ישראל - כי שרית עם אלוהים ועם אנשים ותוכל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

ישראל - כי שרית עם אלוהים ועם אנשים ותוכל

הודעהדורך זבולון » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:26 am

דאס אידישער פאלק האט אסאך נעמען און צו-נעמען, אבער דוכט זיך מ׳קען זאגן, אז דער נאמען ״ישראל״ דאס איז איהר שם עצם. דאס איז דער נאמען פון כלל ישראל.

אויפן משמעות פונעם נאמען ישראל, זענען שוין געשריבן געווארן פארשידענע ערליי פירושים, בדרך הפרדס. אבער אז מ׳בליקט אריין אין די תורה, דארט ווי דער נאמען ״ישראל״ איז באשאפן געווארן, שרייבט אונז דער פסוק קלאר און אפען דעם באדייט פונעם נאמען: ״כי שרית עם אלוהים ועם אנשים ותוכל״.

די פשוטע אפטייטש פון א ישראלי, איז ישר-אל, ער קריגט זיך מיט גאט, ער גייט מלחמה אקעגן איהם, און ער געווינט איהם.

אויף צו מלחמה האלטן מיט מענטשן פעלט נישט אויס די אידישע דרייסטקייט, די עזים שבאומות קענען מלחמה האלטן מיט גאט אויך, אזא עם קשה עורף וואס ציטערט נישט זיך צו אמפערן מיט אלהות, והיא תהילתם.

מיר הרג׳ענען נישט גאט, נאר מיר לאזן איהם ליבערשט ביים לעבן, און מיר קריגן זיך מיט איהם. עס איז קיין חכמה נישט צו אנטלויפן פון גאט, דאס האט שוין געטוהן דער ערשטער מענטש, דער חידוש איז אז מיר קענען איהם פעיסן, און מיר זוכן זיך נישט צו באהאלטן פון איהם.

ישר-נש לא נאמר כי אם ישראל, מיר הייסן נישט ישר-נש, דער דגש איז נישט איבער אונזער מלחמה עם אנשים, נאר ליבערשט איבער אונזער מלחמה עם אלוהים. דער ייד צוברעכט און צושטויסט אלע פאלשע אידאלאדאגיעס וואס אנשים קענען נישט בארעכטיגן נאר בשם אלוהים.

עם אלוהים ועם אנשים - ווייל ווען גאט איז א מענטש, איז א מענטש גאט. אויב פארשטייט מען געטליכקייט ווי מענטשליכקייט, קען מען טוהן מענטשליכע רשעות אין נאמען פון גאט. דאגעגן אין נאמען פון א געטליכער גאט קען נישט געפראוועט ווערן קיין רשעות.

ווען מ׳איז מייחס צו גאט מענטשליכע געפיהלן, דעמאלס וועט אן אייסעס מיטגליד האקן א קאפ, א מתנחל וועט פייניגן אן אראבער, אדער א חרד׳ישער עשקן וועט פראווען רשעות, אין נאמען פון גאט.

אבער ווען מ׳האט אן אמת׳ע השגה אין געטליכקייט, פארשטייט מען אז גאט צארנט נישט ווען איינער טוהט נישט וואס דו ווילסט אז ער זאל טוהן, גאט צארנט ווען מ׳מאכט חרוב זיין וועלט, זיין דירה בתחתונים, און מ׳ערזעצט עס מיט אן אנדלורמוסיא פון איש את רעהו חיים בלעהו.

ותוכל - יעס יו קען! יכלנו ונוכל עוד. מיר האבן געקענט, מיר קענען, און מיר וועלן קענען בייקומען האט די מענטשליכע געטער, און מיט דעם זענען מיר ישראליים.

אויסער ישראליים פארמאגן מיר נאך א טיטל, מיר ווערן אנגערופן דער עם היהודי, איש יהודי - זאגט די גמרא אין מגילה - שכפר בעבודה זרה. כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי. דער טיטל יהודי קען נאר באקומען א כופר, עס קען נישט קלעבן אויף א פונדעמאנטעליסט.

מיר זענען יידן מיט דעם וואס מיר פארמאגן די כח ההבחנה צו מבחין זיין בין אלוהי האהבה לבין אלוהי השנאה, צו זעהן דעם אינטערשייד צווישן תורת חיים און תורת מוות, מבדיל זיין בין אהבת שלום לבין אנשי מלחמה, מיר פארמאגן די בחירה צו בוחר זיין דעם טוב פונעם רע.

גאט האט אונז געגעבן זיין וועלט עס צו פארבעסערן, עס צו מאכן א בעסערע פלאץ צו לעבן, לתקן עולם, נישט עס צו חרוב מאכן מיט קנאה, תאוה און כבוד וואס זענען מוציא את האדם מן העולם.

כי אותי עזבו מקור מיים חיים לחצוב בורות נשברות, מ׳לאזט אפ דעם גאט פון לעבן צו הרג׳נען אנדערע, מ׳פארטוישט דעם גאט פון ליבשאפט מיט שנאת חנם, מ׳פאררופט מלחמת מצוה אין נאמען פונעם גאט פון שלום, מ׳פראוועט אכזריות אין נאמען פון א רחמנות׳דיגער גאט, רוממות אל בגרונם וחרב פיפיות בידם.

פאר דעם זענען מיר יידן, מזרע מרדכי, לא נכרע ולא נשתחווה, מיר שרעקן זיך נישט פון טעראר, און מיר טוהען וואס מיר האבן צו טאן. מיר ווילן פארבעסערן די אוניווערס, מיר וועלן מרבה זיין ליבשאפט, ווארעמקייט, און לעבן אינעם אטמאספער.


לחיים, לחיים, לחיים!!!!
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 924 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 08, 2016 2:16 pm

אומנת אבותינו בידינו. אברהם אבינו האט געפייט מיט גאט און אים נישט געלאזט חרוב מאכן סדום. נישט ווי נח, וואס האט צוגעלאזט דעם מבול.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

ישראל - כי שרית עם אלוהים ועם אנשים ותוכל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 4:34 pm

זבולון האט געשריבן:אויסער ישראליים פארמאגן מיר נאך א טיטל, מיר ווערן אנגערופן דער עם היהודי, איש יהודי - זאגט די גמרא אין מגילה - שכפר בעבודה זרה. כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי. דער טיטל יהודי קען נאר באקומען א כופר, עס קען נישט קלעבן אויף א פונדעמאנטעליסט.

8171204e-f9c6-4bb7-aeea-4f28343895e7.jpg

לפי דעם, אויב מאכט מען א שילוב פונ׳ם ממש טעכנישע אפטייטש פון פאנדאמענטאליזם [אז מ׳גייט ממש ממש נאכ׳ן טרוקענעם טייטש פון פסוק] און די למעשה׳דיגע פאנדאמענטאליזם בינינו, קען מען אפשר טייטשן די מימרא (קידושין ו.) פון ״יהודה ועוד לקרא״, אז ״יהודה [יהודי]״ איז נאך א גאנג [״ועוד״] ביז מען קומט אן צו פאנדאמענטאליזם, וואס איז בשורשו א שטרענגן צוגעקלעבאכץ צום פשוט׳ן פשוט׳ן פשט אין ״קרא״, וכדברי זבולון...

אונז טרעפן מיר אויך סתם אזוי אז דער באשעפער כביכול פרייט זיך מיט נצחוני בני אא״וו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4920 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 517 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט