שיר השר״ים אשר לשש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

שיר השר״ים אשר לשש

שליחה דורך פארוואס? »

אונזער אלעמען באקאנטן חבר, [tag]אדנירם[/tag] האט אונז געשאנקען צווישן זיינע אנדערע באלערנדע אשכולות, אן אויסערגעווענליכע וואונדערבארע אשכול איבער הרב שלמה יהודה ראפאפורט, יעדעס ווארט איז זיך צו באלעקן, רייך און שיין כדרכו בקודש.

אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר, ואין כלום אלא קריטיק, שנאמר כלום זלות לבני אדם.

איז אזוי, בין הדברים האט ער אויסגעקליבן צו באטיטלען פאר הרב אברהם גייגער מיט א טיטל - שר״י - וואס דאס שטייט פאר ״שם רשעים ירקב״, ווען חברינו הרב [tag]נהורא נפישא[/tag] האט איהם אויפגעמערקט, האט ער געענטפערט בזה הלשון:

שר"י פאר גייגער איז ע"פ דינא דשו"ע. מעגליך אז שפינאזא פארדינט אויך אזא טיטל, אבער שפינאזא האט נאר פארצייכנט זיינע דעות און ווער ס'האט געוואלט האט זיך געקלאמערט ארום אים, גייגער האט געוואלט טוישן דעם כלל, ועל זה השצף קצף. שר"י פאר היטלער איז אפילו אינעם חילוני'ס אויגן, שר"י פאר גייגער איז אין א שותו"מ'ס אויגן.

אז מ׳רעדט פון דינא דשולחן ערוך, לאמיר אפיהרברענגען דעם שולחן ערוך און זעהן ווי עס שטייט, אם הלכה היא נקבל.

זוכנדיג אין אלע חלקי שולחן ערוך, האב איך אזא הלכה נישט געטראפן.
אדרבה אין גמרא יומא דף ל״ח ע״ב שרייבט די גמרא אז מ׳לערנט ארויס דער דין פון דאס וואס די תורה שרייבט אזוי ביי די אנשי סדום.
נו, די אנשי סדום זענען דאך געווען רשעים וחטאים, זיי האבן גע׳הרג׳עט און גע׳אנס׳עט אן קיין רחמנות, עס קען זיך הערן א שר״י אויף זיי.

איך בין נישט קיין גרויסער ידען אין היסטאריע, און איך האב נישט אויסגעפארשט דאס גאנצע לעבן פון הרב גייגער, אבער לויט וויפיל איך האב אביסל געבליקט אין זיין ביאגראפיע, זעה איך נישט אז ער זאל אמאל האבן גע׳הרג׳עט אדער באגנבעט א מענטש.

אונז מוזן נישט האלטן פון אלע זיינע קולות, און מיר זענען נישט מחוייב צו אדאפטירן זיין מהלך אין אידישקייט, מיר קענען אפילו האלטן אז זיין גאנצע השקפה איז געווען א טעות, אבער עס קומט איהם נאכנישט קיין ״שם רשעים ירקב״ דערפאר.

עס וועט נישט זיין צו אפפגעפרעגט צו זאגן, אז הרב גייגער האט בעקיפין אסאך תורם געווען אויך פאר די ארטאדאקסישע אידישקייט. אבער בכל ענין פאר די אלגעמיינע אידישע פאלק האט ער זייער אסאך תורם געווען, עס איז זייער שווער צו אוועקמאכן אזא ענק במחי יד, און נאך דערצו מיט א שר״י.

עס איז גרינג זיך צו ווארפן מיט דיזע טיטלען, היינט אויף הרב גייגער, דערנאך אויף הרב קוק, און פון דארטן ביז הרב שטיינמאן.

לאמיר היטן דעם טיטל, און עס נישט אויסליידיגן פון איהר באדייט, לאמיר עס אוועקלייגן פאר אזעלכע וואס זענען בארעכטיגט צו ווערן באלוינט דערמיט, א שטייגער ווי אדאלף היטלער שר״י.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר