א צדיק בן צדיק אדער א צדיק בן רשע, ווער איז חשוב'ער?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

א צדיק בן צדיק אדער א צדיק בן רשע, ווער איז חשוב'ער?

הודעהדורך שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 3:51 pm

מען טרעפט די וואך אין די פרשה ווי די תורה רעכנט אויס די יחוס פון די מאמע רבקה. וַיְהִי יִצְחָק בֶּן אַרְבָּעִים שָׁנָה, בְּקַחְתּוֹ אֶת רִבְקָה בַּת בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה. פארוואס טאקע רעכנט מען אויס איר יחוס, לכאורה ווייסט מען עס שוין פון די פריערדיגע פרשה, און בפרט אז עס איז נישט די שענסטע משפחה? זאגט רש"י אזוי: וְכִי עֲדַיִין לֹא נִכְתַּב שֶׁהִיא בַת בְּתוּאֵל וַאֲחוֹת לָבָן וּמִפַּדַּן אֲרָם? אֶלָּא לְהַגִּיד שִׁבְחָהּ, שֶׁהָיְתָה בַּת רָשָׁע וַאֲחוֹת רָשָׁע, וּמְקוֹמָהּ אַנְשֵׁי רֶשַׁע, וְלֹא לָמְדָה מִמַּעֲשֵׂיהֶם. די תורה וויל אונז לאזן הערן די מעלה און שטארקייט פון די מאמע רבקה אז זי איז געבליבן שטארק אין אזא הויז.

ווייטער שטייט אין פסוק אז יצחק און רבקה האבן נישט געהאט קיין קינדער, און זיי האבן זיך געשטעלט דאווענען. זאגט די פסוק אזוי: וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ כִּי עֲקָרָה הִוא, וַיֵּעָתֶר לוֹ ה' וַתַּהַר רִבְקָה אִשְׁתּוֹ. לכאורה וואס איז פשט אז די פסוק זאגט דוקה ויעתר "לו" ה', זי איז דאך אויך געהאלפן געווארן? זאגט רש"י: וַיֵּעָתֶר לוֹ – וְלֹא לָהּ, שֶׁאֵין דּוֹמָה תְפִלַּת צַדִּיק בֶּן רָשָׁע לִתְפִלַּת צַדִּיק בֶּן צַדִּיק. לְפִיכָךְ "לוֹ" וְלֹא "לָהּ". זיי זענען געהאלפן געווארן דוקא בזכות די תפלות פון יצחק.

לכאורה איז עס א שטיקל סתירה צו די פריערדיגע רש"י. אויב איז עס אזא שטארקע מעלה אז איינער וואקסט אויף א צדיק בן רשע אז די תורה דארף עס ספעציעל דערמאנען, דאן פארוואס ווען עס קומט צו תפילה איז איר דאווענען נישט אזוי חשוב? איז זי דען שולדיג אז איר טאטע איז געווען א רשע? פארוואס הערט די באשעפער ענדערש אויס א תפילה פון א צדיק בן צדיק, דער צדיק בן רשע האט דאך לכאורה אסאך שווערער געארבייט אויף זיך און זיך געהאלטן שטארק?

מען קען עס פארענטפערן מיט א באקאנטע מעשה וואס איז פארגעקומען מיטן צאנזער רב. (דאכצעך. ביטע פאררעכטן אויב עס איז געווען ביי א צווייטע צדיק. אזוי אויך אלע אנדערע צדיקים וואס איך וועל נאכזאגן בשמם. כ'בין נישט אזא דייקן). ער האט אמאל געטראפן א קבלה צעטל פון איינער וואס האט זיך אויפגעשריבן פינקטליך וואס ער וועט טון. וויפיל אזייגער ער וועט אויפשטיין, וויפיל צייט צו לערנען פארן דאווענען, ווי לאנג די דאווענען וועט געדויערן, וויפיל בלאט צו לערנען, וכו' וכו'. האט דער צאנזער רב צוגעשריבן אונטן פון די צעטל "ופעמים להיפך"! פשט איז, אזוי ווי מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב אויפן פסוק לא תעשון כן לה' אלוקיכם, מען זאל נישט דינען דעם באשעפער אויף א אופן פון "דוקא אזוי"! עבודת השם איז נישט קיין ראובאטישע סיסטעם וואס מען פאלגט נאך פונקט אויף איין וועג. אמאל איז רצון השם אזוי, און אמאל איז רצון השם פארקערט. מען דארף האבן שכל צו זען לפי המקום ולפי הזמן וואס דער באשעפער וויל פון דיר אויף יענע מאמענט.

ווען מען וואקסט אויף אויפן היימישן קאנוועיר בעלט סיסטעם, קען זיך גאר גרינג מאכן אז איינער זאל טון אלע געזעצן פונעם בוך, אבער שטיין גאר ווייט פון עבודת השם. ער קען לייגן תפילין, דאווענען, לערנען, אבער נישט טראכן פון באשעפער קיין רגע נישט! אלעס איז מצות אנשים מלומדה... עס פארט א באן טאג איין טאג אויס.. די חומר זעצט זיך אריין, און מען הייבט אהן צו מיינען נאר כבוד געלט מיט זיך. אזוי ווי די באקאנטע מעשה פון דעם בן תורה וואס איז געווארן זייער נערוועז אז ער האט זיך גע'חלומ'ט ביינאכט פונעם אויבערשטן... ווארום ער טראכט דאך שוין נישט יארן פונעם אויבערשטן...

מען קען אמאל זען ווי אפילו גאר חשוב'ע אידן וועלן מקפיד זיין נישט משנה צו זיין קיין זיז כל שהוא פון די דרך אבותיהם ורבותיהם. זיי וועלן עסן נאר איין געוויסע סארט קיגל, מיט יענע סארט פיש. זיי וועלן אפילו צוגיסן אזוי פיל זאלץ ווי די טאטע פלעגט צוגיסן. זיי וועלן נישט חלילה משנה זיין קיין קנייטש פון א לבוש פון וואס די טאטע איז געגאנגען (חוץ א שינוי למעליותא... וואטעווער דאס מיינט. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך ואכמ"ל) דאס איז אלעס זייער פיין אין חיצוניות וואס אויף דעם איז עס אים נישט אזוי שווער צו ארבעטן... אבער ווען עס קומט צו די פנימיות... אהה, דארטן טוישט ער שוין איינמאל! די אהבת ישראל, עין טובה, מידות טובות, תורה, ויראת שמים דאס מאכט ער לאו דוקא נאך פונעם טאטן... דאס איז שוין נישט אינטערסאנט. די עיקר איז אז מען עסט חלילה נישט קיין דיפס ווייל די טאטע האט נישט געגעסן.. אבער ציטערן צו פארשעמען אדער וויי טון א צווייטע איד, אדער זיין ערליך מיט געלט... דאס קען מען שוין משנה זיין פונעם טאטן...

אין איין ווארט, א ערליכע סיסטעם איז טאקע זייער וויכטיג כדי צו האלטן די חיצוניות'דיגע המשך און סטרוקטור פון כלל ישראל, אבער עס האט א שווערע זייטווירקונג וואס מען דארף אובאכט געבן דערויף, די חיצוניות'דיגע הלכות געבן צו צום פאקט אז מען זאל זיך קענען קלאפן אויף די אקסלען אז מען איז שוין מסודר... מען 'פירט' זיך גוט, ווען אין די זעלבע צייט קען מען דורכדעם פארקוקן די וויכטיגע פנימיות.

גאר אנדערש איז עס אבער ביי די בעלי תשובה. זיי זענען אייביג אויסגעבויט און פול מיט מחשבה און ריינקייט. זיי זענען אלעמאל ביזי מיט וואו זיי האלטן בפנימיות און מיט וויפיל זיי האבן זיך געריקט פון נעכטן. דאס איז די מציאות פון איינעם וואס האט א דרייוו און ער גייט אנטקעגן דעם שטראם וואס נעמט אים ארום, ער איז דא צו פייטן און מיינט עס אמת'דיג, די חיצוניות איז לאו דוקא זייער פאוקעס, זיי בויען אויף זייער עכטע זיך!

מען פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען יארן צוריק מיט א בחור פון רוסלאנד, וואס האט זיך ארויסגעכאפט פון אונטער דעם אייזערנעם פורהאנג און איז ארויף קיין ארץ ישראל. ער האט זיך געוואלט איינשרייבן אין איינע פון די ישיבות צו לערנען, איז ער אריבער צו איינע פון די ראשי ישיבות פאר א פארהער. דער בחור האט זיך אנגעהויבן צו מתנצל זיין אז ער קומט פון רוסלאנד וואס דארטן איז לערנען תורה גאר א הארבע פארברעכן, און מען מוז גיין אין די גויאישע פאבליק-סקול א גאנצע טאג, נאר סוף טאג ווען מען איז שוין גוט אפגעמוטשעט, גייט מען אין א באהאלטענע לאקאציע און מען לערנט תורה פאר צוויי שעה. ממילא, פירט אויס דעם בחור פארן ראש ישיבה, דארפט איר פארשטיין אז איך קען נאר סדר נזיקין, און סדר מועד מיט תוספות, אבער אז דו וועסט מיר אריינעמען אין די ישיבה וועל איך לערנען גאר פלייסיג און משלים זיין דאס וואס איך האב פארפעלט און גאר בקרוב וועל איך קענען גאנץ ש"ס מיט אלע מפרשים און גאנץ שו"ע מיט די נושאי כלים אזוי ווי אלע אנדערע נארמאלע בחורים....!

דער ראש ישיבה האט אים פארהערט און געזען אז ער קען! ער איז ארויס פון התפעלות און אריינגעלאפן אין ביהמ"ד און אויסגעקלאפט אויפן בימה, רבותי! קוקט אהער! א בחור וואס קומט פון רוסלאנד - וואס אויב מען כאפט איינעם לערנען תורה שיקט מען אים גלייך קיין סיביר, קען צוויי סדרים פון ש"ס ישר והפוך מיט תוספות! און עס גייט אים גארנישט אריין אין קאפ אז בחורים וואס זיצן אין די פרייע וועלט אהן קיין שטער מיט וויפיל עסן און טרינקען זיי ווילן נאר, זאלן נישט קענען גאנץ ש"ס מיט ד' חלקי שו"ע!

פשט פון די מעשה איז טאקע דאס. יא! אז איינער איז אין א מצב ווי עס איז אים שווער צו זיין ערליך און ער דארף זיך ראנגלען זיך צו קענען פירן וויאזוי ער האט איינגעזען פאר ריכטיג, וועט עס האבן אסאך א שטערקערע משמעות. ער וועט אויסניצן יעדע רגע... ער וועט נישט ריזיקירן זיין לעבן צו קומען אין א שול און דערנאך שמועסן איבער א קאווע... די גאנצע לערנען וועט האבן א שטערקערע רושם...

יא! ס'איז שווער צו קענען ש"ס אין א קאמוניסטישע רוסלאנד, אבער עס איז פיל שווערער צו קענען ש"ס אין די פרייע וועלט ווען מען האט אלעס צוגעשטעלט און אלעס פארט פיין! די באן פארט.. מען איז זאט.. און... מען פארברענגט די צייט..! אזוי גייט עס... דאס איז די מציאות הדברים. נאר איינער וואס איז א עכטע גיבור קען גיין קעגן די היימישע אינערליכע שטראם, די שטראם וואס איז דאך נישט גענצליך אפגעפרעגט... און דאך זאל עס ביי אים יא זיין אפגעפרעגט.

עשיו איז געווען א טיפישער רבי'שע אייניקל... ער איז געווען אין די סיסטעם... באדינט די טאטע... כיבוד אב ואם! ער האט געבויט די חסידות! ער האט געוויסט די ריכטיגע סלאגאנען וואס די רבי זאל זיין געזונט האט ליב צו הערן... אבא איך מעשרין את המלח?
ביי די פערציג יאר האט ער נאכאמאל חתונה געהאט... ווייל די טאטע זאל זיין געזונט האט אויך חתונה געהאט ביי די פערציג... איי דו רשע האסט אלע יארן געפאנגען פרויען פון זייער מענער און זיי באלעסטיגט?! דאס האט דיין טאטע נישט געטון!!... אבער דאס טוט ער שוין נישט נאך אזוי פונקטליך......

ווען ער האט געהערט ווי זיין טאטע הייסט זיין ברודער יעקב נעמען א ווייב וואס איז דוקא נישט פון די בנות כנען איז ער שנעל געלאפן און חתונה געהאט צו מחלת בת ישמעאל! אהה! פונקט ווי די רבי הייסט... אבער נאר איין פראבלעם... שלא גירש את הראשונות... ער נעמט א נייע ווייב לויט די תקנות.. אבער ער האלט נאך די אלטע... עס דארף נאר אויסזען גוט.. פאלגן מיט אן אמת'דיגקייט איז שוין צו שווער...

