די לעיקוואד'ער פאטווא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

די לעיקוואד'ער פאטווא

שליחה דורך פארוואס? »

אינמיטן א רואיגע ווינטערדיגע נאכט, ווען יעדער איז טיף באהאלטן אונטערן ווארעמע דאכענע, דאס מערסטנס איינוואוינער פונעם עיר התיירה שלאפן שוין א שנת ישרים, אויסער די איבערגעטריבענע מתמידים וואס שאקלען זיך נאך איבערן סטענדער מיט'ן זיסן גמרא ניגון.

פלוצלינג ווערט די שטילע אטמאספער אדורכגעשניטן מיט א שטורמישע שיסעריי, טראחחח!! טראחחח!!! עס גייט נישט אדורך קיין פינף מינוט, און מ'הערט סירענעס פון אמבולאנס און פאליציי.

וואס איז געשעהן? ווער שיסט אין אן עיר התורה אינמיטן די נאכט? נאך א שטיקל בירור, איז ארויסגעקומען די פאלגענדע מעשה:

געווען א יוד, געהייסן ט'ער ר' יאנקל. דער ר' יאנקל איז אן איש תמים, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, נישט קיין אונטער-חכמות און אוודאי ניט קיין אויבער-חכמות, א יעדע קליינע שאלה פונעם אויפשטיין ביזן זיך לייגן ועד בכלל, רעדט ער זיך דורך מיט א מורה הוראה, אדער לפחות א תלמיד חכם א בר אוריין, לדעת המעשה אשר יעשון.

לעצטנס איז רעב יענקל אריינגעפאלן מיט א שווערן פעקל. זיין אייגענע טאכטער שרי האט אנגעפאנגען ביטערליך צו גליטשן פונעם אידישן וועג (און שולדיג איז ווער? איבעריג צו זאגן אז דער טריפה'נער אינט.. וואס איז הורס כל חלקה טובה), ער האט פראבירט איבערמידליך איהר צו איבערצייגן מיט גוטנס ווי מיט בייזנס, אז עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע דרך ווי די דרך המסורה לנו מדור דור, אבער ליידער איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן. זי האט שוין טועם געווען פונעם עץ הדעת, און ס'איז שוין לאנג דערנאך.

שרי'ס מאן - מוישי - אן איידעם א שטיק שווער, איז אויך נישט געווען קיין גרויסער תענית חלום, אבער פארט א טראפ יראת שמים האט ער פארמאגט, און ער האט נישט געהאלטן ביים פארזעצן צו לעבן מיט אזא נידריגע פרוי. ער האט פראבירט כל טצדקי שבעולם איהר צו צופרידן שטעלן, כדי איהר צו מחזיר זיין על דרך הסלולה, אבער העלה חרס בידו, און ער האט געצוואונגענערהייט געמוזט אויפגעבן, ונתפרקה החבילה.

די ווייטאג איז נאך גרעסער, אז שרי האט געהאט צוויי קינדער מיט זיך, איין פערצן יעריגער אינגל און איין צוועלף יעריגע מיידל, עס האט זיך אנגעפאנגען א שטיקל קאסטאד"י בעט"ל, און מ׳איז געקומען לידי הסכמה אז די מאמע וועט האדעווען די קינדער כמנהג העולם, און דער טאטע וועט באקומען וויזיטעישנס איינמאל א וואך.

עס איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט, און לדאבון כל בית ישראל, האט שרי געטראפן איהר ליבע, א באויפרעינד רח"ל. שרי האט זיך ארומגעדרייט מיט איהם בפרהסיא, און אנגעמאכט בושות און בזיונות פאר די גאנצע משפחה.

אונזער ר' יענקל, א איד א ירא שמים, דער מצב איז איהם דערגאנגען עד דכדוכה של נפש, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך אהערצונעמען. ער איז געלאפן פרעגן א שאלה פון א תלמיד חכם, וואס דארף מען טוהן אין אזא פאל.

דער תלמיד חכם, א חשוב'ער בר אוריין, דרייט מיטן פינגער אהין און אהער, און ער קומט אן צו א פשוטע מסקנא: וויבאלד די מיידל איז צוועלף יאהר אלט, איז עס א שאלה פון יחוד מיטן באויפרעינד, און ווי באקאנט איז דער איסור פון יחוד יהרג ואל יעבור, ממילא איז נישט פארבליבן קיין אנדערע ברירה, נאר צו הרג'ענען דאס מיידל. איי, מ'וועט אייך איינזעצן דערפאר? מיט'ן קאורט וועט מען זיך שוין אן עצה געבן, יעצט לערנט מען דאך תורה, נישט קיין געזעץ.

ר' יאנקל, מיט א צובראכן הארץ, לקיים מצות ועשית ככל אשר יורוך, פארט אראפ קיין אהייא, האנדלט זיך איין א שיסער, און ער ווארט ביז אינמיטן די נאכט, דעמאלס ברעכט ער אויף די אפארטמענט וואו זיין טאכטער און אייניקלעך האלטן זיך אויף.

ער כאפט די לעצטע בליק אויף זיין אייניקל, טרערן פליסן איהם פון די אויגן, דער יצר-הרע פראבירט איהם פיבערהאפטיג אפרעדן פון אויספיהרן די אקט, מיט אלע ערליי אויבער-חכמ'ישע היתרים, און נאך מיט א שלייער פון גוטסקייט און רחמנות. אבער ער איז זיך מתגבר, מוח שליט על הלב, יעצט איז נישט קיין צייט צו רחמנות האבן.

ער שרייט אויס "יהרג ואל יעבור"!!! און לאזט אפ דעם צינגל פונעם שיסער. די קוילן ווערן גלייך אריינגעשאסן אין די יונגע הארץ פון דאס מיידל, בלוט הייבט אן צו שפריצן, קולות און יללות. ובערת הרע מקרבך!



אט אזא פסק האבן מיר זוכה געווען צו הערן דא אין קאווע שטיבל, פון די אריות שבחבורה.

--------

יעצט אין אביסל מער אן ערנסטע מינע, וועל איך מברר זיין, וויפיל טעותים זענען דא אין אזא פסק, עטליכע פון זיי זענען שוין געהערט געווארן במקומם:

1. דער אגרות משה איז מתיר אפילו לכתחילה ייחוד ביי בתו החורגת. (און כאטש עס זענען פארהאן אסאך אחרונים חולקים, לכאורה וועלן זיי נאך אזויפיל מסכים זיין, אז עס איז נישט יהרג ואל יעבור).
2. אפילו אויב עס איז פארהאן אן איסור יחוד, איז זי נאר א פנויה, וואס איז א דרבנן מבית דינו של דוד. (און אפילו אויב מיר וועלן אננעמען ווי דער משנה ברורה אז יעדע פנויה איז א חזקת ערוה, איז נאך אלס דא דעת התוספות אז ביי נדה איז ייחוד נאר א דרבנן, כיון דסופה ליטהר).
3. ביי יחוד איז נישטא קיין יהרג ואל יעבור, עס הייסט נישט קיין אביזרייהו דגילוי עריות ווייל עס איז נישט קיין איסור לאו. (רמ"א יורה דעה סימן קנ"ז סעיף א).
4. ביי א שב ואל תעשה איז נישטא קיין יהרג ואל יעבור.
5. ביי א פרוי איז נישטא קיין יהרג ואל יעבור, לויט רוב פוסקים צוליב קרקע עולם.
6. אפילו ווען ס'איז דא א פסק פון יהרג ואל יעבור, איז עס נאר א חיוב אויפן עובר, אבער אין קיין שום פאל וועט נישט ווערן מותר פאר א צווייטן איהם צו הרג'נען כדי ער זאל נישט עובר זיין. ופשוט. (וראיה לזה, דאל"כ למה לנו היתר מיוחד לדין רודף. ודו"ק).



נ. ב. למותר להדגיש שאין בכוונתי להתקיף את הכותב שלא כתב זאת מדעתו, אלא הביא רק דבריו של פלוני, וכל המשל לא נכתב אלא לשבר את האוזן ששמעה על הר סיני לא תרצח.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר