ס'איז טאקע תשע"ו אבער ס'איז די זעלבע מן וואס פאלט פון הימל!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

ס'איז טאקע תשע"ו אבער ס'איז די זעלבע מן וואס פאלט פון הימל!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת יתרו
ברכו במן וקדשו במן..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין אונזער שמועס פון פרשת בא האבן מיר בסייעתא דשמיא זוכה געווען אויסצושמועסן דער ענין פון "ויתן ה' את חן העם בעיני מצרים" הקב"ה האט באגאסן די אידישע קינדער מיט א געוואלדיגע חן און די מצריים וואס בעצם זענען זיי געווען עם ישראל'ס גרעסטע שונאים, די וואס ארבעטן שוין יארן אונטערצודריקן דעם אידישן פאלק אט זיי אליין נעמען זיך פלוצלינג בארגן גאלד און זילבער מיט די גרעסטע געשמאק, און דערמיט ווייזט השי"ת פארן מענטש אז אלעס וואס איז נאר פארהאן אויף די וועלט איז ביד ה', און ס'איז נישט פארן מענטש צו מאכן/פירן חשבונות פון ווי דער הצלחה וועט יא אדער נישט קומען, השלך על ה', מיט א קליין ביסל חן פון הקב"ה געבט זיך אלעס א דריי איבער און דער לעצטער מענטש וואס מיר וואלטן אמאל געחולמט אז ער וועט זיין דער וואס וועט העלפן - ווערט דער וואס ברענגט די ישועה... לאמיר ממשיך זיין און זיך פארטיפן אין דעם ענין און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

נאך וואונדערליכע מכות און דער שפאלטונג פונעם ים, געזינגען און געשפירט דעם זה אלי ואנוהו איז דער גרויסע טאג אנגעקומען, דער גרויסע מעמד ווי מיליאנע אידן זענען געשטאנען האנט ביי האנט כאיש אחד בלב אחד, געהערט און געזעהן ווי בורא עולם אליין געבט איבער די תורה הקדושה פאר זיינע באליבטע קינדערלעך, און ווי נאר די אידישע קינדער האבן געהערט אלעס וואס ס'שטייט אין די הייליגע תורה האבן זיי מיט א שמחה אויסגערופן און מקבל געווען אויף זיך "נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע", איז יעצט טייערע ברידער לאמיר זיך נישט פארזוימען נאר גלייך גיין למעשה און באטראכטן איינע פון די געוואלדיגע מצות וואס עם ישראל האט ביי דעם גרויסן מעמד באקומען "שבת קודש", די פסוק זאגט זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ, שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲבֹד וְעָשִׂיתָ כָּל מְלַאכְתֶּךָ, וְיוֹם הַשְּׁבִיעִי שַׁבָּת לה' אֱלֹקֶיךָ... עַל כֵּן בֵּרַךְ ה' אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת וַיְקַדְּשֵׁהוּ... – רש"י הקדוש ברענגט די מכילתא "ברכו במן וקדשו במן" – שבת קודש איז געבענטשט און געהייליגט געווארן מיט די מן, ווי פארשטענדליך דארפן די הייליגע ווערטער א ביאור, נו אז חז"ל הקדושים נעמען אונז צוריק צום פרשת המן פארלאנגט זיך פון אונז צוריק אויפצומישן דעם געוואלדיגן פרשת המן און זיך דערין פארטיפן.

דערנאך וואס די אידישע קינדער זענען געבענטשט געווארן מיט די מן זאגט די פסוק (טז טו) וַיִּרְאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֹּאמְרוּ אִישׁ אֶל אָחִיו מָן הוּא כִּי לֹא יָדְעוּ מַה הוּא וַיֹּאמֶר משֶׁה אֲלֵהֶם הוּא הַלֶּחֶם אֲשֶׁר נָתַן ה' לָכֶם לְאָכְלָה – די אידישע קינדער האבן געזעהן (די זאך וואס ליגט אויסגעשפרייט אויף די ערד) האבן זיי געזאגט איינער צום צווייטן 'אנגעגרייטע שפייז איז דאס' ווייל זיי האבן נישט געוויסט וואס דאס איז, האט משה רבינו זיי געזאגט דאס איז ברויט וואס השי"ת האט געגעבן פאר אייך צו עסן. ווען מען לערנט די פסוק פרעגט זיך וואס זאגט משה רבינו פאר די אידישע קינדער? זיי האבן שוין צווישן זיך געזאגט איינער פארן צווייטן אז ס'איז אנגעגרייטע שפייז, וואס לייגט אונזער רבי צו מיט דעם וואס ער זאגט אז דאס איז די ברויט וואס הקב"ה האט געגעבן צו עסן?

די קומעדיגע מעשיות זענען אמתע וואס מיר האבן פרעזענליך געהערט פון די בעלי המעשה, כאטש אז איעדער פון אונז וואס מאכט נאר א טראפל אויף די אויגן קען אליין פארציילן צענדליגע אזעלכע, טוען מיר פארציילן די צוויי טאקע מיטן ציל אויפצומאכן אונזערע אויגן אז אלעס ארום אונז ווערט געפירט מיט א געוואלדיגע אויסטערלישע השגחה פרטית דורך דער מלך העולם. (די נעמען און דיטאלן זענען פארטוישט).

ר' לייבל א באקאנטע געלונגענע ביזנעסמאן זיצט זיך אין זיין אפיס אינגאנצן שאקירט און פארטראכט פלוצלינג שרייט ער פון הארץ ארויס "אה געוואלדיג! ס'איז פארהאן א בורא עולם אויף די וועלט"! – צו די וואונדערליכע בליקן וואס זיינע קאלעגן געבן אים, זאגט ער: לאמיך ענק דערציילן וואס דא איז פארגעקומען. די חברה מאכן זיך באקוועם און לייבל דערציילט: מיט בערך א צען יאר צוריק האב איך אפגעקויפט א גרויסע בילדינג אויף מאנטראס עוועניו, איך מיין אז א חלק פון אייך ווייסן פון וועלכע בנין איך רעד, אויב זענט עטץ אמאל דארט אריבערגעפארן ווייסט איר אז גלייך נעבן מיר איז פארהאן נאך א גרויסע נאכגעלאזטע ברוינע בנין, דארט וואוינען בערך א זעכצן צו צוואנציג פאמיליעס, אבער נישט פשוטע חברה ס'האנדלט זיך פון גאר נידריגע עלעמענטן וואס במשך די יארן האב איך זיך אסאך אנגעליטן פון זיי, אין אנהייב האב איך ניטאמאל געקענט פארדינגען דירות אין אונזער בנין ווייל קיינער האט נישט געוואלט קומען אויף יענעם גאס, בקיצור כ'האב אסאך שאדן געהאט פון זיי, כסדר פלעג איך פרובירן פארהאנדלן מיט זיי מיטן ציל אפצוקויפן דעם גאנצע בנין און אזוי ארום צוביסלעך פארבעסערן דעם צושטאנד אויפן גאס און פונעם געגנט, אבער כ'האב געטאפט א וואנט, כל הון דעלמא האב איך זיי צוגעזאגט אבער די חברה האבן זיך נישט געלאזט און כסדר אפגעווארפן מיין פארלאנג, איך האב געשיקט שכנים פון די גאס, געלערנטע אגענטן אבער ס'איז בשום אופן נישט געגאנגען, זיי האבן נישט געוואלד פארקויפן.

