וואס איז מסורה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

וואס איז מסורה?

הודעהדורך טעלעפאן » מיטוואך יולי 04, 2012 11:05 am

וואס איז "מסורה"?

צו ווייל מיין טאטע - אדער אפילו זיידע - האבן אפגעמאכט זיך צו פירן אויף א געוויסן וועג אין א געוויסן ענין, מיינט דאס אז איך דארף נאכגיין? אויב נישט, דאן וואס מיינט יא מסורה? און אויב יא, פארוואס זאלן מיינע עלטערן מעגן טוישן (געווענליך צו פרומער) און איך טאר נישט?..


די אמת׳ע "מסורה" איז די תורה שבע"פ. דאס איז "איבערגעגעבן" געווארן פון משה רבינו צו יהושע בן נון אא"וו. פון מסורה וואס מיר רעדן היינט, איז א "מעין" פון דעם, ד"ה אז ווען איך זעה מיינע עלטערן טוען עפעס נעם איך אן אז זיי האבן עס "במסורה" אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געהאט א תורה מסורה און זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן, ביז מען האט עס אראפגעשריבן צוליב נשתכח הדורות.

אבער מיין טאטע'ס טאטע, למשל, האט אנגענומען די חומרות פון איבעראל, קיין נפק"מ די סיבה, דאס איז לכאורה נישט קיין מסורה. ווארום אויב אננעמען דעם חתם סופר, וואלטן מיר געדארפט עסן געבראקטס. נו, פארדעם איז ער דאך געווען אן אויבערלענדער... אבער ביי לשונות העמים איז ער געווארן א "משלנו"....

"שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך", איז א הלכה אדער א שיינע מימרא?

ס'איז באמת א היבש צומישטער נושא, ווער עס קען צוגעבן קלארקייט דערצו, אדרבה, נעמטס דעם ווארט!
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יולי 04, 2012 12:35 pm

"מסורה" איז פון די מושגים וועלכע ווערן שטארק אביוזד. מיר האבן מסורה איבער וועלכע עופות צו עסן, אבער נישט וואספארא הכשרים צו נוצן. מיר האבן מסורה איבער וואספארא נוסח התפילה צו נוצן, אבער נישט מיט וואספארא הוט צו גיין. מיר האבן מסורה איבער דעם נוסח פון תנ"ך, אבער נישט וויאזוי צו לערנען אין חדר.

דער פסוק אין משלי "שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך" באדייט, לויט רש"י אויפ'ן פלאץ, אז מיר דארפן היטן די תורה ("מוסר אביך"), און די מצוות דרבנן ("תורת אמך"). אנדערע מפרשים האבן אנדערע פשטים, אבער לכו"ע מיינט עס נישט אז יעדער מענטש מוז נאכטאנצן זיינע עלטערן.

אין דער גמרא אין פסחים ווערט געברענגט אז ר' יוחנן האט גענוצט דעם פסוק אלס אן אסמכתא אויף נאכגיין די חומרא פון די עלטערן פון די בני ביישן לגבי גיין אין שוק אין ער"ש. אבער למעשה איז דאס נישט פשט אין פסוק, און איז דארטן גענוצט געווארן בלויז אין דעם פאל וואס עס איז געווען דער מנהג המקום (די הלכה וואס די משנה דערמאנט דארטן). "אביך" און "אמך" ווערט אין ערגעץ נישט אפגעלערנט ווי אן אינדיווידועלן טאטן אדער מאמען. עס מיינט אדער דער אויבערשטער און כנסת ישראל (ווי רש"י אין משלי), אדער "עלטערן" - בלשון רבים - וועלכע האבן קובע געווען א מנהג המקום (ווי גמ' פסחים).
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך יולי 04, 2012 12:52 pm

נאך מער, אין ברכות שטייט
ברכות ל"ה ע"ב האט געשריבן:אין אמו אלא כנסת ישראל שנא' (משלי א, ח) שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך

זעט מען אז די גמרא ברענגט אפילו א ראי' אז אמך מיינט כנסת ישראל פון דעם פסוק.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 04, 2012 1:16 pm

יענקעל איז גערעכט, אז מסורה באציעט זיך בנוגע עופות טהורים וכו',

כ'וועל מסביר זיין זיינע ווערטער אביסעל ברייטער.
ווילאנג די גמרא איז נישט געדריקט געווארן, איז אלץ וואס שטייט דארט געווען "מסורה", פאר די וואס גלייבען אז חז"ל האבן געהאט מקובל עד משה מסיני אופני דרשת הפסוקים (א סוגיא פארזיך ווי אזוי ס'האט זיך געשאפען מחלוקת אינהאלב די מסורה, רב דסלר איז זייער קלאר אינדעם, ואכמ"ל), זינט דאן, זענען נאר זאכן וואס זענען געווען מקובל און ס'איז נישט געדרוקט געווארן, אריין אינעם כלל פון מסורה.
פרישע מנהגים און כ"ש פרישע מעשיות, וואס איז נישט מקובל עד משה מסיני, האט קיין שייכות נישט צו מסורה.

און וויבאלד משה רבינו איז לכאורה נישט געגאנגען מיט א קרויס הוט אדער א דזשי ענד דזשי רעקל, און האט לכאורה געבראקט, ועוד, א"כ אין לנו אלא תורה משה.

והדא הוא דכתיב: זכרו תורת משה עבדי.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יולי 04, 2012 1:27 pm

אז קאווע טרינקער רעדט וועגן געבראקטס, לאמיך קלאר מאכן נאך א טעות. דאס וואס איז אנגענומען אז אויב איינער וואקסט אויף אין א שטוב וואו מען בראקט נישט אום פסח טאר ער אויך נישט בראקן האט גארנישט מיט מסורה. עס איז בלויז א דין אין הל' נדרים, אז מ׳האט זיך געפירט מיט א מנהג לאנגע יארן (ווי עס איז נאטורליך ווען מען וואקסט אויף אין א שטוב וואס פירט זיך אזוי), האט עס א דין ווי א נוהג מנהג טוב ג' פעמים ולא אמר ׳בלי נדר׳, און עס איז כאילו ער האט געמאכט א נדר זיך אייביג אזוי צו פירן.

אבער ווי די הלכה איז אין יו"ד הל' נדרים קען מען מאכן התרת נדרים, און ווי הג"ר משה פיינשטיין פסק'נט אין אג"מ איז נישטא קיין שום פראבלעם פאר א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן מיט אן איסור אויף געבראקטס צו מאכן התרת נדרים אויף דעם, און אנפאנגען צו עסן געשמאקע מצה-קניידלעך ביים סדר.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 04, 2012 3:34 pm

איך וועל נישט אריינקריכן אין געבראקטס אום פסח, איך האב זייער ליב פסח ווי אזוי עס איז, אן די אלע צוגעהערן, די מצה מיט די פאטעטעס און אייער האט ביי מיר אזא געשמאקע טעם, אז איך דארף גארנישט מער. פון מיר אויס זאל פסח זיין נאך 2 חדשים, ווער דארף פיצא?

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עטליכע חומרות מיט וועלכע מיין פאטער האט זיך געפירט אום פסח - באמת א איד פון פאריגן דור מיט אלע מפרשים, ווי כל המרבה בחומרות הרי זה משובח - האט אונז געזאגט אלס בחור, אז כאטש ביי זיך אינדערהיים הייסט ער די בחורים זיך פירן אין זיינע דרכים, אבער נאך די חתונה קענען מיר טוישן אויב מיר ווילן, כאטש ער וועט הנאה האבן אז מיר גייען אויף זיינע וועגן, וועט ער אבער פארשטיין. (כאטש ער האט מיר איינמאל אריינגעווארפן אז איך וועל נאך זיין א "תוהה על הראשונות"...)

רוב זאכן האב איך ב"ה נישט געדארפט טוישן, נאר אדרבה, כ'האב עס מקבל געווען מרצון, אבער עטליכע זאכן וואס רוב וועלט פירט זיך שוין אנדערש האב איך יא געמוזט ברעכן. למשל מאכן קידוש פאר תקיעת שופר. גיי פרעג מיין טאטן פארוואס אין דער וועלט ס'האט אים געבאדערט אז די קינדער מאכן קידוש. כ'האב געמוזט פאסטן ביז 5:00 יעדן ראש השנה. און כדי נישט צו דארפן קוקן אויפן זייגער נערוועזערהייט און ווארטן צו ענדיגן מוסף אן כוונה, האב איך באשלאסן נאך די חתונה אז ס'איז ריכטיגער יא צו מאכן קידוש און געהעריג מכוון זיין מוסף מיט א רואיגקייט.

רעדנדיג פון ר"ה, איז נישט נאר בינעך געווען הונגעריג ווי א בער, נאר אויך מיד ווי א בער בעפארן ווינטער שלאף. ביים עלות האט מען אונז ארויסגעריסן פון בעט אן קיין טענות ומענות, און אויב האט מען איינגעדרימלט ביים דאווענען האט מען געכאפט א רוק אז ס'איז פארגאנגען דער אפעטיט פון דרימלען נאכאמאל.... כאילו איך האב מיך געקענט איינהאלטן. גיי פארשטיי פארוואס יונגע קינדער אונטער די בר מצוה, וואס פארשטייען נאך נישט צו די לאנגע דאווענענ'ס פון די ימים נוראים, דארפן זיצן הונגעריג און מיד א גאנצן טאג אין ביהמ"ד. און איינער וויל נאך איך זאל ליב האבן די ימים נוראים?

נאכן דורכטון די זאך, און טרעפנדיג אז יש לנו על מי לסמוך, שטיי איך מער נישט אויף ביים עלות. און אודה ו(לא)אבוש, איך קום אסאך מאל אן ראש השנה כמעט ביי נשמת... (דאס זאג איך שוין נישט אויס פאר מיין טאטן... נאך דאס פעלט מיר אויס...), אבער פון דעמאלס, ביז מען גייט אהיים, האלט איך מיט דאס דאווענען מיט א חיות, און האפענטליך בעהט איך זיך אויס א גוט יאר....

כ'בין אפשר פארקראכן, אבער כ'האב נאר געוואלט אנצייגן ווי איך האב געטוישט עטליכע זאכן אין די מסורה, און אנדערע זאכן נישט, און אויך דאס אז ע"פ רוב האט מיין טאטע געזאגט אז נאך די חתונה קענען מיר טון אנדערש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום דאנערשטאג יולי 05, 2012 2:12 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יולי 04, 2012 4:16 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עטליכע חומרות מיט וועלכע מיין פאטער האט זיך געפירט אום פסח - באמת א איד פון פאריערדיגן דור מיט אלע מפרשים, ווי כל המרבה בחומרות הרי זה משובח - האט אונז געזאגט אלס בחור, אז כאטש ביי זיך אינדערהיים הייסט ער די בחורים זיך פירן אין זיינע דרכים, אבער נאך די חתונה קענען מיר טוישן אויב מיר ווילן, כאטש ער וועט הנאה האבן אז מיר גייען אויף זיינע וועגן, וועט ער אבער פארשטיין.

דער טעות פאנגט זיך אן דא. דיין טאטע דארף דיר נישט "מתיר" זיין נישט נאכצומאכן זיינע חומרות. דו ביסט נישט זיין עבד און ער איז נישט דיין אדון.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 04, 2012 4:28 pm

אבער לויט דיינע ווערטער אויבן איז דאך עס ממש ווי א נדר, און א טאטע אויף זיין קינד האט דאך א כח צו מתיר נדר זיין, ווי מיר גייען אי"ה לערנען בקרוב אין פר' מטות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך יולי 04, 2012 4:49 pm

מען איז גערעכט אז מנהגים און מסורה זענען אנדערע מושגים וואס ווערען אויס געמישט.
עם כל זה, האבען מנהגים אן הלכה'דיגן תוקף, אויב עס האט א מקום אין הלכה. אויב נישט איז עס נישט קיין מנהג און מען מעג עס ברעכען.

דא לאזט מען זיך אבער אריין אין א שווערע לאך, ווייל מען קען אנהייבען זיך מפלפל זיין ווען עס הייסט א מקום אין הלכה.
דא האט מען דערמאנט געבראקס,
שלאפען ראש השנה
קידוש מאכען פאר תקיעת שופר.

לא ראי זה כראי זה. גאנץ אנדערע ענינים. געבראקס איז א חומרה וואס איז געבויט אויף א חשש וואס האט באמת נישט קיין מקום אין הלכה, דאס הייסט אויף א חשש אז עס איז איבער געבליבען מעל וכו', איז אין הלכה נישטא קיים מקום להחמיר. אבער איינער קען טענה'ן אז עס האט יא א מקור, ווייל אין די גמרא שטייט וכו',.

שלאפען ראש השנה, איז א כל בו בשם הירושלמי וואס איז נישטא, און עס ווערט געברענגט אין שו"ע, וואס איז דאס? ווי אזוי ווערט דאס באהאנדלעט? יא מקום נישט מקום? בכלל קען איינער זאגען מיר איז בעסער אז די מזל שלאפט............

קידוש מאכען פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1633 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג יולי 06, 2012 11:03 am

'מסורה' ווערט ביעקר געניצט כדי צי משכניע זיין דער מענטש צי טאן זאכאן וועס זענען נישט שכל'דיג אין אסאך מאל נישט אויסוגעהאלטןו.
די אלע עבודה זרה'ס וואס איז דא היינט איז אדאנק מסורה דער קריסט אדער מאסלים איז פשוטגעטריי צי זיין טאטעס מסורה, ער איז נישט משנה א קיצי של יוד אדער זיז כל שהוא. וואלטן זיי געטראכט אביסל וואלטן זיי נישט געקימען צי די החלטה אז אותו האיש איז געפלויגן אין די ליפטן אין געמאכט מויפתים ,אדער אז גאט האט פארברענגט מיט מחמד.
אלוהים עשה את האדם ישר ,אויף גיטע זאכן דארף מען נישט 'מסורה' א מענטש פארשטיי אליין וואס איז אויסגעהאלטן.
מען דארף אויסרייסן די מוסג 'מסורה' וואלטן סאך מער מענטשן איינגעזען דעם אמת אז ה' הוא האלוקים.
איי מענטשן וואלטן געגעסען אויבערלענדערס לעדי פינגרס אדער שמערלינגס טשאקלעד אין פסח ,סאיז נאך אלץ כדי .
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך קלוג און יונג » פרייטאג יולי 06, 2012 2:21 pm

פשוט פשט 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך' מיינט נישט דעס און נישט דעס.
ס'מיינט נישט נאכגיין א טאטענס מסורה, און נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל

פשוט מיינט עס, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון דיין טאטען, אז ער זאגט דיר פאר נישט העכער די ספיד לימיט, פארוואס האסטו אינוועסטירט אינעם סטאק מארקעט ווען די הייבסט נישט אהן צו וויסען ווי אזוי טרעדינג גייט צו.
'נויג נישט אפ פונעם לערנען פון דיין מאמע, ווייל זי לערנט דיך זאכען וואס זענען געווענליך (religion not withstanding( יסודות'דיג און זייער נוצבאר. רעדן איידל, מענערס ביים טיש, זיין צאםגענומען, sharing,אוסקומען מיט פריינד.

די פסוק האט אויבנאויף קיין שייכות מיט
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג יולי 06, 2012 2:37 pm

קלוג און יונג האט געשריבן:פשוט פשט 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך' מיינט נישט דעס און נישט דעס.
ס'מיינט נישט נאכגיין א טאטענס מסורה, און נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל

פשוט מיינט עס, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון דיין טאטען, אז ער זאגט דיר פאר נישט העכער די ספיד לימיט, פארוואס האסטו אינוועסטירט אינעם סטאק מארקעט ווען די הייבסט נישט אהן צו וויסען ווי אזוי טרעדינג גייט צו.
'נויג נישט אפ פונעם לערנען פון דיין מאמע, ווייל זי לערנט דיך זאכן וואס זענען געווענליך (religion not withstanding) יסודות'דיג און זייער נוצבאר. רעדן איידל, מענארס ביים טיש, זיין צאמגענומען, sharing, אויסקומען מיט פריינד.

א שיינער באלעבאטישער פשט און פארמאגט מסתמא אן אמת אויך, אבער צו זאגן אז עס "מיינט נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל" אין דער צייט וואס רש"י און די גמרא זאגן קלאר יא אזוי, איז אביסל, אממ... איך ווייס נישט וואס...
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג יולי 06, 2012 2:57 pm

קלי וקלי דברי...
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג יולי 06, 2012 3:57 pm

יאנקל האט געשריבן:
קלוג און יונג האט געשריבן:פשוט פשט 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך' מיינט נישט דעס און נישט דעס.
ס'מיינט נישט נאכגיין א טאטענס מסורה, און נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל

פשוט מיינט עס, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון דיין טאטען, אז ער זאגט דיר פאר נישט העכער די ספיד לימיט, פארוואס האסטו אינוועסטירט אינעם סטאק מארקעט ווען די הייבסט נישט אהן צו וויסען ווי אזוי טרעדינג גייט צו.
'נויג נישט אפ פונעם לערנען פון דיין מאמע, ווייל זי לערנט דיך זאכען וואס זענען געווענליך (religion not withstanding( יסודות'דיג און זייער נוצבאר. רעדן איידל, מענערס ביים טיש, זיין צאםגענומען, sharing,אוסקומען מיט פריינד.

א שיינער באלעבאטישער פשט און פארמאגט מסתמא אן אמת אויך, אבער צו זאגן אז עס ״מיינט נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל״ אין דער צייט וואס רש״י און די גמרא זאגן קלאר יא אזוי, איז אביסל, אממ... איך ווייס נישט וואס...

בראשית איז טייטש 'אידן' בישביל ישראל שנקרא ראשית. אזוי זאגט רשי אין חז''ל ,בראשית - אנפאנג איז א בעלבתישע פשט אין אפשר אמת אויך.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » מוצ"ש יולי 07, 2012 10:39 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
נאכן דורכטון די זאך, און טרעפנדיג אז יש לנו על מי לסמוך, שטיי איך מער נישט אויף ביים עלות. און אודה ו(לא)אבוש, איך קום אסאך מאל אן ראש השנה כמעט ביי נשמת... (דאס זאג איך שוין נישט אויס פאר מיין טאטן... נאך דאס פעלט מיר אויס...), אבער פון דעמאלס, ביז מען גייט אהיים, האלט איך מיט דאס דאווענען מיט א חיות, און האפענטליך בעהט איך זיך אויס א גוט יאר....

כ'בין אפשר פארקראכן, אבער כ'האב נאר געוואלט אנצייגן ווי איך האב געטוישט עטליכע זאכן אין די מסורה, און אנדערע זאכן נישט, און אויך דאס אז ע"פ רוב האט מיין טאטע געזאגט אז נאך די חתונה קענען מיר טון אנדערש.


כ'געדענק נישט וואו עס ווערט געברענגט, אבער כ'האב אויך געטון דערין און כ'האב געזעהן זייער שארף איבערן שלאפן ר"ה צופרי, איבערהויפט די ערשטע דריי שעה פון דעם עלות, וואס עס שטייט שוין אין די גמרא אז אין די שעות איז דער רבש"ע דן.

נאך חצות איז מער אנגענומען לקולא.
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » מוצ"ש יולי 07, 2012 10:44 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:
קידוש מאכען פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.


נישט נאר דאס נאר הלכה׳דיג דארף מען בלאזן שופר לכתחילה פאר חצות. קומט אויס אז אלעס איז ממש איינגעפירט געווארן קעגן די הלכה... וויבאלד מען וויל אויסציען דאס דאווענען. און במילא - מיר זענען דאך נאר מענטשן.. מאכט מען קידוש פאר תקיעת שופר...

אבער דאס קען שוין באמת אריין גיין אין גאנץ א נייע קאטעגאריע וואס נעמט אויך אריין דאווענען שבת צופרי נאך סוף זמן תפילה וכדו׳..
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך זר זהב » מוצ"ש יולי 07, 2012 10:47 pm

דער אייבירשטער איז דן ר"ה צופרי לויט'ן ניו יארקער זייגער אדער אר"י ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4203 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג יולי 09, 2012 5:20 pm

פארשידענע מושגים אין מסורה, ווי עס איז פארטייטשט אין מיין dictionary.

"מסורה"

מסורה:
א צוואנגס מיטל צו טערעראזירן א קהל/מוסד/ציבור צו אדאפטירען אן עקסטרעמר שגעון קעגן איר ווילן

אופני שימוש:
שלאגווארט, פאשקעווילן/קו"ק'ס

ג'יאוגראפיא:
צפון ברוקלין (עפי"ר)



סוב טייטל

מסורת אבות:
א שקר וואס דארף אנגעבליך פארשווייגן א תמימות'דיגע קשיא פון א קינד צו זיין טאטע ווען עס האט נישט באמת קיין ענפער

אופני שימוש:
פסח ביים סדר, צוואה, לבוש, לאנגע שייטל

ג'יאוגראפיא:
חסידי אונגארן, חסידי גאליציע, עימיש




מסורת אבותינו ורבותינו:
אן באבע תירוץ אויף הנהגות וואס שטימען נישט מיטן שו"ע/מציאות/שכל אנושי/היסטוריא/ראשונים ואחרונים/מנהג

אופני שימוש:
הלכה למעשה, תורה בלעטער, ליקוטים ספרים

ג'יאוגראפיא:
איך און דו, מיין טאטע און דיין טאטע, דיין קרייז און מיין קרייז, כמוני כמוך כעמי כעמך כסוסי כסוסיך.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך יולי 11, 2012 6:28 am

דא האב איך געשריבען בנוגע די השתלשלות איבער קטניות,
viewtopic.php?f=13&t=370

אסאך פון אונזער היינטיגע "איסורים", האט זיך אנגעהויבען וואס א פריעדיגע האט פארצייכענט,
דער נעקסטע האט גענומען דער חומרא פאר זיך,
דער דריטע האט געשריבען אז פלוני האט זיך אזוי געפירט,
דער גאנצע שטאט האט זיך אזוי געפירט, עס ווערט א חומרא,
ס'ווערט נתפשט,
עס ווערט יש אומרים אזוי ויש אומרים אזוי
ממוז אזוי טוהן,
עס ווערט הלכה
דער וואס טוט אנדערש...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2668
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1793 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך יולי 11, 2012 10:38 am

א גוטע דוגמא איז די איסור הושטת חפץ לאשתו אין יו"ד סימן קצה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט א תלמיד פון רש"י וואס האט זיך פארצייכנט אז "רש"י היה נזהר בזה".
עס איז געגאנען ווייטער מיט ראשונים וועלכע האבן געשריבן (געבויעט אויף רש"י'ס חומרא) אז וטוב ליזהר בזה, א טור וועלכע האט דאס שוין גענומען פאר א דעה, עס איז געווארן א הלכה און די דרכי משה ברענגט שוין אראפ אז אפילו אריבער ווארפן א חפץ איינער צום צווייטן איז אסור, און עס איז א שמועס אין די שפעטערע תשובה ספרים צו ווען מ'ווארפט סתם ארויף און ווען ס'קומט אראפ כאפט עס די פרוי, איז יא מותר.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יולי 11, 2012 1:04 pm

יאנקל האט געשריבן:"מסורה" איז פון די מושגים וועלכע ווערן שטארק אביוזד. מיר האבן מסורה איבער וועלכע עופות צו עסן, אבער נישט וואספארא הכשרים צו נוצן. מיר האבן מסורה איבער וואספארא נוסח התפילה צו נוצן, אבער נישט מיט וואספארא הוט צו גיין. מיר האבן מסורה איבער דעם נוסח פון תנ"ך, אבער נישט וויאזוי צו לערנען אין חדר.
דער פסוק אין משלי "שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך" באדייט, לויט רש"י אויפ'ן פלאץ, אז מיר דארפן היטן די תורה ("מוסר אביך"), און די מצוות דרבנן ("תורת אמך"). אנדערע מפרשים האבן אנדערע פשטים, אבער לכו"ע מיינט עס נישט אז יעדער מענטש מוז נאכטאנצן זיינע עלטערן.
אין דער גמרא אין פסחים ווערט געברענגט אז ר' יוחנן האט גענוצט דעם פסוק אלס אן אסמכתא אויף נאכגיין די חומרא פון די עלטערן פון די בני ביישן לגבי גיין אין שוק אין ער"ש. אבער למעשה איז דאס נישט פשט אין פסוק, און איז דארטן גענוצט געווארן בלויז אין דעם פאל וואס עס איז געווען דער מנהג המקום (די הלכה וואס די משנה דערמאנט דארטן). "אביך" און "אמך" ווערט אין ערגעץ נישט אפגעלערנט ווי אן אינדיווידועלן טאטן אדער מאמען. עס מיינט אדער דער אויבערשטער און כנסת ישראל (ווי רש"י אין משלי), אדער "עלטערן" - בלשון רבים - וועלכע האבן קובע געווען א מנהג המקום (ווי גמ' פסחים).

אקארשט האב איך געזען אז איך האב צוגעטראפן צו הג"ר חיים קאניעווסקי שליט"א בספר "דעת נוטה" הל' ציצית (דף לז):
RCK.JPG
RCK.JPG (15.34 KiB) געזען געווארן 4013 מאל

RCK2.JPG
RCK2.JPG (16.76 KiB) געזען געווארן 4013 מאל

זעענדיג אז ר' חיים צייכנט צו צום חוות יאיר האב איך מיר דערמאנט אז איך האב עטליכע יאר צוריק געזען א ספר מיט'ן נאמען "שמח בחור" וואס פארדרייט די כוונה פון דעם חוות יאיר, ווי ער זאל זאגן אז א זון איז יא מחויב נאכצוטאנצן דעם טאטן. הספר אינו תחת ידי כעת קען איך נישט נאכברענגען פינקטליך וואס ער זאגט.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג יולי 12, 2012 8:28 pm

און אז מ'רעדט שוין פון קטניות האב איך אן אינטערסאנטער מעשה דערוועגן

דעם פארגאנגענם פאר פסח האב איך געשמוסט מיט א רב, א גרויסע רב א בעל מכשיר, די שמועס איז געווען וועגן א פראדוקט וואס האט נישט קיין שום חשש תערובות חמץ נאר אפשר קטניות. אזוי שמועסעדיג אהין און צוריק געב איך א פרעג דעם רב, between me and you, דו ווייסט פונקט ווי מיר אז ס'איז נישט דא קיין שום פראבלעם פסח צו עסן תערובות קטניות, איז וואס איז די גאנצע משא ומתן דא ??

און הערט אן ענפער פון א רב

"דו דארפסט פארשטיין, ווייסדאך, אז קיין שום ייד וויל נישט עסן פסח עפעס וואס האט קטניות דעראין"

עכל"ק

פארוואס זאג איך דאס אייך ?

ווייל אין 400 יאר ארום, ווען חוקרים וועלען איבערדרייען די וועלט נאכצוגיין פון וואו שטאמט דער הארבער איסור אויף א חשש תערובות קטניות, זאלן זיי זיך אויך אנשטויסן אין מיין מעשה'לע, און וויסן וויאזוי זאכן פלעגן אמאל געבוירן ווערן אין די אלטע צייטן.

בנוסף לזה ווייס איך פון א משפחה וואס די באבע דארט איז א פרומע ווי גאט'ס נשמה אליין, זי לאזט נישט פסח האלטן אין שטוב קיין שום קטניות, בל יראה ובל ישמע, זי נעמט עס פון ערגעץ נישט, א פראסטע עם הארצות, אבער דאך טראגט זי די הויזן אין שטוב.

איך ווייס נישט ווי ווייט אירע קינדער האלטן דעם מנהג של שטות, אבער אויב וועט אמאל, מיט יארן ארום, זיין א דבר פשוט אז קטניות איז חייב בביעור פונקט ווי חמץ, here you go. ווייל ווי די טבע היינט גייט, איז א חומרא -ווי זינלאז זי זאל נאר נישט זיין- אן אנשטעקעדיגע מגפה, יעדער פרובירט צו כאפן די חומרות פון יעדעם נישט צו פארבליין אונטערשטעליג חלילה. און אזוי וואקסט די תורה גרעסער און גרעסער און נאך גרעסער, ביז איין טאג ווען די רעקל וועט איר פלאצן והצגתיה ערום כיום הוולדה ובא לציון גואל בב"א.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג יולי 16, 2012 2:03 am

מ׳דארף ווען מאכן אן עקסטערן אשכול וועגן די לעכערליכע חומרות אין פסח וועלכע שטאמען אנגעבליך פון ״מסורה״. אפילו אויב מיר זאלן בלינדערהייט נאכטאנצן אמאליגע אומרעלאוואנטע חומרות איז בכלל נישט עולה על הדעת אז מ׳זאל מחמיר זיין בכפל כפליים. צום ביישפיל, דער גאנצער ענין פון זיך נישט מישן אום פסח איז היינט כמעט נישט נוגע, ווייל די אמאליגע חומרא איז הויפטזעכליך געווען אויף מאכלים וועלכע זענען געמאכט געווארן אום יו״ט, וויבאלד דעמאלס ווערט דאך נישט בטל בשישים, כמבואר באו״ח סי׳ תמ״ז. היינט, לפי ידיעתי, ווערן אלע אבערלאנדער קוקיס געבאקן פאר פסח, ויאכלו ענוים וישמחו בשמחת יו״ט.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » מאנטאג יולי 16, 2012 2:11 am

די אלע חומרות זענען אזוי ווי לעיערס פון א צוויבל. יעדע דור לייגט צו נאך א לעיער און פאר די נעקסטע דור איז עס שוין מסורה. ומכאן קריאה יוצאת: ווען מ'נעמט אן א נייע חומרא אדער מנהג דארף מען אנווארענען די קינדער זאלן נישט נאכטון. ווייל אז נישט וועלן זיי דאך מיינען אז ס'איז א מנהג און אז זיי "מוזן" עס טון. פארוואס זאל מען סתם שווער מאכן אידישקייט פאר זיי? ווייל דו האסט א געשמאק אין די חומרא מיינסטו אז אלע דיינע דורות וועלן האבן אין דעם א געשמאק? ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפעל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנאנ
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יולי 16, 2012 11:33 am

געב עס אפאר דורות וועסטו האבן אן אכשול דא דן צו זיין די טאשע טאמאטע דיפ וואס מ'לייגט מער קנאבל, לעומת די צאנזע חריף ווי מ'איז זיך נוהג צו לייגען מער האלאפיניא'ס, און דער צאנזער רב פלעגט עס טאקע אליין צוגרייטן, און ער פלעגט אריינלייגן אזוי פיל פעפער אזש די עולם האט זיך אפגעבריעט נאר פון קוקען אויף דעם, און ער פלעגט אריינלייגען אזא עבודה אין דעם, חסידים פלעגען נאכדערציילן...
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 5 געסט