יצחק אבינו און יעקב אבינו זענען געווען קינדער פון צדיקים, זיי וואלט געקענט ווערן נאכגעשלעפן אויפן ראבאטישן שטראם פון טון אהן טראכטן, פון טון אהן קיין מחשבה און געפיל, אבער דאך זענען זיי געשטאנען פעסט אנטקעגן די שטראם און געדינט די באשעפער אויף זייער אייגענע שטייגער!

אברהם אבינו האט געהאט א דרך עבודה פון 'מדת החסד' אבער יצחק האט אנגענומען א נייע דרך פון 'מדת הגבורה'! און יעקב האט גאר אנגענומען א פשרה'דיגן מהלך פון תפארת! יעדער האט געדינט דעם באשעפער אויף זיין אייגנארטיגן אינערליכן אופן.

גערעכט טאקע אז א תפלת צדיק בן רשע האט א חשיבות, למעשה דארף מען זיך שלאגן אנטקעגן די שטראם. אבער אסאך חשוב'ער איז א תפלת צדיק בן צדיק, אזא איינער וואס דארף זיך שלאגן מיטן שטראם שבתוך השטראם! ער האט אסאך א שווערערע עבודה זיך צו האלטן ריין און אמת'דיג. דערפאר איז ויעתר "לו" ה' דוקא!
I installed a high vocabulary comprehensive forum
signature in english, to make myself look intelligent

Otzie Shitim -

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1520
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3216 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 4:19 pm

Wow א הערליכע געדאנק!
ס'מיר טאקע אייביג שווער געווען די קשיא.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 5660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2478 מאל

הודעהדורך חדשים » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 5:51 pm

געוואלדיגע חומר למחשבה און עס מאנט און פאדערט צו תיקון המעשים.

(ידוע הטו”ז באו”ח סנ”ג סק”ג שחולק על המהרש”ל וסובר שאי”צ להעדיף צדיק בן צדיק. והקשו עליו מגמרא הנ”ל. ולפי”ז מיושב שפיר, שחשיבות צדיק בן צדיק הוא רק אם הולך בדרכו המיוחד לו. והטו”ז ידע דזהו כמעט אינו בנמצא, ולכן העדיף האינו מיוחס)
חדשים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 204
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

הודעהדורך קרן זוית » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 6:48 pm

חדשים האט געשריבן:געוואלדיגע חומר למחשבה און עס מאנט און פאדערט צו תיקון המעשים.

(ידוע הטו”ז באו”ח סנ”ג סק”ג שחולק על המהרש”ל וסובר שאי”צ להעדיף צדיק בן צדיק. והקשו עליו מגמרא הנ”ל. ולפי”ז מיושב שפיר, שחשיבות צדיק בן צדיק הוא רק אם הולך בדרכו המיוחד לו. והטו”ז ידע דזהו כמעט אינו בנמצא, ולכן העדיף האינו מיוחס)



כּמעט אינו בנמצא, אבער יחידי סגולה איז אוודאי יא דא.

האסטו לדוגמא, א זוהן פון א צדיק וואס איז מחולק אין הלכה מיט זיין גרויסע טאטע'ן..

אמר אביי, רבי אליעזר ברבי שמעון סבר לה כאבוה בחדא "ופליג עליה בחדא" סבר לה כאבוה בחדא דלית ליה מוקצה ופליג עליה בחדא דאילו אבוה סבר כבה אין לא כבה לא ואיהו סבר אע"ג דלא כבה.. (שבת פרק כירה)
קרן זוית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 8:08 pm

טאשער רבי גייט אויף אנדערע מהלך פון זיין טאטע.

אויף א סיריעס נאוט, איז דא דער שינאווער.

די מעשה וואס עצי ברענגט צו דער ולפעמים להיפוך, שטייט אין תולדות פון ר' אלעזר רישא, אז ער איז געוועהן דער וואס דער צאנזער האט צוגעשריבן צו זיין סדר היום צעטל.
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 9:01 pm

קרן זוית האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:געוואלדיגע חומר למחשבה און עס מאנט און פאדערט צו תיקון המעשים.

(ידוע הטו”ז באו”ח סנ”ג סק”ג שחולק על המהרש”ל וסובר שאי”צ להעדיף צדיק בן צדיק. והקשו עליו מגמרא הנ”ל. ולפי”ז מיושב שפיר, שחשיבות צדיק בן צדיק הוא רק אם הולך בדרכו המיוחד לו. והטו”ז ידע דזהו כמעט אינו בנמצא, ולכן העדיף האינו מיוחס)



כּמעט אינו בנמצא, אבער יחידי סגולה איז אוודאי יא דא.

האסטו לדוגמא, א זוהן פון א צדיק וואס איז מחולק אין הלכה מיט זיין גרויסע טאטע'ן..

אמר אביי, רבי אליעזר ברבי שמעון סבר לה כאבוה בחדא "ופליג עליה בחדא" סבר לה כאבוה בחדא דלית ליה מוקצה ופליג עליה בחדא דאילו אבוה סבר כבה אין לא כבה לא ואיהו סבר אע"ג דלא כבה.. (שבת פרק כירה)

קרן זוית: אויך אין די שפעטער'דיגע דורות איז געווען אזא פאל. וואו א טאטע און א זון האבן מחולק געווען אין הלכה. דער צאנזער רב און זיין זון דער שינאווער רב. אבער די קעגנייטיגע אהבה איז פארבליבן. דער דברי חיים שרייבט אין איינס פון זיינע תשובות אויף זיין זון ..."אם יתנו לו כל חללי דעלמא לא משני בדיבוריה"...! אויך די מעשה איז ידוע. אז דער שינאווער רב איז געקומען קיין צאנז. ער איז אריין אין ביהמ"ד און אדורכגעלערנט הילכות כיבוד אב ואם. האט איהם איינער געפרעגט..."דו גייסט דאך זיך מתוכח זיין מיט דיין טאטע איבער גאנץ אן אנדערע הלכה. פארוואס לערנסטו הילכות כיבוד או"א? האט ער געענטפערט..."איך דארף אדורכלערנען הכבאו"א כדי צו וויסן וואס איך מעג יא זאגן. און וואס איך טאר נישט זאגן פאר מיין טאטע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17487
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 21322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12367 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 9:17 pm

כידוע: האבן דער בעל דברי חיים. צאנזער רב און זיין זון דער שינאווער רב געהאט חילוקי דיעות אין הלכה איבער 2 הויפט נושאים וועלכע זענען געווען אקטועל בימיהם.

די שטר מכירה פון א ביזנעס אום שב"ק פאר א גוי(אישן שותף). און איבער ...,ציקאריע"...א מין שטויב. אן "עדדיטיוו"/פיללער. וואס מ'האט אריינגעלייגט אין די קאווע. ס'זענען געווען חששות פון נישט כשר'ע סובסטאנצן אין דעם שטויב.

אין ביידע פעלער האט דער ד"ח מתיר געווען. און דער שינאווער רב האט עס געאסר'ט. דער שינאווער רב האט געטענה'ט אז די שטרי מכירה ווערן אביוז'ד. און די ציקאריע האט א חשש פון נבילה וטריפה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17487
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 21322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12367 מאל

Re: א צדיק בן צדיק אדער א צדיק בן רשע, ווער איז חשובער?

הודעהדורך כרם זית » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 12:33 am

אויך געווען מחלוקת איבער מילה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 579
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 12:24 pm

דא קען מען זעהן אכט זאכן וואס זיי זענען געווען מחולק.
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך חדשים » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 5:49 pm

עס איז באקאנט די ווארט פון סאטמאר רב זצ”ל אז ער מאכט גארנישט נאך זיין טאטע חוץ מיט איין זאך. פונקט ווי זיין טאטע האט זיך געפירט נישט נאכצומאכן זיין טאטע, פירט ער זיך אויך נישט נאכצומאכען זיין טאטע.
חדשים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 204
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: א צדיק בן צדיק אדער א צדיק בן רשע, ווער איז חשוב'ער?

הודעהדורך טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 7:03 pm

Wow @עצי,
דאס איז א מעסטער פיעס.
נישט געוויסט אז דו קענסט געבן מוסר שמועסן אויך...
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 852
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 4743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 673 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 3:41 am

ויעתר לו און געהאט האבן זיי א עשיו און א יעקב. ווייל אויב ס'איז איר תפלה וואלט מען ווען געזאגט אהה זי האט נישט געבעטן די קינדער זאלן נישט אויסזען ווי איר פאמיליע.

-א געדאנק אינספירירט ביי הרב קאפל שווארץ שליט"א.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט