קשיות על הלכות כיבוד אב

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארטיסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 25, 2014 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

קשיות על הלכות כיבוד אב

שליחה דורך ארטיסט »

די תורה גלייכט צי כיבוד אב ואם ממש צו כבוד המקום. אין יורה דעה זענען דא צוויי ריזיגע סמנים וואס רעדן איבער הלכות כיבוד אב ואם. פאלגנד זעען מיר וויאזוי א קינד דארף אינטערעקטן מיט זיינע עלטערן:

אמר בתורה (שמות כ, יב): ''כבד את אביך ואת אמך''. והיא מצות עשה מן התורה לכבד את אביו ואת אמו. וצריך ליזהר מאד בכבוד אביו ואמו ובמוראם, ששקל הכתוב אותם ככבוד המקום ומוראו. ואמרו חכמים שלשה שותפים יש לו לאדם, הקדוש ברוך הוא, אביו ואמו, בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אומר הקדוש ברוך הוא מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני. ולכן חיוב גדול על כל אחד לקבוע שיעור בהלכות אלה ולהיות בקי בהם, לגודל חומרת המצוה. בדיבור כיצד, ידבר עם הוריו בנחת ובלשון רכה ובכבוד, כמדבר אל מלך. וגם ידבר עמהם בבושת פנים, ולא יתריס כנגדם.

עס איז לכאורה דא איינס פון יעדער הונדערט מענטשן וואס האבן שוין דורכגעלערנט הלכות כיבוד אב, און עס איז פלאי פלאים וויפיל דקות'דיגע הלכות עס איז דא פון קינדער צו עלטערן. לויט די סמנים פון שו"ע לאזט זיך צו זאגן אז אפשר איין מענטש פון טויזענט איז מקיים הלכות כיבוד אב כראוי – עס איז אזוי דקות'דיג אז עס ווערט אפילו פגום במחשבה. קוקט וואס שטייט:

כיבוד במחשבה כיצד, שלא יבזם בלבו, ויכבדם רק כלפי חוץ, אלא ידמה בעיניו שהם גדולים וחשובים ונכבדי ארץ, אע''פ שבעיני שאר בני אדם אינם חשובים כלל, וזה עיקר הכיבוד.

עס ווערט אפילו מער דראמאטיש, אז דו קענסט ניטאמאל אויסמיידן די הלכות. די איינציגסטע וועג וואס דו קענסט זיי מכבד זיין איז זיך אויפצופירן ערליך [עכ"פ וויאזוי עס ווערט דעפינירט ביי די הורים]. א פלא:

הרוצה לכבד את אביו ואת אמו לפי האמת, יעסוק בתורה ובמעשים טובים, וינהג בישרות, שזהו הכבוד הגדול לאבות, שאומרים הבריות, אשרי לאב ואם שגידלו בן כזה. אבל אם אין הבן הולך בדרך הישר, הרי אבותיו ישאו חרפה עליו, והוא מבייש אותם בבושה שאין גדולה הימנה. ויזהר מלהתקוטט עם בני אדם, כדי שלא יבזו את הוריו.

מען קען טרעפן אן א שיעור דגמאות ביז ווי שטארק מען דארף זיי מכבד זיין. מען טרעפט זייער אסאך אויסדריקן ביי כיבוד אב וואס ווערן געזאגט בין אדם למקום:

אין גבול למצות כיבוד אב ואם, שהיא מצוה יקרה, וכל המרבה לכבד את הוריו הרי זה משובח.

אין זוהר איז אפילו דא א טערמין אז מען דארף מכבד זיין די עלטערן פונקט ווי די ווייב:

נאמר בזוהר הקדוש: צריך שכל אחד יטע בלבו לאהוב את הוריו כגופו.


די הלכות דרינגען אריין צום סאמען תכינות הנפש, דו טארסט אפילו נישט זאגן אנדערש ווי די טאטע:

בכלל דין מורא שהבן או הבת לא יסתרו את דברי ההורים.

עס איז דא אזויפיל הלכות אז מען קען זיך כמעט נישט רירן אן עובר זיין אויף לכה"פ צוויי איסורים. יעצט, עס וואלט כדי געווען אויסצושמיעסן וואס איז די עומק המצוה. ראציאנעל קען מען זאגן אז עס איז פשוט שכל'דיג מכיר טובה צו זיין די עלטערן, אבער לפי דברי שו"ע איז משמע אז די גאנצע לעבן פון א מענטש דארף זיך כמעט דרייען ארום זיינע עלטערן. זיין דעת איז בטל צו זיין, ער קען נישט טון זאכן וועגן זיי, ער טאר נישט טראכטן אנדערש ווי זיי, ער מוז זיי ליב האבן, ער איז ממש כעפרא דעראה קעגן זיינע עלטערן:

יעצט אפאר שאלות:

א - לויט די סמנים, וואס פעלט אויס די גאנצע תורה, עס וואלט גענוג געווען בלויז הלכות כיבוד אב ואם, און די מענטש האט א פערטיגע בלויפרינט פונקטליך וויאזוי זיך צו פירן? ווייל אפילו ער טראכט אנדערש ווי זיין טאטע איז די מצוה זיך אזוי אויפצופירן פונקט ווי זיי, כדי צו מאכן א נחת רוח פאר זיי?

אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, כמעט האלב פון די הלכות, איז כמעט אוממעגליך מקיים צו זיין. א טאטע איז טאקע א טאטע, אבער די קינד האט זיך זיין אייגענע רצוניות, סביבות, שכל, דעת, הבנה, וויאזוי איז מעגליך אז א מענטש זאל מבטל זיין רצונו ומחשבתו פאר זיינע עלטערן עד כדי כך אז ער דארף זיך פירן אנדערש וויאזוי ער וויל, כדי מקיים צו זיין א מצוה?

ב - כיבוד אב איז א נאטורליכע דראנג, טא אויב אזוי וואס איז שייך א מצוה. אמת אז מיר טרעפן ענליכע מצות וואס זענען טבע'דיג, אבער אין די פאל, אויב מאכט זיך א פירוד איז כמעט אוממעגליך עס מקיים צו זיין?

ג - לויט די הלכות איז משמע אז די מצוה איז נישט בלויז וועגן 'כבוד' אדער 'מכיר טובה' זיין. עס שיינט מער ווי א גדר אפצוהאלטן די מענטש פון טאן עפעס, ווייל ער מוז זיך קלאמערן בדרכי אבותיו, סא דאס פארשטערקערט אונזער ערשטע קשיא, וואס פעלט אויס די גאנצע תורה, די מענטש קען דאך סייווי כמעט גארנישט טון קעגן זיין טאטע. און לויט דעם איז משמע אז עס האט גארנישט וועגן כבוד, נאר עס איז א סייג?

ד - לויט די הלכות, מה הדין אויב עלטערן פירן זיך נישט כדרכי התורה (הגם עס איז טאקע דא א הלכה אז מען דארף נישט פאלגן) וואס דארף די מענטש טון, וויאזוי קען ער זיי מכבד זיין קעגן זייערע רצון?

ה - וואס געשעט אויב די עלטערן זענען אומסטאביל, אדער האבן עקסטרעמע שיטות, נישט ווי געווענדליך, וויאזוי קען א מענטש מקיים זיין די מצוה? אפשר דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס איז יא דא א תורה, אז אין אזעלכע פעלער דארף מען נישט זיי נאכגיין?

ו - לויט אונזערע לעצטע הנחה, קען יעדער מענטש אפמאכן אז זיינע עלטערן זענען עקסטרעם, אדער אבנארמאל, ווייל די כלל פון כשם שפרצופיהן אינם שוות וכו' שליסט זיך נישט אויס צווישן א קינד און א טאטע. סא וויאזוי קען מען ריכטיג מעסטן ווער עס איז גערעכט. ווייל לויט יעדן קינד אויב טוט ער עפעס אנדערש, קומט עס זיכער נאך אן הנחה אז זיינע עלטערן זענען נישט ווי געווענדליך?

ז - אם תמצי לומר אז נאר הלכות ברירות דארף מען פאלגן, דאן וויאזוי קען מען מקיים זיין די, "וינהג בישרות, שזהו הכבוד הגדול לאבות", לויט די טאטע פירט זיך נישט די קינד אויף כדבעי?

ח - לויט די הנחות אז נאר הלכות ברירות דארף מען פאלגן וואס טוט זיך מיט מסורה, אויב די טאטע האט מקבל געווען מסורת, ווערט צוריק שווער די אלע ערווענטע קשיות לויט אל תטוש תורת אמך?

ט - וועלכע מסורה דארף א קינד מקיים זיין? עס ווענד זיך אין די מזל פונעם קינד וויפיל מסורות עס איז דא ביי זיינע עלטערן? ווייל מנהגים און מסורות טוישט זיך יעדע צווייטער דור, סא וויאזוי קען מען וויסן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט וויכטיג, אלס מיט די געדאנק אז "וינהג בישרות, שזהו הכבוד הגדול לאבות"?

י - לויט די הלכה פון לא יסתרו את דברי ההורים, איז כמעט אוממעגליך צו האבן א נארמאלע שמיעס מיט די עלטערן, ווייל עס איז לא ימלט צו האבן א שמיעס מיט א מענטש אן האבן א אנדערע מיינונג. אין בעסטע פאל קען מען זאגן: עס איז ממש אוממעגליך מקיים צו זיין. אפילו דו וועסט זאגן אנדערש ווי אים אויף א שיינעם אופן, אדער אויף א כיטרע אופן, ביסטו נאכאלץ סותר את דבריו?

יא - וויאזוי קען מען מקיים זיין די הלכה: ידמה בעיניו שהם גדולים וחשובים ונכבדי ארץ. וואס טוט זיך מיט עלטערן וואס זענען פויערן? פרעג מיך נישט יעצט אז די זעלבע קשיא איז דא ביי אמונה פון ואהבת את ה' אלקיך, ווייל עלטערן זענען נישט ג-ט און עס איז דא גענוג עלטערן פויערן?

יב - אפילו עלטערן וואס זענען נישט קיין פויערן, אבער די קינד האט נישט קיין ריספעקט פאר זיין, וויאזוי קען ער מקיים זיי די הלכה. ער קען נישט טון די טריק וואס מען טוט כלפי דעם אייבירשטן, אז מען זאל זיך מתבוננן זיין אין די בריאה. ווייל וויפיל א קינד וועט זיך מתבונן זיין בהוריו וועט ער זיי א סך מער נישט ריספעקטן?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר