געפילטע פיש האט געשריבן:די שמעון כיפא מעשה דערציילט סיני מאלאוויצקי אלס פאקט, ער זאגט אז נאכדעם וואס ער האט פורש געווען די נוצרים פון מצוות מעשיות און גערוקט דעם רוה טאג פון שבת צו זונטאג, האט ער זיך פורש געווען פון די וועלט און געזאגט אז ער דארף זיך אפזונדערען פון יעדעם, זיך אריינגעזעצט אינעם וואטיקאן ביזן שטארבן.
ר' סיני דערמאנט אויך דעם אגרת רבן יוחנן בן זכאי פאר א פאקט, כאטש דער לשון פאר א תנא קלעבט נאך ווינציגער ווי דובב שפתי ישנים'ס בריוו קלעבען אויפן ראגאטשויבער...