ר' לייבל איז ממשיך און דערציילט: מיט יארן צוריק נאך פאר עטץ זענץ געבוירן געווארן (ווייזנדיג מיטן פינגער אויף בערי און שראלי), כ'וואלט געזאגט אז ס'איז געווען א קנאפע זעקס אין צוואנציג יאר צוריק האב איך פארמאגט א באס קאמפאני, יא יא כ'האב אנגעהויבן מיט אַן אלטע באס קאמפאני, בימים ההם א באס קאמפאני איז נישט געווען ווי היינט, מיר האבן געהאט א פלאטע פון אלטע אפגעניצטע באסעס, איעדן דריטן טאג איז א באס געגאנגען שלאפן און כ'האב כסדר געדארפט קויפן נייע ס'געווען פיינע צייטן אוי האב איך שווער געארבעט... די אלע פאַרטס (חלקים) וואס מען פלעגט ארויסנעמען פון די באסעס פלעג איך פארקויפן פאר גוט געלט, כ'האב געהאט אזעלכע חברה וואס פלעגן אריין קומען אין גאראדזש זיכן די אלע שטיקער, צווישן זיי איז געווען א ערל כ'האב ניטאמאל געוויסט פונקטליך ווי אזוי ער הייסט ער פלעגט קומען נעמען פארקויפן באצאלן און פערטיג, ויהי היום ער האט גענומען פארקויפט אבער עפעס האט זיך געמאכט און ער האט נישט געהאט צו באצאלן און אזוי האט ער אנגעפאנגען שלעפן פון איין טאג איז געווארן צוויי און אזוי ווייטער, אבער טראץ דעם וואס ער האט נישט געהעריג באצאלט האב איך אים ווייטער געגעבן סחורה פשוט ווייל ער פלעגט כסדר קומען וויינען און זיך פארענטפערן כ'האב אייביג געהאפט אז ער וועט האבן, פון צייט צו צייט האט ער אריין געווארפן דא א דאללער און דארט א דאללער אבער נישט געהעריג, עטליכע יאר שפעטער האב איך מיט מיין שותף ר' זלמן זאל זיין געזונט מחליט געווען אז דאס איז עס און מיר האבן פארמאכט דעם געשעפט, כאטש אז דער ביזנעס איז שוין נישט געווען פלעג איך אבער איעדן שטיקל צייט אויפהייבן א טעלעפאון צו דעם ערל און אים דערמאנען אז ס'איז נאך פארהאן א אומבאצאלטן באלאנס און אז ער איז מיר שילדיג, ער פלעגט זיך כסדר פארענטפערן מיט כל מיני אויסריידן און זיך געבעטן פאר נאך אביסל צייט... און אזוי זענען יארן יארן אדורך געלאפן.

לעצטע וואך באקום איך א טעלעפאון קאל ס'איז טשארלס דער ערל וואס איז מיר שילדיג און ער זאגט אז ער האט נישט צו באצאלן אבער ער האט פאר מיר א גוט געשעפט און מיט די פראצענטן וואס קומט אים וועט דער חוב באצאלט ווערן, זאג איך אים פיין כ'בין מסכים זאג אבער פון וואספארא געשעפט רעדסטו?! מיינע אויערן האבן נישט געגלייבט ווען ער האט געזאגט אז ער האט א "ריעל עסטיעט דיעל", נו נו פיין איך הער און נישט מער און נישט ווייניגער איז ער מיר מציע אפצוקויפן דעם בנין אויף מאנטראס עוועניו! יא דער בנין וואס איך פרוביר שוין יארן אפצוקויפן און ס'איז בשום אופן נישט געגאנגען ברענגט עס מיר א אלטע ערל איינער וואס האט מיט ריעל עסטיעט קיין שום שייכות נישט, און איך פרעג אים וואס האט ער שייכות דערמיט זאגט ער מיר עפעס א גאנצע מעשה מיט איינע פון זיינע חברים וואס קען זיך מיטן בעל הבית גלייבט מיר כ'האב ניטאמאל פארשטאנען וואס ער דערציילט, און ווען כ'האב אים געפרעגט פאר א פרייז בין איך כמעט אראפגעפאלן הערנדיג אז די פרייז איז ביליגער ווי דאס וואס איך האב זיי עטליכע מאל אנגעטראגן...

נו חברה יעצט פארשטייט איר מיין געשריי??!! ווען עפעס איז באשערט קען זיך די וועלט איבערדרייען?! הקב"ה האט מיר געוואלט ווייזן און לערנען אז דער מענטש מיינט אמאל אז ער טוט און מאכט, ער מיינט אז אלעס האט מיט זיין השתדלות צוטוען – פון הימל זאגט מען: ר' לייבל יא די וועסט באקומען דעם בנין אבער ס'וועט קומען באגלייט מיטן קלארן פארשטאנד אז אלעס ווערט געפירט אויף טריט און שריט דורך בורא עולם, 'ניין' ס'איז נישט דער מענטש וואס מאכט און טוט ס'איז אלעס הקב"ה, יא אמת אז דער מענטש דארף טוען זיין השתדלות אבער די תוצאת איז בורא עולם, א מענטש קען יארן טוען און ס'ווערט דערפון גארנישט און דערנאך קומט עפעס א אלטע ערל און ברענגט אים עס אויף א גאלדענע טאץ ווייל אזוי פירט דער מלך העולם זיין וועלט מיט א אויסטערלישע פונקטליכקייט, אסאך מאל זעט עס אויס כאילו דער מענטש ארבעט און לפי דער ארבעט אזוי פארדינט ער – ווען מען מאכט אביסל אויף די אויגן מיט אן אמת און מען באטראכט דעם בילד זעט מען קלאר אז ס'איז אלעס דעם גרויסן יד ה' וואס פירט און מאכט אלעס אין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד שסכריזין עליו מלמעלה!

טייערע ברידער, די גאנצע פרשת המן לערנט אונז אט דעם גרויסן יסוד אז הקב"ה איז דער וואס שפייזט און איז מפרנס די וועלט, יא אמת אז דער מענטש דארף טוען השתדלות אבער די תוצאות האבן נישט קיין שום שייכות מיטן שיעור וויפיל השתדלות ער טוט, ווי די תוה"ק זאגט אונז אז די אידישע קינדער האבן טאקע געמיזט ארויסגיין נעמען די מן אבער דאס איז עס - ס'איז נישט געווען קיין שום וועג צו באקומען אדער פארדינען מער אדער ווייניגער אלע האבן באקומען דאס זעלבע וְלֹא הֶעְדִּיף הַמַּרְבֶּה וְהַמַּמְעִיט לֹא הֶחְסִיר... און פאר דעם הייליגן טאג פון שבת קודש דער טאג וואס פארשטערקערט אט דעם זעלבן יסוד האט הקב"ה פאראויס געשיקט די מן און פרייטאג האבן מיר שוין באקומען פאר שבת, און דאס לערנט פאר אלע דורות אז פרנסה און מזונות איז א בלויזע מתנה וואס הקב"ה געבט אונז, ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט אונזער ארבעט, יא אמת ווי פריער געשמועסט אז מען דארף טוען עפעס א השתדלות איעדער לפי זיין מצב, אבער סוף כל סוף דארף מען געדענקן מיט א קלארקייט אז אלעס איז בורא עולם איעדער באקומט מיט די גרעסטע מאס פונקטליכקייט דאס וואס קומט אים ביז צום לעצטן ברעקל און קיינער קען נישט אוועקנעמען אדער צוגעבן אלעס איז ביד ה'...

דאס ברענגט רש"י אין אונזער פרשה "ברכו במן וקדשו במן" הקב"ה האט אונז געגעבן דעם שבת און איר געבענטשט מיט די מן וואס דאס מיינט בפשטות אז מיר זענען געבענטשט געווארן פרייטאג מיט עסן פאר שבת, אבער בעומק ליגט דא דעם יסוד וואס מיר שמועסן, הקב"ה האט געבענטשט דעם שבת מיט די מן - אדורך די מן האט הקב"ה געטוען אויפמאכן אונזערע אויגן און אונז קלאר געוויזן יא ר' איד אין דעם הייליגן טאג שטעל דיך אפ פון דיין ארבעט אין פרנסה וועל איך פארזארגן - ווייל איעדע ברעקל פרנסה-מזונות וואס די באקומסט/פארמאגסט אפילו פון דעם גאנצע וואך איז אויך א מתנה פון מיר און ווען דער איד פארשטייט דאס איז ער א געבענטשטער און א געהייליגטער!

דערמיט איז געוואלדיג דאס וואס משה רבינו זאגט פאר די אידישע קינדער הוּא הַלֶּחֶם אֲשֶׁר נָתַן ה' לָכֶם לְאָכְלָה, אמת אז זיי האבן קלאר געזעהן אז די מן איז שפייז-עסן אבער זיי האבן נישט געכאפט אז דאס איז די ברויט "וואס הקב"ה האט זיי געשיקט", און דעם יסוד זאגט משה רבינו איינמאל פאר אלעמאל: אלעס וואס איר גייט סיי ווען באקומען נישט נאר אין דעם דור נאר אויך אין די שפעטערדיגע דורות איז אלעס ברויט פון הקב"ה, ווען די ארבעטסט און די שפירסט אז דיינע שווערע ארבעט ברענגט דיר פירות זאלסטו וויסן אז ניין ר' איד ס'איז נישט דיין ארבעט וואס ברענגט 'דעם תוצאה' יא אמת אז הקב"ה האט אזוי אויסגעשטעלט די וועלט אז מען דארף דיין השתדלות און אמאל קוקט עס טאקע אויס אז ס'איז בלויז דיינע שווערע שוויצן וואס האט געברענגט די מיליאנען אבער וויסן זאלסטו אז ס'איז נישט ריכטיג און ווי נאר מען מאכט אויף די אויגן מיט אַן אמת זעהט מען קלאר אז די תוצאת איז א בלויזע מתנה פון דער מלך העולם ס'איז לחם אשר נתן ה'!

ר' משה נחמן איז באקאנט אין שטאט אלס איינער פון די שטארקע אנגעזענע נגידים, זייענדיג פון די גרויסע דעוועלעפערס און האבנדיג א זעלטענע חוש פלעגט ער שטענדיג דערשמעקן עפעס א פרישן דיעל, ווי מ'האט נאר געקענט איינשטעקן א דאללער האט משה נחמן שוין געהאט אריינגעלייגט צוויי, ביז ער איז געווארן גערעכנט אלס איינער פון די חברה וואס האבן שטארק מצליח געווען, און זיך ב"ה ערווארבן א שיינעם פארמעגן.

ויהי היום און דער מסבב כל הסיבות האט אונטערגעשיקט א פרישן געשעפטל פאר אונזער משה נחמן, ווי געווענליך האט ער פיבערהאפטיג אויסגעארבעט אלע דעטאלן ביזן לעצטן טראפל, איינגעשטעקט א היבשער קרן א שיינער חלק מזומן די איבריגע האט ער באצאלט מיט ריעל עסטעיט, פון אנפאנג איז אלעס טאקע געפארן כשורה ס'האט אויסגעזעהן פיין און גוט, אבער צוביסלעך האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רווחים זענען נישט ווי געמיינט – ס'האט אבער אויסגעזעהן אז מיטן אריינלייגן נאך אפאר דאללער וועט זיך די מצב פארבעסערן האט ער אינוועסטירט נאך און נאך, ס'האט אים אנגעפאנגען אריינשלעפן אין שווערע מיליאנען און טראץ דאס אלעס זענען זאכן נישט געגאנגען, איין זאך האט געברענגט דאס צווייטע און ביים סוף איז זיין גאנצע אפגעהארעוועטע פארמעגן ליידער געגאנגען אגאנג צו די שווערע ווייטאג פון ר' משה נחמן...

ס'איז דינסטאג נאכמיטאג אין ר' משה נחמן געפינט זיך אין איינע פון די הויעכע ניו יארקע וואלקנקראצערס, א בנין מיט אומגעפער 34 שטאקן מייסטענס מיט די גרעסערע אדוואקאטן פירמעס פון אלע סארטן, ביזנעס, ריעל עסטעיט, און צווישן אנדערע באנקראט אדוואקאטן, משה נחמן איז נישט קיין פרעמדער דא אין דעם בנין אבער דאסמאל דריקט ער גאר אַן אנדער קנעפל ווען ער טרעט אריין אין עלעוועיטאר, זיינע פארצווייפלטע טריט זענען געראכטן צום באנקראט אדוואקאט אנצוהייבן דעם סוף פון א שווערן סוגיא.

מיט עטליכע שעה פריער אויפן גאס פארענט פון ביהמ"ד - זייענדיג צובראכן ביז גאר דרייט זיך משה נחמן ארום אינגאנצן פארזארגט נישט קענענדיג פארנעמען די שרעקליכע מצב אין וואס ער געפינט זיך, ועל כולם איז אים אויסטערליש שווער געווען דעם פאקט אז 'די גאס' און אפילו רוב פון זיינע באקאנטע ווייסן נאך ניטאמאל דערפון וואס דאס האט ארויפגעלייגט נאך אביסל וואָג אויפן הארץ ..ווער ווייסט וואס וועט זיין ווען די עולם וועט געוואר ווערן, און וואס וועט די עולם זאגן וכו', אזוי האט ער זיך ארום געדרייט פארדאגעט ווען פלוצלינג באגעגנט ער זיך מיט זיין חברותא און נאנטן ידיד ר' מרדכי און ווי א קראַן וואסער האט ער אנגעפאנגען אויסגיסן זיין שווער הארץ, מרדכי זייענדיג א אויסגעהארעוועטע דערהויבענע אינגערמאן זאגט ער אים מיט די גאנצע אמת און פון טיפן הארץ "משה נחמן, אריבער צו גיין דעם באנקראט פראצעדור איז זיכער איינס פון די שווערסטע שריט אין דיין לעבן, אבער האלט דיך שטארק און אין מח געדענק אז אלעס איז באשערט פון אויבן, ווען די גייסט צום באנקראט אדוואקאט זעה אז דיין מוט זאל זיין פונקט דער זעלבער ווי ס'פלעגט זיין ווען די פלעגסט דארט באזוכן די ריעל עסטעיט און ביזנעס אדוואקאטן, דער פון אויבן קען אלעס - פארלאז דיך נאר אויף אים".

מיט די גוטע מחשבות און מיט א געהויבענעם קאפ איז יעצט ר' משה נחמן דרייסטערהייט געשטאנען אין עלעוועיטאר אויפן וועג ארויף ווען א מיטל יעריגער אינגערמאן דערקענט אים און פאנגט אָן א שטיקל ביזנעס שמועס נישט חלום'דיג אז אונזער נגיד איז שוין באמת מיט ביידע פוס כמעט אינגאנצן אינדרויסן פון זיין סוקסעס, "איר ווייסט ר' משה נחמן, איך ווייס פון א געשעפט וואס איך זוך א קאנעקשאן מיטן בארימטן ביזנעס מאגנאט מארק היינס, וואלט איר געקענט מיט אייערע פארבינדונגען מיך אנשדכנען מיט אים?" בינו לבינו האט ער אים שוין געגעבן די פונקטליכע דיטאלן און ר' משה נחמן האט אנגעבאטן אז ער קען אים פארשאפן די פארבינדונגען און אפילו נאך בעסערע באדינגונגען בתנאי אז ער ווערט א שותף אינעם געשעפט, דער אינגערמאן איז געווען העכסט צופרידן אז דער באקאנטער ר' משה נחמן וויל מיט אים זיין א שותף ..זיכער ס'וואלט מיר געווען א כבוד! טייערע ברידער ס'איז נישט אריבער קיין סאך צייט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט יענעם געשעפט וואס האט זיך אנגעפאנגען וועבן אינעם עלעוועיטאר איז געווען אסאך בעסער און שטערקער פון סיי וואספארא געשעפט ר' משה נחמן האט נאר אמאל געהאט אין די פארגאנגענהייט...

יא ברידער טייערע ס'איז פארהאן א בורא עולם אויף די וועלט, דער מענטש קען זיין אויפן וועג צום באנקראט אדוואקאט און דארט אינעם עלעוועיטער ווארט אים אפ גרויסע ישועות, מיר מענטשעלעך ווייסן גאר נישט, וואס קען אויסזעהן טינקל און שווארץ איז באמת ליכטיג און שיין, יא אמת אז נישט אלעמאל זעט מען עס אבער ווען מען מאכט אויף די אויגן קען איעדער זעהן אז ס'איז אלעס בלויזע מתנות פון הקב"ה, יא ס'איז טאקע תשע"ו אבער ס'איז די זעלבע מן וואס פאלט פון הימל, ס'איז טאקע אנגעטוען אין דעם צורה פון א דאללער אדער א טשעקל/קארטל אבער ס'איז לחם אשר נתן ה'! נו אויב אזוי ווי קומט עס אז מיר זאלן זיין פארטראכט און פארדאגעט מיט כל מיני מחשבות און חשבונות פון ווי גייט מען האבן צו באצאלן?! ווי גייט מען חתונה מאכן?! ווי גייט מען האבן דאס און יענץ?! און ווי געשמועסט אז אוודאי פארלאנגט זיך פון אונז השתדלות מיר דארפן טוען אונזער חלק אבער דאס איבריגע דארף מען זיך אריין ווארפן אין די הענט פון הקב"ה, דאווענען און בעטן ביי דער וואס ביי אים ליגט דער שליסל פון פרנסה געזונט נחת, מיר דארפן זיך צו אים ווענדן!

לאמיר נישט זיין נעריש און אפלעבן א לעבן וואס איז געבינדן צום געשעפט מיינענדיג אז דאס איז די הצלחה ..כ'בין א האסלער, כ'ארבעט אריין, כ'קום אהיים פון אפיס אין די שפעטע נאכט שעות, אפט מאל זאגן מיר עס אפילו מיט א שטיקל שטאלצקייט כאילו דאס וועט עפעס צוהעלפן, טייערע ברידער געדענק אז דער עיקר פון די שווערע ארבעט אונזערע דארפן מיר לייגן אין אונזער עבודת ה' אין אונזער תורה און תפילה מאכן א אמתע קשר מיטן מלך העולם וואס פארמאגט אלעס, ווי חז"ל זאגן אונז (מסכת ברכות לה ע"ב) דורות הראשונים עשו תורתן קבע ומלאכתן עראי זו וזו נתקיימה בידן ווען די תורה הקדושה איז מיט א קביעות און די ארבעט איז באופן עראי – וואס דאס מיינט מען ארבעט אבער די קאפ און מח איז נישט אינגאנצן דארט, דער איד געדענקט ווי דער עיקר איז דעמאלטס איז פארהאן הצלחה סיי אין די רחניות און סיי אין די גשמיות, זאל הקב"ה אונז העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן דאס וואס מיר שמועסן און זוכה זיין אז די שערי פרנסה טובה זאל זיך ברייט אויפמאכן און משפיע זיין פאר גאנץ כלל ישראל כל מיני השפעות טובות ברחניות ובגשמיות עדי נזכה לביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:

ס'איז טאקע תשע"ו אבער ס'איז די זעלבע מן וואס פאלט פון הימל, ס'איז טאקע אנגעטוען אין דעם צורה פון א דאללער אדער א טשעקל/קארטל אבער ס'איז לחם אשר נתן ה' ס'איז אלעס בלויזע מתנת פון דער מלך העולם!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
tiferenblik@gmail.com דורך אי-מעיל בעז"ה

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר