א מוסר השכל פון wrestling

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

א מוסר השכל פון wrestling

הודעהדורך עצי שטים » פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:28 pm

די תניא פרק כ''ו (אגב, אין גור הייבט מען אן צו לערנען די תניא ביי דעם פרק, און מען לערנט נאר ביז דאכצעך פרק ל''ו, ווייל דאס איז מער די למעשה'דיגע חלק פון תניא) נאכדעם וואס דער אלטער רבי ענדיגט מיט אלע פרקים ביז אהין, מבאר צו זיין היטב דעם פסוק כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, שרייבט אזוי בזה''ל:

ברם כגון דא צריך לאודעי כלל גדול, כי כמו שנצחון לנצח דבר גשמי, 'כגון שני אנשים המתאבקים זה עם זה', להפיל זה את זה, הנה אם האחד הוא בעצלות וכבדות, ינוצח בקל ויפול גם אם הוא גבור יותר מחבירו, ככה ממש בנצחון היצר וכו', עכ''ל.

לערנענדיג דאס מיט יארן צוריק, האב איך נישט געהאט קיין געהעריגן פירוש חי דערויף, איך האב זיך געמיזט אויס'משל'ן ווי צוויי בחורים צופראסקענען זיך אביסל, און דער פלינקער בחור ווארפט אראפ אויפן ערד די צווייטער כבדות'דיגע בחור.

איך האב שוין לאנג געהערט פון די מושג פון רעסלינג, אבער איך האב נישט געטראכט אז עס וועט מיר זיין אינטערסאנט, אדרבה איך האב געטראכט אז ס'וועט זיין שווער פאר מיך צו קוקן ווי צוויי גבורים צע'מזיק'ען זיך און ס'רינט זיי בלוט פון די קאפ וכדו'.

למעשה האב איך מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין אזא ווידיא, און וואס זאל איך זאגן, עס איז היבש אינטערסאנט, עס רינט כמעט נישט קיין בלוט, און ס'נישטא אויף וועמען צו רחמנות האבן, זיי זענען געלערנטע מאנסטערס וואס קענען פארנעמען מעכטיגע קלעפ, און ס'האט מיר זייער אינטערסירט, און איך האב שוין געזען by now היבש אפאר אזעלכע פארמעסטן.

פאר איך גיי ווייטער, וועל איך דא ארויפשטעלן א לינק צו איין אזא פארמעסט. עס פארמעסט זיך דארטן איינער וואס רופט זיך 'די אנדערטעיקער', א מעכטיגע לעגענדארן שלעגער, מיט א צווייטער ריז, ממש א חיה רעה און א מאנסטער וואס רופט זיך 'בראק לעסנער',
ווארענונג: עס איז נישט געמאכט פאר יעדעם, און אויב ווייסטו אז דו האסט א שוואכקייט פאר די זאכן, דאן קוק עס טאקע נישט.

https://youtu.be/sBBFSuHATmw

ווי מען זעט, זענען די הלכות גאנץ פשוטע, מען גיבט זיך גוטע פעטש, מען צעפראסקעט זיך עד כלות הנפש, ביז איינער הייבט אויף די פיס פונעם צווייטען, און דנר מענטש אין די זייט האקט אויפן ערד, אויב ביז דריי האקעס האט זיך די צווייטער נישט ארויסגעשטויסן, איז די אנדערער די געווינער, נאך א וועג צו געווינען, איז ווען איינער קלאפט אויפן ערד, ער טעפט זיין וועג ארויס, ווי צו זאגן, 'איך גיב אויף', ביי אונזער פאל דא, האט 'בראק' פארלוירן זיין באוואוסטזיין און האט נישט געקענט קלאפן, און די 'אנדערטעיקער' האט געוואונען, נאכדעם וואס מאמענטן פריער האט אויסגעזען ווי ער האט גאר פארלוירן.

יעצט חוץ פון די אינטערטעינמענט און געשמאק עס צו וואטשן, האב איך ארויסגענומען א שטארקע מוסר השכל פון דעם, עס איז קודם כל די ווערטער פונעם תניא, וואס שרייבט טאקע, די כלל אז מען דארף חוץ פון גבורה, האבן א רצון און א געשמאק צו פייטן, און אנדעם וועט עס נישט גיין, אבער נאכמער פון דעם,

איך ווייס נישט צו מען באמערקט גלייך, אבער די פעטש וואס זיי טיילן דארט זענען נישט סתם א פעטשעלע וואס דיין טאטע פלעגט געבן (נ.ב. אמאליגע צייטן פלעגן טאטעס שלאגן) איין אזא זעץ וואלט מיר אריינגעלייגט אין בעט פאר א וואך, אויב איך וואלט געכאפט האלב אזויפיל ווי זיי כאפן דארטן, וואלט איך פארבליבן א קריפל לעולם ועד, אויב וואלט איך עס בכלל איבערגעלעבט,
נעם למשל ווען ער ווארפט זיך ארויף אויפן צווייטען, מען דארף פארשטיין אז זיי ביידע וועגן קרוב אדער מער ווי דריי הונדערט פונט, און שטעל דיר פאר אזא זאך פאלט ארויף אויף דיר...

און מיט דעם אלעם זענען די צוויי דא זיך צו שלאגן, כאפן מכות רצח, אבער גיבן נישט אויף, זיי פארן ווייטער, שטעלן זיך אויף מיט די לעצטע כוחות, און בריקעווען ווייטער, ממש כלשון חז''ל 'שבע יפול צדיק, וקם', זיי זענען טאקע מאנסטערס מיט ריזיגע גופים, וואס קענען פארנעמען פיל מער ווי א געווענליכער מענטש, אבער די זעצעס זענען אויך נישט קיין געווענליכע, און עס איז ממש א וואונדער צו זען וויאזוי זיי גייען ווייטער אן, און שטעלן זיך כסדר אויף מיט די לעצטע פארבליבענע ענערדזי, צו גיין ווייטער.

און למעשה געווינט גאר דעם 'אנדערטעיקער' וואס זעט נישט אויס ווי ער האט אלעמאל די אויבערהאנט, אדרבה, אסאך מאל זעט גאר אויס ווי 'לעסנער' האט די אויבערהאנט און ער לאכט זיך אזוי אינטער, מיט א זיגרייכן שמייכל, אבער מיט די ריכטיגע עקשנות געווינט די 'אנדערטעיקער'.

איך בין מוסיף דא נאך א גאר אינטערסאנטער פארמעסט צעווישן די 'אנדערטעיקער' און די באקאנטע עקטער 'דער ראק', און דעם פאל געווינט די ראק, נאכדעם וואס די מצב זעט אויס גאנץ שמאל פאר אים,

https://youtu.be/eSNhFNF3m9s

וויפיל מאל אין לעבן איז מען אין א מצב אזוי ווי דער מאכטלאזער צעשלאגענעם רעסלער, מען איז פארזעצט פון אלע זייטן, דא האט מען צעטון מיט די שלום בית, דא מיט געזונט, דא מיט די קינדער, דא מיט פרנסה, און מען פילט ווי דאס איז עס, איך בין געענדיגט, איך גיב אויף, דארף מען זיך אבער געבן א הייב אויף מיט די לעצטע כוחות, און זאגן צו זיך, אזוי ווי ר' נחמן מברסלב פלעגט צו זאגן, 'אין שום יאוש בעולם כלל', מען גייט זיך שטארקן און איבערקומען וואס מען מאכט מיט, און מיט א ריכטיגע עקשנות און רצון וועט מען טאקע בעזהשי''ת אלעס איבערקומען און יעדעם באזיגן,
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:55 pm

א ריכטיגע פונקט. עס איז אבער מן הראוי לציין אז די סארט פראפעסיאנאלע ענטערטעינמענט רעסלינג פון די WWE ודכוותיהן זענען סקריפּטעד - ס׳איז נישט קיין עכטע פארמעסט נאר אויסגע׳עקטעד און געשפילט טיִעקטריקעל. זיי ווייסן קלאר פון פאָראויס ווער עס גייט ״געוואונען״ און ווער עס גייט ״פארלירן״. הגם, די פונקט לגבי ״ווי אזוי״ אן התאבקות דארף צוצוגיין כדי צו ״קענען״ בעצם געוואונען איז נאך אלס ריכטיג.

צו זעהן אן עכטע רעסלינג מעטש, טאקע נישט אזוי ״ווילד״ און אינטרעסאנט, קען מען קוקן ווי אזוי רעסלינג ביי די אלימפּיקס גייט צו. עס איז דא פריִסטייל וואו מ׳קען נוצן די פיס און גרעקאָ-ראָמען וואו מ׳קען נישט און אויך נישט אטאקירן אונטער די וועיסט. דא זענען די הלכות פון דעם ספּאָרט ביי די אלימפּיקס. דא איז א משל פון א גרעקאָ-ראָמען סארט רעסלינג פארמעסט ביים לעצטן אלימפּיקס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3020
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 10037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2578 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:53 pm

עצי שטים האט געשריבן:וויפיל מאל און לעבן איז מען אין א מצב אזוי ווי דער מאכטלאזער צעשלאגענעם רעסלער, מען איז פארזעצט פון אלע זייטן, דא האט מען צעטון מיט די שלום בית, דא מיט געזונט, דא מיט די קונדער, דא מיט פרנסה, און מען פילט ווי דאס איז עס, איך בין געענדיגט, איך גיב אויף, דארף מען זיך אבער געבן א הייב אויף מיט די לעצטע כוחות, און זאגן צו זיך אזוי ווי ר' נחמן מברסלב, פלעגט צו זאגן, 'אין שום יאוש בעולם כלל' מען גייט זיך שטארקן אין איבערקומען וואס מען מאכט מיט, און מיט א ריכטיגע עקשנות און רצון וועט מעט טאקע בעזהשי''ת אלעס איבערקומען און יעדעם באזיגן,

זייער א שיינעם משל, האסט נאר אויסגעלאזט א חלק. צומאל נאכ׳ן זיך שלאגן פאר אזוי לאנג טראכט דער wרעסלער צו זיך ״פארוואס בין איך דא בכלל? וואס איז די פוינט?״, ס׳מוז אפילו נישט זיין אז ס׳גייט איהם עפעס עקסטער שלעכט צו וואס, סתם זיך שלאגן אפילו ס׳גייט יא גוט האט אויך נישט קיין פשט, פארוואס? פארווען? פארוואו? אבי עקשנות לשם עקשנות? אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט לעצטנס, ביי די אלע מענטשן וואס די גמרא פארציילט אז זיי זענען באגאנגען זעלבסטמארד (חנה ושבעה בניה, דער וועשער וואס איז נישט געגאנגען צו רבי׳ס לויה, וכו׳) האט א בת קול אויסגערופן אז זיי זענען מזומן לחיי העולם הבא, נו, אז מ׳קען פטור ווערן פון אלע פראבלעמען און זיך נאך פארזיכערן מיט עולם הבא פארוואס נישט? ס׳דערמאנט מיר פון יענער ברסלב׳ער וואס האט געשריבן אויף זיין זעלבסטמארד בריוו אז ער האט זיך נישט גענומען דאס לעבן ווייל ער איז געווען מיואש, פונקט פארקערט, ער האט געוואלט ווייזן אז ס׳איז אלץ דא א וועג ארויס... לחיים חיים וואלדער!
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5000
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5079 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:29 pm

מדי דברי: אז מ'רעדט שוין פון ספארט פארמעסטן און דעם מוסר השכל וואס מ'קען זיך ארויסלערנען פון דעם, איז כדאי צו דערמאנען אז ס'איז אמאל געווען א לעגענדארער ספארטלער מיט'ן נאמען קעשיוס קלעי, וואס ער האט שפעטער געטוישט צו מוהאממאד אלי. ווען מ'האט איהם אמאל געפרעגט וויאזוי ער באזיגט (כמעט) אייביג זיין קעגנער, האט ער געזאגט אז ער האט א טאקטיק פון מאכן זיין "שונא" מיעד און אויסגעמוטשעט, נאכדעם איז זייער גרינג איהם צו באזיגן...! דער נמשל קען זיין אז מ'דארף פארנארן דעם יצר הרע און איהם מאכן מיעד, נאכדעם קענמען איהם גרינג באזיגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג יאנואר 16, 2022 12:45 am

לעזנער איז אן אכזר נורא, סעדא קליפס ווי ער ווארפט אראפ ארמען רעינס אין א ווילטשעיר אפאר הינדרעט סטעפס. אויב ווילסטו ארויס נעמען א מוסר השכל איז דזשאן סינא דע בעסטע דוגמא, ער געבט נישט אויף נאך די ערגסטע קלעפ, עס אז ממש א תענוג צו זעהן ווי אין די לעצטע סקונדע קומט ער ארויס די געווינער.
און צו דער וואס האט געזאגט פריער אז מען ווייסט שוין פארדעם ווער עס גייט געווינען , סתם הוילע נארישקייטן.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1228
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1367 מאל

הודעהדורך עצי שטים » זונטאג יאנואר 16, 2022 2:35 am

סמבטיון האט געשריבן:און צו דער וואס האט געזאגט פריער אז מען ווייסט שוין פארדעם ווער עס גייט געווינען , סתם הוילע נארישקייטן.

איך האב עס אויך נישט גלייך געקענט גלייבן, עס זעט אויס צו עכט, און בשעתן שרייבן אויבן די ארטיקל האב איך אויך נישט געוויסט דערפון, איך בין נאך גאנץ ניי צו די זאכן, אבער מאך א קליינע גוגל סירטש, וועסטו זען אז ער איז גערעכט,
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 16, 2022 2:52 am

סאיז דא א לימיט? למשל אויב ער זעצט עים אריין אין אין א אייזן קען ער דאך שטארבן ניין?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1943
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 994 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 16, 2022 6:30 am

איך האב מיט איבער 20 יאר צוריק זיך "אנגעשטויסן" אין אזא סארט קליפ (אין א געוויסע געשעפט וואו עס האט צופעליג געשפילט), און כ'האב אזאנס איינגעשרינקען און ממש געשוואוירן אז איך וועל נאכאמאל אזאנס נישט קוקן! איך האב נישט געקענט פארשטיין ווי מענטשן קוקן דאס און אפלאדירן, עס האט מיר דערמאנט ווי אין די רוימישע קאלאסיום פלעגט מען אפלאדירן ווען ווילדע חיות האבן צעפליקט אומשולדיגע מענטשן פשוט אלס ספארט.

איך זעה עס זענען פאראן מענטשן מיט הארטערע געפילן ווי מיר, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז א איד וואס באלאנגט צו דעם פאלק פון רחמנים בני רחמנים זאל הנאה האבן פון דאס צוקוקן, אבער אפשר איז דאס בלויז מיין שוואכקייט, אדער איז עס די בחי' פון ויתערבו בגויים וילמדו מעשיהם. איך טראכט נאר, איך דזשאדזש נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15595
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19233 מאל

הודעהדורך עצי שטים » זונטאג יאנואר 16, 2022 1:00 pm

אזוי ווי איך האב געשריבן, איז עס קלאר נישט געמאכט פאר יעדעם, איך האב אויך עס קיינמאל נישט געוואלט קוקן, ווייל איך האב געטראכט אז איך וועל עס נישט קענען ציקוקן, אבער למעשה, שטעלט זיך ארויס אז ס'איז מיר גאר אינטערסאנט און ציענד,

כ'וועל דיר זאגן נאך עפעס, איך קען אויך נישט ציקוקן ווי מען שלאגט אן א אימשילדיגן אויסגעדארטן אידל, וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן, אבער דא איז עס אנדערש, זיי זענען דא פארדעם, און זיי גיבן באלד צירוק, און ס'איז א גלייכע שלעגעריי
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » זונטאג יאנואר 16, 2022 4:48 pm

סמבטיון האט געשריבן:לעזנער איז אן אכזר נורא, סעדא קליפס ווי ער ווארפט אראפ ארמען רעינס אין א ווילטשעיר אפאר הינדרעט סטעפס. אויב ווילסטו ארויס נעמען א מוסר השכל איז דזשאן סינא דע בעסטע דוגמא, ער געבט נישט אויף נאך די ערגסטע קלעפ, עס אז ממש א תענוג צו זעהן ווי אין די לעצטע סקונדע קומט ער ארויס די געווינער.
און צו דער וואס האט געזאגט פריער אז מען ווייסט שוין פארדעם ווער עס גייט געווינען , סתם הוילע נארישקייטן.

אזוי ווי מי אני האט שוין געשריבן, יעדע ריר, יעדע דריי, זעץ קלאפ, וואס איינער געט אדער באקומט אין די פארמעסט איז פון פאראויס געשריבן געוווארן דורך סקריפט שרייבער'ס, סא 'לעזנער' איז נישט קיין אכזר, ער שפילט אן אכזר, וואס דאס קען זיין נאך א מוסר השכל, אז אלעס אויף די וועלט איז פון פאראויס געשריבן געווארן דורכ'ן אדון כל.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

Re: א מוסר השכל פון wrestling

הודעהדורך ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 16, 2022 5:04 pm

איך האב שוין אויך געהערט אז דאס איז פאראויס געשריבן, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזאנע ווילדע געשלעגן זאלן קענען זיין פינקטליך, אויב איינער וויל זאגן אז זיי ווייסן פון פאראויס ווער עס גייט ענדגילטיג געווינען, דאס קען זיך שוין לייגן אויפן קאפ, אבער אז יעדעס ריר איז געפלאנט איז שווער צו גלייבן.

אויך איז וויכטיג אנצומערקן אז wwe איז נישט די איינציגע פלאטפארמע פון געשלעג פארמעסטן, עס זענען דא נאך אסאך, א שטייגער ווי ufc וכדו', לויט ווי איך פארשטיי זענען יא דא היפש אסאך פלאטפארמעס ווי עס איז נישט פארגעשריבן נאר עס לאזט די געשלעגן נייטראל, אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז עס זענען פארהאן אינוועסטירער, ממילא איז שווער צו זאגן אז דאס איז אלץ פארגעשריבן, אפילו אויב מען וויל באשולדיגן געוויסע פירמעס אין פעלשן, איז שווער צו זאגן אז יעדער נעמט די פאלשע וועג.

ועוד, פארוואס זאלן זיי דאס פארשרייבן? וואס פארדינען זיי פון דעם?
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 367 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 16, 2022 5:19 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב מיט איבער 20 יאר צוריק זיך "אנגעשטויסן" אין אזא סארט קליפ (אין א געוויסע געשעפט וואו עס האט צופעליג געשפילט), און כ'האב אזאנס איינגעשרינקען און ממש געשוואוירן אז איך וועל נאכאמאל אזאנס נישט קוקן! איך האב נישט געקענט פארשטיין ווי מענטשן קוקן דאס און אפלאדירן, עס האט מיר דערמאנט ווי אין די רוימישע קאלאסיום פלעגט מען אפלאדירן ווען ווילדע חיות האבן צעפליקט אומשולדיגע מענטשן פשוט אלס ספארט.

איך זעה עס זענען פאראן מענטשן מיט הארטערע געפילן ווי מיר, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז א איד וואס באלאנגט צו דעם פאלק פון רחמנים בני רחמנים זאל הנאה האבן פון דאס צוקוקן, אבער אפשר איז דאס בלויז מיין שוואכקייט, אדער איז עס די בחי' פון ויתערבו בגויים וילמדו מעשיהם. איך טראכט נאר, איך דזשאדזש נישט.

איך וויל נישט זיין דער וואס פארדארבט די חגיגה. אבער איך קען דיר זאגן אז 99% פון די שאוס זענען אנגעשטעלט. פעיק. איך האב אויך איין צייט געוואטשט די קליפס. מ'קען באמערקן אויף א סאך פון די קליפס ווי דער.."באזיגטער"...ווארפט זיך אליין אראפ. אויך דער וואס געט איהם קלעפ. איז פונקט אזוי ווי די רבי אין חדר פלעגט טון א סאך מאל. נאר דערשרעקן דעם יונגל אז ער גייט איהם שלאגן. אבער ער האט איהם נישט עכט געשלאגן. מ'קען זעהן (כמעט) אייביג דער באזיגטער גייט ארויס מיט גאנצע ביינער. נישט אזוי ווי ביי באקסינג. וואו דער באזיגטער גייט ארויס צוקלאפט און צוביילט...! ס'איז אלעס א שוי. פאר די תמימות'דיגע צו קוקער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך עצי שטים » זונטאג יאנואר 16, 2022 7:13 pm

ס'נאר א שאד, די עולם וואלט מער הנאה געהאט ווען עס איז אויטענטיש
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

Re: א מוסר השכל פון wrestling

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 16, 2022 10:37 pm

סמבטיון האט געשריבן:לעזנער איז אן אכזר נורא, סעדא קליפס ווי ער ווארפט אראפ ארמען רעינס אין א ווילטשעיר אפאר הינדרעט סטעפס. אויב ווילסטו ארויס נעמען א מוסר השכל איז דזשאן סינא דע בעסטע דוגמא, ער געבט נישט אויף נאך די ערגסטע קלעפ, עס אז ממש א תענוג צו זעהן ווי אין די לעצטע סקונדע קומט ער ארויס די געווינער.
און צו דער וואס האט געזאגט פריער אז מען ווייסט שוין פארדעם ווער עס גייט געווינען , סתם הוילע נארישקייטן.
סיריעסלי?!?
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 295 מאל

Re: א מוסר השכל פון wrestling

הודעהדורך תוהו ובוהו » זונטאג יאנואר 16, 2022 11:11 pm

ברוינשטיין האט געשריבן:ממילא איז שווער צו זאגן אז דאס איז אלץ פארגעשריבן, אפילו אויב מען וויל באשולדיגן געוויסע פירמעס אין פעלשן, איז שווער צו זאגן אז יעדער נעמט די פאלשע וועג.


ס'איז נישט ''פעלשן'' ס'איז אפיציעל סקריפטעד און קיינער לייקענט עס נישט.
ברוינשטיין האט געשריבן:ועוד, פארוואס זאלן זיי דאס פארשרייבן? וואס פארדינען זיי פון דעם?


די סיבה איז פשוט צו קענען דרייען מיטן סטארי ליין אז ס'זאל זיין אינטערסאנט פאר קינדער און ערוואקסענע, צו מאכן איינעם פאר א נרדף און דעם צווייטן אן אראגאנטן רודף, און דער נרדף דערלייגט איינמאל און נאכאמאל ביז ביי עפעס א ספעשל עווענט ווען די נרדף געווינט בדרך נס צו מיט קוראזש און דער עולם גייט ארויס פון די כלים. אזוי אויך צו געבן יעדעם דאס געלעגנהייט צו ווייזן זיינע יכולות א שטייגער ווי 'ריקאשעי'.

לדוגמא די גאנצע 'נעבער גיב אפ' מאוומענט פון 'דזשאן סינע', צו דער אמאליגער 'ראמען ריינס' וואס איז געווען דער אנדערדאג אבער האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן וכו' וכו'.
תוהו ובוהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » זונטאג יאנואר 16, 2022 11:14 pm

ברוינשטיין האט געשריבן:איך האב שוין אויך געהערט אז דאס איז פאראויס געשריבן, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזאנע ווילדע געשלעגן זאלן קענען זיין פינקטליך, אויב איינער וויל זאגן אז זיי ווייסן פון פאראויס ווער עס גייט ענדגילטיג געווינען, דאס קען זיך שוין לייגן אויפן קאפ, אבער אז יעדעס ריר איז געפלאנט איז שווער צו גלייבן.

אויך איז וויכטיג אנצומערקן אז wwe איז נישט די איינציגע פלאטפארמע פון געשלעג פארמעסטן, עס זענען דא נאך אסאך, א שטייגער ווי ufc וכדו', לויט ווי איך פארשטיי זענען יא דא היפש אסאך פלאטפארמעס ווי עס איז נישט פארגעשריבן נאר עס לאזט די געשלעגן נייטראל, אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז עס זענען פארהאן אינוועסטירער, ממילא איז שווער צו זאגן אז דאס איז אלץ פארגעשריבן, אפילו אויב מען וויל באשולדיגן געוויסע פירמעס אין פעלשן, איז שווער צו זאגן אז יעדער נעמט די פאלשע וועג.

ועוד, פארוואס זאלן זיי דאס פארשרייבן? וואס פארדינען זיי פון דעם?

סארי, אבער די מציאות איז דאס וואס כ'האב פריער געשריבן, אפילו ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל.
Ufc איז באקסינג, וואס איז אינגאנצן אן אנדערע מסכת פון wwe וואס איז רעסטלינג, איך ווייס נישט די מציאות ביי ufc, קען זיין טאקע דארט איז עס נישט אזוי פונקטליך פאראויסגעשריבן .
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

הודעהדורך עצי שטים » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:48 am

אלע צוזאמען האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:איך האב שוין אויך געהערט אז דאס איז פאראויס געשריבן, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזאנע ווילדע געשלעגן זאלן קענען זיין פינקטליך, אויב איינער וויל זאגן אז זיי ווייסן פון פאראויס ווער עס גייט ענדגילטיג געווינען, דאס קען זיך שוין לייגן אויפן קאפ, אבער אז יעדעס ריר איז געפלאנט איז שווער צו גלייבן.

אויך איז וויכטיג אנצומערקן אז wwe איז נישט די איינציגע פלאטפארמע פון געשלעג פארמעסטן, עס זענען דא נאך אסאך, א שטייגער ווי ufc וכדו', לויט ווי איך פארשטיי זענען יא דא היפש אסאך פלאטפארמעס ווי עס איז נישט פארגעשריבן נאר עס לאזט די געשלעגן נייטראל, אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז עס זענען פארהאן אינוועסטירער, ממילא איז שווער צו זאגן אז דאס איז אלץ פארגעשריבן, אפילו אויב מען וויל באשולדיגן געוויסע פירמעס אין פעלשן, איז שווער צו זאגן אז יעדער נעמט די פאלשע וועג.

ועוד, פארוואס זאלן זיי דאס פארשרייבן? וואס פארדינען זיי פון דעם?

סארי, אבער די מציאות איז דאס וואס כ'האב פריער געשריבן, אפילו ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל.
Ufc איז באקסינג, וואס איז אינגאנצן אן אנדערע מסכת פון wwe וואס איז רעסטלינג, איך ווייס נישט די מציאות ביי ufc, קען זיין טאקע דארט איז עס נישט אזוי פונקטליך פאראויסגעשריבן .

UFC איז טאקע נישט סקריפטעד אזוי ווי די WWE
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 17, 2022 1:06 am

הער איך יעצט א נייע זאך, אז ס'איז פאראן א חילוק צווישן wרעסטלינג און באקסינג? איך בין אזא עם הארץ אין די זאכן....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15595
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19233 מאל

הודעהדורך עצי שטים » מאנטאג יאנואר 17, 2022 1:41 am

שמעקעדיג האט געשריבן:הער איך יעצט א נייע זאך, אז ס'איז פאראן א חילוק צווישן wרעסטלינג און באקסינג? איך בין אזא עם הארץ אין די זאכן....

חוץ פון די חילוק אין די חלק פון סקריפטינג, איז דא די פראקטיגע חילוק,
רעסלינג איז אז מען שלאגט און זעצט, מען ווארפט אויפן ערד, מען שטויסט, און וואס נישט, עס איז געווענטליך סאך אונטערסאנטער ווי באקסונג, ווי מען טוט זיך נאר באקסן
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:29 am

שמעקעדיג האט געשריבן:הער איך יעצט א נייע זאך, אז ס'איז פאראן א חילוק צווישן wרעסטלינג און באקסינג? איך בין אזא עם הארץ אין די זאכן....

(לפענ"ד): באקסינג איז האלב פעיק. ווייל דער וואס פארלירט ווערט גוט צוקלאפט. ער גייט ארויס צוביילט. ביי רעסלינג איז די גאנצע שפיעל 99% פעיק. זיי (ביידע) מאכן א שפיעל. מ'קען זעהן א סאך מאל ווי דער וואס..."פארלירט"...ווארפט זיך אראפ. נאך פאר זיין שותף טאטשט איהם אפילו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:41 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:סאיז דא א לימיט? למשל אויב ער זעצט עים אריין אין אין א אייזן קען ער דאך שטארבן ניין?

Anyone?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1943
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 994 מאל

הודעהדורך עצי שטים » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:46 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:סאיז דא א לימיט? למשל אויב ער זעצט עים אריין אין אין א אייזן קען ער דאך שטארבן ניין?

Anyone?

אזוי ווי אויסגעשמועסט, קען מען טאקע נישט טון וואס מען וויל, עס איז סקריפטעד פון פריער, יעדע ריר וואס מען גייט מאכן,
און למעשה קענען טאקע טעותים געשען, וכבר היה לעולמים, ווען געוויסע רעסלערס זענען געווארן שווער פארוואונדעט, און איך מיין אויך אז איינער איז שוין טאקע געשטארבן דערפון
אויב וועל איך מסכים זיין מיט דיר, וועלן מיר ביידע זיין נישט גערעכט...
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט