לייביששרייבער האט געשריבן:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?
די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".
אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.
לשיטתך.
פונקט קאפויער די פאליציי פערזאן האט באקומען א מידה כנגד מידה שטראף פאר מאכן שאדנס פון מענטשען אזויפיל געלט על לא דבר.
דער קאר איז געשטאנען 15.1 פיס נעבן דעם פאמפ האט ער באקומען א טיקעט. פארוואס ווייל ער קען געבן נישט ווייל יענער האט פוגע געווען אין געזעץ. עס איז דא 750 דוללער ווערט טיקעטס וואס די פאליציי האט געשריבן ממש על לא דבר און דער פאר איז ער/זי געווארן באשטראפט מיט אט די סכום.
דו ווייסט אז אזוי זענען געווען די פרטים פון די מעשה, אדער דו האקסט סתם? און אויב וועט מען נאכקוקן און זען אז דער פאליסמאן האט דווקא יא געגעבן דא א גערעכטע טיקעט און ער האט גראדע נישט קיין 750 רשעות'דיגע דאלארן וואס ער מוז אפגעבן אויף דעם דין וחשבון, וואס וועסטו זאגן דעמאלטס? איז דען נישטא קיין ארענטליכע מענטשן וואס ליידן געלט שאדנס? א נייע מהלך אינעם קשיא פון צדיק ורע לו... מען לייקנט גאר די מציאות הדברים.. קשיא מעיקרא ליתא...
לייביששרייבער האט געשריבן:
אוי אוי איז דא א גוטער באשעפער ער איז משגיח פריי כל כל פרט ופרט. עפען די אויגן וועסטו זעהן א יד השם אין יעדע ריר פון דיין לעבן ווי דער יד השם לאזט דיך איבער פאר קיין רגע. צום בויען און צום (אין דיינע אויגן) איז נאר ער און ווייטער ער. דזשאסט קוק דיך אים אויף אלעס וואס פאסירט מיט א טיפערע בליק נישט סתם אויבערפלעכליך.
סאו לאמיר זיין קלאר, די אפיקורסים זאגן אז ס'איז חלילה נישטא קיין גאט, (אדער אז גאט האט באשאפן די וועלט אבער ער פירט עס מער נישט, ער לאזט די טבע טון דאס זייניגע, הנקרא
דאיאיזם) זיי האלטן אז אלעס וואס פירט זיך נאר אויף די וועלט, פון רעגן, ביז שניי, די שטערנס, די מערכת השמים, אלע מעשי בני אדם, חיות, עופות און צמחים, אלעס אלעס פירט זיך לויט די חוקי הטבע אן קיין העכערע גאט וואס מישט זיך אריין אין וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן. אריינגערעכנט אין דעם איז די טעגליכע געשעענישן וואס מיר זענען געוואוינט צו דעם, און אזוי אויך וואונדערליכע זאכן וואס געשעען נאר מיט א מורא'דיגע צופאל. (לדוגמא, אז צוויי מענטשן מיט די זעלבע נעמען, פארן פונקט מיט די זעלבע טעקסי דרייווער פונקט צען יאר אפגערוקט, און די קאר לויפט אויס פון געז פונקט ביי די זעלבע געז סטאנציע!!!) היות טריליאנען זאכן פאסירן יעדן איינציגסטן טאג, איז נישט מער ווי לאגיש צו זאגן אז פון אזויפיל 'נארמאלע' זאכן וואס געשעען, וועלן אויך אמאל פאסירן מאדנע צופאלן.
מיר אידן גלייבן אבער אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט, וואס הגם השגחה פרטית איז לאו דווקא געווען א דבר מוסכם ביי אונזער אלע פריערדיגע צדיקים, דאך האבן מיר עס כהיום שטארק אנגענומען. פיין! גאט פירט אלעס ממש ביזן לעצטן דעטאל. אבער פארוואס ווייזט א מאדנע געשיכטע אז ס'איז דא א גאט מער ווי די טאג טעגליכע ערשיינונגען? די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.