בלאט 1 פון 1

ישראל - כי שרית עם אלוהים ועם אנשים ותוכל

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 7:26 am
דורך זבולון
דאס אידישער פאלק האט אסאך נעמען און צו-נעמען, אבער דוכט זיך מ׳קען זאגן, אז דער נאמען ״ישראל״ דאס איז איהר שם עצם. דאס איז דער נאמען פון כלל ישראל.

אויפן משמעות פונעם נאמען ישראל, זענען שוין געשריבן געווארן פארשידענע ערליי פירושים, בדרך הפרדס. אבער אז מ׳בליקט אריין אין די תורה, דארט ווי דער נאמען ״ישראל״ איז באשאפן געווארן, שרייבט אונז דער פסוק קלאר און אפען דעם באדייט פונעם נאמען: ״כי שרית עם אלוהים ועם אנשים ותוכל״.

די פשוטע אפטייטש פון א ישראלי, איז ישר-אל, ער קריגט זיך מיט גאט, ער גייט מלחמה אקעגן איהם, און ער געווינט איהם.

אויף צו מלחמה האלטן מיט מענטשן פעלט נישט אויס די אידישע דרייסטקייט, די עזים שבאומות קענען מלחמה האלטן מיט גאט אויך, אזא עם קשה עורף וואס ציטערט נישט זיך צו אמפערן מיט אלהות, והיא תהילתם.

מיר הרג׳ענען נישט גאט, נאר מיר לאזן איהם ליבערשט ביים לעבן, און מיר קריגן זיך מיט איהם. עס איז קיין חכמה נישט צו אנטלויפן פון גאט, דאס האט שוין געטוהן דער ערשטער מענטש, דער חידוש איז אז מיר קענען איהם פעיסן, און מיר זוכן זיך נישט צו באהאלטן פון איהם.

ישר-נש לא נאמר כי אם ישראל, מיר הייסן נישט ישר-נש, דער דגש איז נישט איבער אונזער מלחמה עם אנשים, נאר ליבערשט איבער אונזער מלחמה עם אלוהים. דער ייד צוברעכט און צושטויסט אלע פאלשע אידאלאדאגיעס וואס אנשים קענען נישט בארעכטיגן נאר בשם אלוהים.

עם אלוהים ועם אנשים - ווייל ווען גאט איז א מענטש, איז א מענטש גאט. אויב פארשטייט מען געטליכקייט ווי מענטשליכקייט, קען מען טוהן מענטשליכע רשעות אין נאמען פון גאט. דאגעגן אין נאמען פון א געטליכער גאט קען נישט געפראוועט ווערן קיין רשעות.

ווען מ׳איז מייחס צו גאט מענטשליכע געפיהלן, דעמאלס וועט אן אייסעס מיטגליד האקן א קאפ, א מתנחל וועט פייניגן אן אראבער, אדער א חרד׳ישער עשקן וועט פראווען רשעות, אין נאמען פון גאט.

אבער ווען מ׳האט אן אמת׳ע השגה אין געטליכקייט, פארשטייט מען אז גאט צארנט נישט ווען איינער טוהט נישט וואס דו ווילסט אז ער זאל טוהן, גאט צארנט ווען מ׳מאכט חרוב זיין וועלט, זיין דירה בתחתונים, און מ׳ערזעצט עס מיט אן אנדלורמוסיא פון איש את רעהו חיים בלעהו.

ותוכל - יעס יו קען! יכלנו ונוכל עוד. מיר האבן געקענט, מיר קענען, און מיר וועלן קענען בייקומען האט די מענטשליכע געטער, און מיט דעם זענען מיר ישראליים.

אויסער ישראליים פארמאגן מיר נאך א טיטל, מיר ווערן אנגערופן דער עם היהודי, איש יהודי - זאגט די גמרא אין מגילה - שכפר בעבודה זרה. כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי. דער טיטל יהודי קען נאר באקומען א כופר, עס קען נישט קלעבן אויף א פונדעמאנטעליסט.

מיר זענען יידן מיט דעם וואס מיר פארמאגן די כח ההבחנה צו מבחין זיין בין אלוהי האהבה לבין אלוהי השנאה, צו זעהן דעם אינטערשייד צווישן תורת חיים און תורת מוות, מבדיל זיין בין אהבת שלום לבין אנשי מלחמה, מיר פארמאגן די בחירה צו בוחר זיין דעם טוב פונעם רע.

גאט האט אונז געגעבן זיין וועלט עס צו פארבעסערן, עס צו מאכן א בעסערע פלאץ צו לעבן, לתקן עולם, נישט עס צו חרוב מאכן מיט קנאה, תאוה און כבוד וואס זענען מוציא את האדם מן העולם.

כי אותי עזבו מקור מיים חיים לחצוב בורות נשברות, מ׳לאזט אפ דעם גאט פון לעבן צו הרג׳נען אנדערע, מ׳פארטוישט דעם גאט פון ליבשאפט מיט שנאת חנם, מ׳פאררופט מלחמת מצוה אין נאמען פונעם גאט פון שלום, מ׳פראוועט אכזריות אין נאמען פון א רחמנות׳דיגער גאט, רוממות אל בגרונם וחרב פיפיות בידם.

פאר דעם זענען מיר יידן, מזרע מרדכי, לא נכרע ולא נשתחווה, מיר שרעקן זיך נישט פון טעראר, און מיר טוהען וואס מיר האבן צו טאן. מיר ווילן פארבעסערן די אוניווערס, מיר וועלן מרבה זיין ליבשאפט, ווארעמקייט, און לעבן אינעם אטמאספער.


לחיים, לחיים, לחיים!!!!