', מען מוז נישט ווייל אלע טוען אזוי אדער אזי, מען איז נישט צוגעבינדן צום קאָלטור פון נאכמאכן איעדע שטות פשוט ווייל מען איז נישט גענוג שטארק צו זאגן 'ניין' איך בין נישט מסכים, פונקט פארקערט, מען איז אמת'דיג שטארק צו זיין דער שוואכער און זאגן אז 'איך' קען נישט, איך האב נישט, איך פארמאג נישט, אט אין דעם לעכטיגן געשמאקע פלאץ קען מען זיך ערלויבן צו אויפמאכן דאס הארץ און רעדן פון שוואכקייטן און בעטן הילף, רעדן פון אנהייבן פון פריש, יא איך וועל פרובירן, און צומאל כאפן דעם גאר אמת'ע שמועס מיט א חבר אדער משפיע אז אט אין דעם הינזיכט מוטשע איך זיך, אין דעם טו איך דורכפאלן און איך קען נישט אליין, וכהנה וכהנה וד"ל, יא ס'איז דער פלאץ וואס זעט אויס שוואך אבער אוי איז דאס שטארקייט, ס'איז דער פלאץ ווי מען שפילט נישט, מען באהאלט נישט נאר "מען איז זוכה צו לעבן דאס אמתע זיך
במלוא מובן המלה"...

אז מיר דערהערן דעם יסוד אז אמת'ע שטארקייט מיינט אז דער מענטש איז גרייט צו זיין שוואַך, ווי געשמועסט אז דער מענטש איז גרייט אריין צו גיין אין די טיפקייט און אט דארט זיין שטארק, כאטש פון דרויסן זעט עס אויס שוואך, קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, און לאמיר טאקע אנפאנגן מיט די פרשה פון די בארות.

די בארות האבן באלאנגט פאר אברהם, וואס דאס מיינט אז בעצם איז דאס הונדערט פראצענט יצחק'ס, און ווי פארשטענדליך אז אויב די עבדי אבימלך ווילן וואסער קענען זיי קומען בעטן,
יצחק אבינו וואלט זיי זיכער געגעבן ווי מיר טרעפן שוין פריער ביי רבקה אמנו אז זי האט מיט די גאנצע הארץ געגעבן פאר יענעם און געהאלפן א צווייטן. אבער ווי נאר זיי זעהן אז יצחק האט בארות, קורצלעך דערנאך פאנגט זיך אָן א גאנצע קריגעריי צווישן די לאקאלע פאסטוכער און די פאסטוכער פון יצחק אבינו ..די וואסער איז אונזערס ..וואס??! די וואסער איז ענקער, וואס רעדט איר מיר האבן עס אליין געגראבן, בקיצור ס'טוט זיך... און אט דא שטעלט זיך ארויס די אמתע מידת הגבורה פון יצחק אבינו, ..פיין נעמט עס געזונטערהייט! יצחק אבינו וויל זיך מיט זיי נישט קריגן, א מענטש מיט פאלשע גבורה וואלט זיך טאקע גענומען פירן העפטיגע נארישע מערכות וואס וואלטן געדויערט א פינעף, צען, צוועלעף יאר און קיינער וואלט נישט פארדינט אדער פארמאגט. מען וואלט זיך געקריגט ווער איז שטערקער, ווער איז דער בעל הבית און בעיקר ווער איז דער געווינער, מי בראש?!

פון די צווייטע זייט קומט אונזער הייליגע טאטע יצחק און לערנט אונז אמת'ע שטארקייט, אויב איז דער קעגנער איינער וואס זיין גאנצע ציל איז צו זיין שטערקער און העכער, "ס'איז מיין און נישט דיין - איך יא און דו נישט" אט פון דארט לויפט מען אוועק, מען שטעלט זיך נישט אפ דא קריגן, נאר מען גייט ווייטער און מ'נעמט זיך גראבן פון פריש, מען שרעקט זיך נישט אפילו אויף א סעקונדע, אויך קוקט מען נישט צוריק מיט פארווייטאגטע אויגן, נאר מען רוקט זיך פאראויס מיט שטארקייט, און כאטש אז פאר דער וואס קוקט זיך צו פון דער זייט קען עס אויסזעהן ווי עפעס א שוואכקייט ..דו וואָקסט אוועק מיט גארנישט? לאזט אזוי איבער 'דיין' קוואל? אבער אט דער שוואכקייט איז דער גרעסטע שטארקייט, ווייל דער איד האט די כוחות אויסצורופן איך גיי זיך מיט דיר נישט קריגן, קח ולך, נעם און גיי, דו גייסט מיר נישט אריין שלעפן אין דיין נארישע מחלוקת וואס איז נישט געבויעט אויף א אמת'ע שאלה פון מברר זיין פאר וועמען ס'געהערט וכדומה, ס'איז פשוט דער 'איך' וואס פירט א מחלוקת און פון אזא סארט קנאה און שנאה דארף מען לויפן, ווי מיר טרעפן קלאר אין די פסוקים אז די חברה האבן ניטאמאל גענוצט די בארות, פונקט פארקערט זיי האבן עס פארשטאפט! אזא פנים האבן די חברה, מען קעמפט פאר גארנישט און צו גארנישט...

און אויב מיינט מען אז מען פארלירט עפעס דערפון, אדער אז מ'האט שאדן פון זיין אמת'דיג שטארק און אוועק וואָקן כאילו מען איז שוואך, דארפן מיר לערנען די המשך הפסוקים וואו די תוה"ק זאגט אונז וַיֹּאמֶר כִּי עַתָּה הִרְחִיב ה' לָנוּ וּפָרִינוּ בָאָרֶץ צום סוף קומט ארויס די געוואלדיגע שטארקע סייעתא דשמיא און יצחק אבינו איז געבענטשט געווארן מיט די געוואלדיגע ברכה פון ופרינו בארץ. צומאל ווען ס'מאכט זיך א מחלוקת, א קנאה שנאה דארפן מיר זיך אראפ בייגן און זיין דער שוואכער, מוותר זיין און אוועק וואקן און אט דאס איז די גרעסטע שטארקייט וואס עקזיסטירט אויף די וועלט און ברענגט אונז די גרעסטע ברכות, פון די צווייטע זייט חלילה וחלילה ווען מען נעמט זיך קעמפן ווייסן מיר דאך אלע וויפיל צער און עגמות נפש, געלט און כבוד ווערט אויסגעגאסן אלעס צו זיין גערעכט און אויספירן וד"ל, און ווען מען געבט א קוק צוריק באמערקט מען אז די מענטשן קעמפן פאר שטארקייט אבער באמת זענען זיי גאר שוואך און צובראכן.

ברידער לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און כאפן א בליק אנפאנג פרשה און באמערקן גאר קלאר אט דעם זעלבן יסוד, אז מען זאל זיך אפשטעלן און באטראכטן וועלן מיר גאנץ שנעל באמערקן אז רוב רובו פון די פילע מחלוקות'ן וואס עקזעסטירן ליידער אויף די וועלט זענען בדרך כלל מיט אונזערע נאנסטע מענטשן, מיט אייגענע בני משפחה ברידער און שוועסטער, אז מען וועט פרעגן פארוואס טאקע, איז דאך דער תירוץ פשוט, ווייל דארט וואו מיר זענען נאנט דארט וואו ס'איז פארהאן א קשר און א ליבשאפט זענען מיר גאר שטארק געפיליש, און טאקע פארדעם זענען מיר אויסגעשטעלט שנעל צו ווערן געשעדיגט, און טאקע דערפאר קען זיך פון עפעס א קליין דקות'דיגע וואָרט אדער א קרום מיט די נאז אויסוועבן א גאנצע קאמפליצירטע מחלוקת, בשעת ווען קיינער האט באמת גארנישט נישט געמיינט אדער געזאגט, אבער די פאלשע שטארקייט אונזערע געבט אונז די הרגשה אז יענער האט מיר בארירט אדער גאר איגנארירט, יענער האט געווינקן און דער צווייטער האט געוויזן, זי האט צוריק געזאגט און ער האט בארעדט וכהנה וכהנה, און פון די נארישע קלייניגקייטן ווערן מיר געשעדיגט, און אנשטאט אז מיר זאלן זיך געבן א בייג אראפ און זיך ריקן פאראויס מיט א אמת, ווערן מיר פארהאנקעט אין דעם פאלשן שטארקע פלאץ ווי ...יענער זאל 'מיך' איבער בעטן ..דאס מאל בין 'איך' נישט מוותר, בשום אופן! און אזוי ווייטער. ליידער גייען אריבער לאנגע יארן און גאנצע משפחות דרייען זיך ארום מיט צובראכענע הערצער פשוט ווייל ס'איז נישט פארהאן דער 'אמתע שטארקע' טאטע, מאמע, ברודער אדער שוועסטער, וואס זאל זיין גרייט צו זיין שוואַך און זאגן קום לאמיר זיך פארשטיין, לאמיר זיך אויסשמועסן, לאמיר זיך ליב האבן איינעם דעם אנדערן כאטש ס'איז שווער, כאטש ס'נעמט כוחות.

לאמיר גיין א טריט טיפער, צומאל איז ה"י פארהאן א קינד וואס פירט זיך נישט ווי ס'פאַסט זיך פאר דער משפחה און אט דארט ווערט עס די שווערסטע ...איך זאל ליב האבן איינער וואס איז גורם אזוי פיל בושות און בזיונות פאר די גאנצע משפחה? איינער וואס פירט זיך נישט ווי ס'דארף צו זיין?... אבער דער אמת'ע גיבור פארשטייט אז צו זיין שטארק דארף מען זיין גרייט צו זיין שוואַך און אויסגיסן די אינערליכע געפיל מיט א אמת און אפענקייט, יא מיין קינד איך האב דיר ליב און כאטש ס'קומט אָן מיט צער און יסורים בין איך גענוג שטארק איבער צוקומען די שוועריגקייט און דיר ליב האבן ווייל דו ביסט מיין קינד, אט דאס איז אמת'ע גבורה און דאס איז בפשטות די שטערקסטע כוחות וואס נאר פארהאן אויף די וועלט, צו בויען א קשר און ליבשאפט דארט וואו ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז אט די ליבשאפט וועט מיר דערנאך וויי טוען, עס וועט מיר צוריק פאטשן אין פנים אריין, ווייל יעדער פארשטייט דאך אז ווי נענטער מען איז טוט עס דערנאך אסאך מער וויי ווען דאס קינד טוט ווייטער דאס זייניגע... און דאס נעמט הייליגע שטארקע כוחות זיך צו זאגן און דערמאנען איינמאל און נאכאמאל איך בייג זיך אראפ און איך גראב נאך א קוואל, כאטש דאס ערשטע איז פארשטאפט גראבט מען ווייטער "מיין קינד איך האב דיר ליב".

דערמיט איז געוואלדיג לעכטיג די פסוק פון וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו, יצחק אבינו האט ליב עשו, טאקע ווייל ער איז דער מקור פון מידת הגבורה! און דער גיבור האט ליב אפילו דארט וואו ס'טוט וויי, אפילו דארט וואו דאס עצם קשר קען גורם זיין א שטארקע צער און עגמת נפש, אעפ"כ דערהייבט מען זיך העכער און מען מאכט זיך אויף מיט אן אמת און מען ברענגט אריין א קשר מען פרובירט גראבן בארות איינמאל און נאכאמאל.

מיט דעם יסוד זענען מיר ממשיך אפצולערנען די פרשה און ס'שטעלט זיך ארויס א לעכטיגע בילד: עשו קומט אהיים און ער איז הונגעריג, בעט זיין ברידער א טעלער לינזן זופ, דער ברודער יעקב זאגט: פארקויף מיר די בכורה, נו לאמיר זיך אפשטעלן אויף א סעקונדע און אריין טראכטן וואס וואלט עשו געדארפט טוען אין דעם מינוט? ווי מיר שמועסן וואלט ער געדארפט זאגן מיט הארץ און געפיל "מיין טייערע ברידער פארוואס טוסטו דאס צו מיר, איך בין דאך דיין ברידער, און א ברידער געבט א טעלער עסן אן קיין געשעפטן, איך בעט דיר געב מיר"... אבער עשו טוט עס נישט – נאר עשו ציט ארויף דעם פאלשן מאסק זיינע, ער געבט א ווארף צו פאר יעקב די בכורה מיט א בזיון, כאילו ס'גייט אים נישט אן, ווייל ס'פּאסט אים נישט צו מאכן א עסק דערפון אדער ווערן בארירט, און איין מינוט ווארפט ער אוועק דאס טייערסטע.

איר ווייסט פארוואס? ווייל עשו פירט זיך לשיטתיה, עשו לעבט שטענדיג א לעבן פון פאלשקייט, אזוי פירט ער זיך אויך מיט זיין טאטע, ער רעדט אים איין אז ער איז א צדיק, ער פרעגט פרומע שאלות פון אַבָּא האיך מעשרין את המלח ואת התבן, ווייל ער איז נישט גענוג שטארק צו זיין שוואך און אמת'דיג, און מודה זיין ווען ער האט א חסרון.

אויך דא מיט יעקב פירט זיך אויף עשו ווייטער מיט זיין נעבעכדיגע שטארקייט, זיין שלעכטע נאטור פון דארפן אייביג זיין שטארק, און דעריבער קען ער זיך נישט ערלויבן פון בעטן עפעס מיט הארץ און געפיל, ער קען זיך נישט ערלויבן צו 'דערנידערן' און זיין דער וואס בעט א טובה פון יעקב, ער איז דער אמת'ע אינערליכע שוואכע מענטש וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט 'ניין' און מיט א געמאכטע פאלשע ליצנות געבט ער אוועק די בכורה, כאטש מיר טרעפן שפעטער קלאר אין די פרשה אז עשו אליין וויינט דעראויף ביטערע טרערן וַיִּצְעַק צְעָקָה גְּדֹלָה וּמָרָה עַד מְאֹד... אֶת בְּכֹרָתִי לָקָח... וַיִּשָּׂא עֵשָׂו קֹלוֹ וַיֵּבְךְּ, עס האט אים למעשה גאר שטארק בארירט אינעווייניג, אבער יעצט אויפן מינוט לעבט ער אין דעם סכנה'דיגן פלאץ פון זיך מאכן שטארק, פון זיך אהער שטעלן כאילו אלעס גייט גוט, כאילו איך קען זיך ארומווארפן מיט די בכורה און ס'גייט מיר בכלל נישט אָן. און דערמיט לערנט אונז די תוה"ק א לעבעדיגע ביישפיל ווי סכנה'דיג איז דאס לעבן פון פאלשקייט, ווי שרעקליך איז א לעבן וואס מען דארף ארויפציען אויף זיך דעם מאסק און טוען זאכן וואס מ'האלט עכט נישט דערביי און מ'האט ביטער חרטה דעראויף שפעטער.

פון די אנדערע זייט איז פארהאן א יעקב אבינו! דער איש תם יושב אהלים, ער איז א שטיק מידות טובות, ער פאלגט און איז מכבד זיין טאטע מאמע אויף טריט און שריט, ביי יעקב איז עס פונקט פארקערט, ער לעבט דעם 'זיך' און איז גרייט צו זיין שוואך און טוען דאס וואס ער פארשטייט נישט מיט זיין שכל, אבער אז די מאמע הייסט אים טוען פאלגט ער, און אט דאס איז אמת'ע שטארקייט, ווי מיר געפינען אז רבקה אמנו הייסט אים זיך פאַרשטעלן און גיין נעמען די ברכות, כאטש יעקב פארשטייט עס נישט און האט א הארץ וואס איז פיל מיט פחד און שרעק אבער ער ווייסט איין זאך אז מיין מאמע האט מיר געהייסן און איך פאלג, איך בין נישט קלוגער ווי מיין הייליגע מאמע, איך פארשטיי נישט בעסער, אט דאס איז תמימות, ווען דער מענטש קען זיין גענוג שטארק צו מבטל זיין די אייגענע דעת צו טוען דאס וואס די קלוגערע הייסן – דאס איז אמת'ע שטארקייט!

ברידער ס'כאפט א פחד ווען מיר באמערקן דאס וואס מיר געפונען סוף פרשה, אט דארט טרעפן מיר דעם איין מאל וואס עשו האט זיך צו-וויינט ווי די תוה"ק זאגט אונז וַיִּצְעַק צְעָקָה גְּדֹלָה וּמָרָה עַד מְאֹד וַיֹּאמֶר לְאָבִיו בָּרֲכֵנִי גַם אָנִי אָבִי... וַיִּשָּׂא עֵשָׂו קֹלוֹ וַיֵּבְךְּ - דאס איז געווען א איין איינציגע אמת'ע מינוט פון עשו, א זאך וואס מאכט זיך נישט ביי אים אָפט, ער האט געהאט א מינוט וואו ער האט אראפגעצויגן דעם מאַסק פון זיין געזיכט, און ענדליך וויינט ער, אפילו ס'פּאַסט אים נישט, ער מאכט זיך אויף אָן קיין בושות פארנט פון זיין טאטע, און וואס האט אים דאס געברענגט, זיין אומבאשרייבליכע ברכה וואס עד היום הזה זענען מיר נאך ליידער משעובד צו עשו, ווי חז"ל זאגן אז צוליב די צוויי טרערן פון עשו הרשע ליידן מיר פון אים אין גלות ביז'ן היינטיגן טאג. דאס אלעס קומט פון יענע איין אמת'ע מינוט וואס ער האט געהאט און געוויינט, און זיין טאטע האט אים דעמאלטס געבענטשט און דאס האט א קיום אויף דורי דורות. עס כאפט דאך א פחד צו באמערקן וואס איין מינוט אמת קען ברענגן פארן מענטש.

אבער ווי באקאנט ווייסן מיר אז עשו איז נישט געבליבן אין דעם פלאץ, ס'נעמט נישט לאנג און ער גייט צוריק צו דעם לעבן פון גם הלך לקראתך וארבע מאות איש עמו, ער איז צוריק דער פאַלשע שטארקע עשו וואס קען נישט זיין זיך... אזוי אויך טרעפן מיר שפעטער אין פרשת וישלח ווי יעקב אבינו שלאגט זיך מיט'ן מלאך דער שרו של עשו, און דער מלאך געבט אים דעם לעצטן זעץ אין די פיס, אט דאס איז עשו ער געבט דעם לעצטן קנאק, דערמיט שפירט ער גרויס און מעכטיג אבער אינצווישן פארשפילט ער אלעס און בלייבט מיט גארנישט.

טייערע ברידער און שוועסטער, מיר שרייבן נישט קיין משלים און מעשיות, ווייל ווען מען לערנט דעם יסוד פארלאנגט זיך גארנישט, ווי נאר מען מאכט אויף די הארץ און אויגן, מען כאפט א בליק אויף וואס ס'גייט פאר טאג טעגליך וועלן מיר באמערקן אז מיר לעבן אין א וועלט אנגעפאנגן פון די העכסטע ראשי מדינות ביז צום פשוט'ע ארבעטס מענטש איז אלעס געווארן איין גרויסע מערכה פון געווינען און אויספירן! אלעס דרייט זיך ארום זיין פאלש-שטארק און אין קאנטראל, ווער ס'שרייט העכער און קען מער פארפירן איז געלונגען, ווער ס'קען מער איינרעדן די וועלט אז ער איז א מוצלח און ביי אים איז אלעס געלונגען און גוט דער איז דער געווינער און אזוי ווייטער... און ליידער האט דאס א השפעה אויף אונזער אייגענע לעבן, מיר ווערן אייגערעדט אז שטארק מיינט מנצח זיין, אויספירן איז שטארק וכדומה, אבער אינעווייניג ווייסן מיר גאנץ קלאר ווי פאלש דער פלאץ איז, און צוביסלעך עסט עס אונז אויף, פלוצלינג שפירן מיר אז די לופט אין שטוב איז עפעס פארפעסטיגט און מען ווייסט ניטאמאל פארוואס, ה"י.

פון די צווייטע זייט לערנט אונז די תוה"ק אז גבורה-שטארקייט איז ווען מיר קענען זיין גענוג שטארק און זיך פירן שוואַך, וויסן ווען ס'איז די צייט אוועק צו וואָקן, צו מוותר זיין, צו זיין דער וואס בייגט זיך, דער וואס בעט מחילה, דער וואס געבט ליבשאפט כאטש ס'קומט נישט, כאטש ס'קען וויי טוען, דער וואס מאכט נישט קיין חשובונות מיט די גאנצע וועלט, נאר מאכט אויף די הארץ און פאנגט אן לעבן דעם אמתע זיך, דער וואס האט גענוג שטארקייט צו בעטן פון אנדערע הילף, און צומאל זאגן 'ניין' און אזוי ווייטער.

ויה"ר אז מיר זאלן טאקע אנערקענען און איינזען די געוואלדיגע חשיבות פון לעבן א לעבן וואס מיר זענען אמת'דיג שטארק און זוכה צו לעבן דעם אמתע 'זיך', און אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק: אמת'דיגע שטארקייט איז ווען דער מענטש איז גענוג שטארק זיך צו ערלויבן צו זיין דער שוואכער, און אמת'דיג שוואך איז דער וואס איז אייביג דער שטארקער.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:14 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט