די ''צומות הגידין'' שערורי'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

די ''צומות הגידין'' שערורי'

שליחה דורך קלאר »

שוין יארען וואס עס טוט זיך אויף טישן אין בענק איבער די פראבלעם פין צומות הגידין
אנגעהויבן האט זיך עס אין ביי די עדה ווען מען האט אנגעהויבן טרעפן גרעסערע פראצענטן פין צומות הגידין אין די עופות
עס האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסע איבערקערניש, אויב מען זאל אנהויבן בודק זיין יעדע עוף וויבאלד עס איז א מיעוט,
עס איז דא א גרויסע מחלוקת הפוסקים וויפיל פראצענט איז א מיעוט המצוי
טייל האבען זיך קעגן געשטעלט צו ווייל זיי האבען נישט געוויסט וויאזוי צו קוקען (מען דארף זיין שטיקל מומחה צו קענען זעהן), צו וועגן 'אנדערע' סיבות
אין טייל האבען געטנה'ט אז מען האט ביז היינט נישט בודק געווען זאל מען ווייטער נישט בודק זיין
למעשה האט הג''ר מאיר בראנסדאפער זצ''ל דעמאלטס זיך געשטעלט זייער שארף אז מען דארף אנהויבן בודק צו זיין יעדע עוף ביי די שחיטה פין די עדה
אין ביז היינט צו טאגס זענען שוין אלע בתי שחיטה אין ארץ ישראל בודק אויף צומות הגידין
די זעלבע איז אין אירופה ווי מען האט אנגעהויבן זעהן מערערע עופות מיט דעם פראבלעם אין מען האט אנגעהויבן בודק צו זיין יעדע עוף

אין אמעריקא איז די גאנצע צייט נישט געווען קיין כמעט דעם פראבלעם חוץ אין ממש זעלטענע פעלער
אין מען פלעגט כמעט אין ערגעץ נישט בודק זיין אויף צומות הגידין
ביז א שיינעם טאג האט מען אין אמעריקא אויך אנגעהויבן טרעפן

אנגעהויבן האט זיך עס ווען א לאנגיעריגער משגיח פין לעיקוואד וועלכע קומט פין ארץ ישראל אין פלעגט מזמן לזמן זיך אומקוקן מדעת עצמו אויף צומות הגידין בשעתן זיין אנוועזנד ביי די שחיטה אין ק''י
זייענדיג געוואינט צו קוקען פין ארץ ישראל אין ער פלעגט טאקע כמעט נישט טרעפן, האט אבער איין טאג געזעהן מערערע פעלער פין צומות הגידין
אויף אזוי ווייט אז לויט געוויסע דעות האט עס שוין געהייסן א מיעוט המצוי
ער האט תיכף אלאמירט די רבנים המכשירים, - דער סאטמאר רבי - רבי אהרן, דער קרית יואל דיין אין ר' משולם פאלאטשעק,
וועלכע האבען אים תיכף אראפגערופן פאר אן עמערזשענסי זיצונג
נאכען נאכגיין די מציאות הדברים זענען די רבנים אריבערגעקומען אין זיך איבערצייגט די פראבלעם
די רבנים האבען פארארדענט אז דערווייל זאל מען אנהייבן בודק זיין יעדע עוף, אין דער לעיקוואדער משגיח האט אויסגעלערנט די בודקים וויאזוי מען זאל בודק זיין
פארשטייט זיך אז פאר די בית השחיטה איז דאס געווען א שרעקליכע קאפוויי, עס האט פארצויגן די גאנצע ליין, אבער דארט קען די מענעזשמענט זיך נישט דינגען אויף א ווארט פין די רבנים
עס האט גענומען א שטוק צייט ביז מען האט עס געהעריג מסדר געווען מיט די נויטיגע צאל בודקים אין געהילפן פאר יעדן בודק צירוקצולייגן אויף די ליין (דאכט זיך מיר 10 בודקים אין 10 געהילפן) אז עס זאל נישט אזוי אויפהאלטן די גאנצע ליין
אין היינט צו טאגס איז שוין אזוי אז יעדע עוף איז מען בודק,
אפי' ווען האט זיך געמאכט חדשים וואס די פראבלעם איז כמעט אוועקגעגאנגען האט מען פארט ווייטער בודק געוווען יעדע עוף
די בית השחיטה איז נישט געבליבן שטול, זיי האבען פארשטייט זיך אנגעהוין נאכגיין דעם פראבלעם, ארומגעטוישט פארעםס עטליכע מאל
ר' משלום פאלאטשעק אליין האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה וואיזוי מען קען עס אפשטעלן
ביז זיי זענען געקומען צו די הכרה אז דאס איז די זעלבע אדער ענליכע וויירוס וואס איז פארשפרייט אין אירופה איז יעצט אנגעקומען קיין אמעריקא, אין דערווייל איז נישטו קיין שום לעזונג דערצו
ר' אהרן האט דעמאלסט אנגעהויבן אפעלירן צו די אנדערע היימישע בתי שחיטה (דעמאלטס איז נאך וויילאנד אויך געשטאנען) זאלען אויך אנהייבן בודק צו זיין
ווייל ווי שוין געזאגט האט קרית יואל געטראפען ביי רוב פארעמס מיט די זעלבע פראבלעם
(יעדע גרויסע בית השחיטה נעמט טעגליך פין עטליכע פארעםס, כמעט קיין שום פארעם קען נישט צושטעלן אזויפיל טויזענטער טשיקען טעגליך)
עס איז דאן געווארען א גרויסע איבערקערניש אין די גאס,
למעשה איז עס דעמאלטס אריינגעמישט געווארען אין די סאטמארע פאליטיק, ווייל אז איין זייט זאגט אזוי מיז דאך די אנדערע זייט זאגען פארקערט
אין די רבנים המכשירים פין די אנדערע פלענטס האבען געזאגט אז זיי האבען בודק געווען אין זיי טרעפן גארנישט (טראץ וואס קרית יואל האט יא געטראפען ביי די זעלבע פארעמס)

ווען אין דער זעלבער צייט האט דער משגיח אויפגעטרעטן אין עטליכע כוללים פין עטליכע קרייזן, וועלכע האבען אים געלאדענט ער זאל מסביר זיין וואס די נייע שעררי',
ווי ער פלעגט ביי יעדע שיעור פארציילן אז די ק''י רבנים המכשירים האבען פין די ערשטע מיניט באהאנדעלט די פראבלעם, אין ער פארשטייט נישט וויאזוי עס קען זיין אז די אנדערע בתי שחיטה זאלען נישט האבען דעם פראבלעם
דאס האט געברענגט א פרישע שטארקע וואוקס פין פרומע קליענטן פין קרית יואל פלייש וואס האלט נאך אן ביז היינט
ספעצעיל ווען אלע קהילות וואס שעכטן ביי קרית יואל האבען מפרסם געווען פאר בני קהילתם די טרוקענע פאקטן
(רוב קהילות וואס האבען א אייגענע שחיטה שעכטן דארט - פאפא, באבאוו, בעלזא, צאנז, באיאן, לעיקוואד, אא''וו)
למעשה איז עס אזוי געבליבן פאר עטליכע יאר, אז עטליכע בתי שחיטה ובתוכם קרית יואל סקווירא האבען בודק געווען יעדע עוף
אין די אנדע בתי השחיטה אינטער התאחדות האבען געשריגן אז מען דארף נישט בודק זיין

ביז.... לעצטנס ווען א משגיח פין א ספרדישע שחיטה וואס שעכט ביי GG האט געקוקט עטליכע עופות מדעת עצמו (אויפן זעלבן שטייגער ווי דער לעיקוואדער משגיח האט געקוקט אין קרית יואל)
אין האט אנגעהויבן פארפירן אז ער טרעפט זייער אסאך צומות הגידין, פינקטליך וואס האט זיך דערנאך אפגעשפולט מיט די רבנים המכשירים וויל איך נישט דא אריינגיין
אבער מען האט אנגעהויבן קוקן אין געזעהן אז די קרית יואל'ע רבנים זענען גערעכט אין די וויירוס דרייט זיך געהעריג ארום
מען האט טאקע אנערקענט די פראבלעם אין זיך איבערצייגט, אין וויפיל פארעמס מען האט נאר פראבירט האט מען נאכמאל געטראפען די פראבלעם
למעשה, היינט צו טאגס זענען די איבריגע היימישע בתי שחיטה בודק די ערשטע פאר קעסטעלעך פין יעדע טרעילער אין שטעלן עס בחזקת כשרות אויב זיי טרעפן נישט
(אינזערע זיידעס וואלטן קיינמאל נישט געניצט אזא היתר)
אין פארשטייט זיך אז אויב זעהט מען א מיעוט המצוי שיקט מען אוועק די גאנצע טרעילער, וואס קען צומאל מאכען אז די מען זאל נישט האבען קיין טשיקעןס צו שעכטן אין מען שיקט אהיים אלע ארבייטער, ווי עס האט עטליכע מאל פאסירט די לעצטע פאר וואכען
טייל פין זיי ארבעטן אויף א מהלך בודק צו זיין יעדע עוף אזווי קרית יואל, סקווירא, כו'

בקיצור די פראבלעם איז אויפן טיש
א גרופע יונגלייט פין סקווירא האבען זיך געלערנט וואיזוי בודק צו זיין, אין ווי מען רופט זיי שיקען זיי אראפ משגיחים בודק צו זיין
עס איז גראדע נאך דא איין בית השחיטה וואס זייער פלייש פארקויפט זיך אין ניו יארק וואס לייקענט ער זאל האבען די פראבלעם מיט לעכערליכע תירוצים אבער איך וויל פורש זיין בשמם

איך שטעל מיך דא אפ פאר יעצט
עס איז נאך דא אסאך צו פארציילן איבער שעררי', מיין צייט ערלויבט עס נישט יעצט
ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך אי''ה צולייגן נאך פאקטען אין דעטאלען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: אז ס׳זאל זיין פאסיג פאר ״תורה ודעת״.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר