קידוש קודם תקיעת שופר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2720
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך דולה ומשקה »

די דורשי רשימות זאגען אז תמוז איז ראשי תיבות זמני תשובה משמשים ובאים, ספה"ק זאגען אויף דרשת חז"ל טוב ללכת אחורי ארי מאחורי אשה, היות מזל חודש אב איז א אריה א לייב, און מזל לחודש אלול איז א בתולה, דאס מיינט בעסער תשובה טוהן נאך אין חודש אב וואס מזלו ארי, מאחורי אשה בעסער ווי חודש אלול שמזלו בתולה.

מיין נקודה דא איז, היות מ'האלט נאך אין חודש תמוז, דארף מען זיך שוין עטוואס אנהייבען גרייטען אויף די זמני התשובה הבאים ומתקרבים.

אין א אנדערע אשכול האט זיך אויסגעברייטערט א שמועס בנוגע מאכן 'קידוש' פאר 'תקיעת שופר', די שאלה בנוגע נאך קריאת התורה ביים פויזע (ברעיק) איידער תפלת מוסף, איז דא וואס טענה'ען אז דאס איז ערלויבט, ויש אומרים שזה איסור גמור.

כ'וועל מעתיק זייער ווערטער:

דורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 04, 2012 2:34 pm

איך וועל נישט אריינקריכן אין געבראקטס אום פסח, איך האב זייער ליב פסח ווי אזוי עס איז, אן די אלע צוגעהערן, די מצה מיט די פאטעטעס און אייער האט ביי מיר אזא געשמאקע טעם, אז איך דארף גארנישט מער. פון מיר אויס זאל פסח זיין נאך 2 חדשים, ווער דארף פיצא?

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עטליכע חומרות מיט וועלכע מיין פאטער האט זיך געפירט אום פסח - באמת א איד פון פאריגן דור מיט אלע מפרשים, ווי כל המרבה בחומרות הרי זה משובח - האט אונז געזאגט אלס בחור, אז כאטש ביי זיך אינדערהיים הייסט ער די בחורים זיך פירן אין זיינע דרכים, אבער נאך די חתונה קענען מיר טוישן אויב מיר ווילן, כאטש ער וועט הנאה האבן אז מיר גייען אויף זיינע וועגן, וועט ער אבער פארשטיין. (כאטש ער האט מיר איינמאל אריינגעווארפן אז איך וועל נאך זיין א "תוהה על הראשונות"...)

רוב זאכן האב איך ב"ה נישט געדארפט טוישן, נאר אדרבה, כ'האב עס מקבל געווען מרצון, אבער עטליכע זאכן וואס רוב וועלט פירט זיך שוין אנדערש האב איך יא געמוזט ברעכן. למשל מאכן קידוש פאר תקיעת שופר. גיי פרעג מיין טאטן פארוואס אין דער וועלט ס'האט אים געבאדערט אז די קינדער מאכן קידוש. כ'האב געמוזט פאסטן ביז 5:00 יעדן ראש השנה. און כדי נישט צו דארפן קוקן אויפן זייגער נערוועזערהייט און ווארטן צו ענדיגן מוסף אן כוונה, האב איך באשלאסן נאך די חתונה אז ס'איז ריכטיגער יא צו מאכן קידוש און געהעריג מכוון זיין מוסף מיט א רואיגקייט.


***

דורך איחוד פעלד » מיטוואך יולי 04, 2012 3:49 pm

מען איז גערעכט אז מנהגים און מסורה זענען אנדערע מושגים וואס ווערען אויס געמישט.
עם כל זה, האבען מנהגים אן הלכה'דיגן תוקף, אויב עס האט א מקום אין הלכה. אויב נישט איז עס נישט קיין מנהג און מען מעג עס ברעכען.

דא לאזט מען זיך אבער אריין אין א שווערע לאך, ווייל מען קען אנהייבען זיך מפלפל זיין ווען עס הייסט א מקום אין הלכה.
דא האט מען דערמאנט געבראקס,
שלאפען ראש השנה
קידוש מאכען פאר תקיעת שופר.

לא ראי זה כראי זה. גאנץ אנדערע ענינים. געבראקס איז א חומרה וואס איז געבויט אויף א חשש וואס האט באמת נישט קיין מקום אין הלכה, דאס הייסט אויף א חשש אז עס איז איבער געבליבען מעל וכו', איז אין הלכה נישטא קיים מקום להחמיר. אבער איינער קען טענה'ן אז עס האט יא א מקור, ווייל אין די גמרא שטייט וכו',.

שלאפען ראש השנה, איז א כל בו בשם הירושלמי וואס איז נישטא, און עס ווערט געברענגט אין שו"ע, וואס איז דאס? ווי אזוי ווערט דאס באהאנדלעט? יא מקום נישט מקום? בכלל קען איינער זאגען מיר איז בעסער אז די מזל שלאפט............

קידוש מאכען פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.


***

דורך טעלעפאן » מוצ"ש יולי 07, 2012 9:44 pm



איחוד פעלד האט געשריבן:
קידוש מאכן פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.


נישט נאר דאס נאר הלכה׳דיג דארף מען בלאזן שופר לכתחילה פאר חצות. קומט אויס אז אלעס איז ממש איינגעפירט געווארן קעגן די הלכה... וויבאלד מען וויל אויסציען דאס דאווענען. און במילא - מיר זענען דאך נאר מענטשן.. מאכט מען קידוש פאר תקיעת שופר...

אבער דאס קען שוין באמת אריין גיין אין גאנץ א נייע קאטעגאריע וואס נעמט אויך אריין דאווענען שבת צופרי נאך סוף זמן תפילה וכדו׳..



יעצט וועל איך איבערנעמען דאס ווארט, מיט אפאר קלייניגקייטן:

די סיבת הדברים זאגט מען נאך פון בעלזא רב זצ"ל וויבאלד תקיעת שופר באלאנגט באמת פאר תפלת שחרית נישט ביי מוסף, און פאר תפלת שחרית עסט מען דאך נישט, לו יצוייר אז ווען מ'וואלט געבלאזן שופר ביי שחרית, וואלט מען געקענט מאכען קידוש רואיגערהייט פאר מוסף. נאר היות שחרית האט זיך נישט געענדיגט ביז נאך די מאה קולות קען מען נישט קידוש מאכן פארדעם.

אפשר קען מיר כבוד ידידינו הרב ליסקא צוהעלפן אין דעם, אבער געזעהן האב איך אראפברענגען אז רבי הערשעלע ליסקא האט געזאגט בנוגע קידוש פאר תקיעת שופר: "אז זיי מאכן דאך קידוש נאר כדי אז זיי זאלן האבן כח צו דאווענען פארן באשעפער". אגב דארט שטייט אז ביים ליסקא רב האט מען מאריך געוועהן בתפלה ובתקיעות בלויז ביז דריי אזייגער נאכמיטאג, נישט מער. אין מיט דעם אלעם האט ער געלאזט קידוש מאכן.

אין זכרנו לחיים (מנהגי באבוב) שטייט אז רבי שלמה האט אין די ערשטע יארן גענדיגט דאווענען ראש השנה בערך צווישן האלב-נאך צוויי און דריי אזייגער, שפעטער האט ער דאס אויסגעצויגן ביז סאך שפעטער, זאגענדיג: "וויל איך נישט אין אזא הייליגע טאג נאכן סעודה, היות שלאפן קען מען נישט (צוליב פארשלאפן דעם מזל), גייט מען שפאצירן מיט די פרוי אויפן גאס".
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
רעאגיר