קוקן שאוס וואס האט פרויען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:40 pm

דא איז געווארן א שטיקל ליצנות פון די אייוועלט חברה ווי איינער האט געמאכט א קאמפיין נישט צו קוקן די היינט נאכטיגע דעבאטע, ווייל מ'גייט דארט זעהן (אומצניעותדיגע) פרויען.

אנדערש ווי רוב ניקים דאהי, גלייך איך זייער נישט צו נוצן די טערם 'אויפגעקלערטער' 'פאנאטיקער' 'עקסטרעמיסט' וכו', די אלע לעבלס איז נישט מער ווי א גרינגע עקסיוס פון דארפן ענטפערן נארמאל און לאגיש, מ'שיסט א לעבל, און פטור אן עסק, יענעמ'ס טענות זענען אפגעפרעגט ווייל ער איז אן 'אויפגעקלערטער' אדער 'עקסטרעמיסט' וכו'.

קען איינער ביטע מסביר זיין הלכהדיג די צדדים להיתר אדער לאיסור אויף קוקט א דעבאטע וואס פיטשערט פרויען ? צו ס'איז די קאנדידאט אדער די מאדערעיטאר, אדער שארק טענק מיט בארבארא און לארי.

דא וואלגערן זיך דיינים און תלמידי חכמים אפשר איז כדי איינמאל פאר אלעמאל עס מברר צו זיין.

איך וועל אנהייבן מיטן ציטירן א תגובה אין יענעם אייוועלט אשכול פונעם ניק 'גערעכטער' און יעדער איינער איז מכובד מיטצוטיילן זיין מיינונג און ידיעות.

גערעכטער האט געשריבן:אין

לגבי די הלכהדיגע חלק: א סקרין איז נישט קיין איסור דאורייתא אויב עס ברענגט נישט קיין הרהור (שבט הלוי ושאר פוסקי דורינו)

די חילוק צווישן ראיה און הסתכלות לפי פשוטו איז 'ראיה' מיינט 'קוקן' 'הסתכלות' איז 'באטראכטן' (יש מחלוקת רמב"ם וראב"ד בדבר זה ואכמ"ל)
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:44 pm

איך האב עס נישט דוירעכגעטוהן אבער לכאורה אהן קיין זינגען איז נישט דא קיין שום פראבלעם
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:11 am
האט שוין געלייקט: 755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:46 pm

@יעקב מענטש שכח פארן אןיפברענגען די טעמע איך וויל שוין לאנג וויס די הלכה.זייער אסאך חברה דא זעען און הערן פרויען זינגען ובתוכם איך... וויל איך טאקע וויסן.
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:56 pm

טרויבן88 האט געשריבן:@יעקב מענטש שכח פארן אןיפברענגען די טעמע איך וויל שוין לאנג וויס די הלכה.זייער אסאך חברה דא זעען און הערן פרויען זינגען ובתוכם איך... וויל איך טאקע וויסן.

זינגען איז אינגאנצן אנדערש און לכאורה א קלארע הלכה אז מען טאר נישט
אויפן ראדיא איז דא מתירין אבער ווען מען זעהט איז לכאורה נישט שייך די היתרים
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:11 am
האט שוין געלייקט: 755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:18 am

די עיקר איסור פונעם אינטערנעט איז דאך נאר וועגן שמירת עינים, און יעצט פרעגסטו ווי שטארק די איסור פון שמירת עינים איז??? אתמהה...
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:14 pm

דא האב איך געטראפן א שיינע ליקוט איבער דעם ענין, אבער מיין שאלה בלייבט נאך אומפארענטפערט (אויב ס'איז בכלל א שאלה). טוישט זיך די הלכה אויב ס'איז א קליפ ?

נו ? @ליטוואק פון בודאפעסט @שש משזר ?
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:14 pm

mevakesh האט געשריבן:איך האב עס נישט דוירעכגעטוהן אבער לכאורה אהן קיין זינגען איז נישט דא קיין שום פראבלעם

איך פארשטיי פון ר' יעקב שאלה אז ער איז נישט אינטערעסירט אין קיין 'לכאורה'ס' ער האט זייער שיין און איידל ארויסגעברענגט א שטארקע שאלה!
איז דא א היתר צו קוקען די אלע זאכען אויב יא וואס איז די היתר
- לכאורה איז נישט קיין פראבלעם - און די פארנאטיקער די קיק טאקע נישט - וכדו' פאר די אלע זאכען האבען מיר דא א איבערפלוס מיט אשכולות און פעלט נישט אויס נאך אן אכול פאר דעם
אז מ'האט נישט קיין קלארע ענטפער מיז מען נישט מגיב זיין...
איי פארוואס שרייב איך יא - ווייל איך וויל טאקע אויך וויסן! איך חליש צו קוקען די נעכטיגע דעבאטע אבער עס איז ווינציגער ווי א וואך פאר ראש השנה און עס האט מיך געכאפט אן התעוררות איך וויל וויסען צו מ'מעג אדער מ'טאר נישט!
חמשה עשר בשבט איז די זעלבע שאלה עס האט נישט מיט א וואך פאר ראש השנה אבער עס שטייט פארט אז אפילו דער וואס עסט פת פלטין און פת עכו"ם וכדו' א גאנץ יאר זאל זיך כאטש אין דיזע טעג מונע זיין...

אלזא ווער עס ווייסט עפעס א תשובה איז מכובד צו קומען צום מייק.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 750
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:29 pm

איך זאג קלאר אז איך חלש צו קוקן שארק טענק, די דעבאטעס, און איך פלעג אמאל קוקן אין גרויסן, אויב איינער קען "פליז" ברענגן א היתר וואלט איך אים מכיר טובה געווען, פון די פאר הלכה פלעצער אנליין קוקט נישט אויס אז ס'איז מותר.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:40 pm

איך ווארט און איך ווארט און קיינער ברענגט נישט אויף קיין געהעריגע פסקים,
בפשטות איז עס אסור, און די אלע דיינים און רבנים כאפן נישט ווי ווייט אינז זעמיר פון זיי, און ממילא איז נישט דא איינער וואס וועט זאכן מותר... אדרבא לאמיר זען.
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:51 pm

דערווייל זאגט נישט קיינער וואספארא איסור עס איז פאראן. הסתכלות עקזיסטירט נישט ווען מען קוקט כדרך כל הארץ, און עס איז נישטא קיין איסור צו זען א פרוי ווי א מענטש צווישן מענטשן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2200
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8750 מאל

הודעהדורך סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 3:08 pm

ער זאגט אין קורצן אז להלכה איז נאר הסתכלות להנאה אסור, סתם ראיה נישט להנאה איז נישט אסור. לויט דעם אלץ די שמירת עינים׳דיגע חלק מעג מען קוקן די דיבעיט. כ׳גלייב נישט אז איינער קוקט אויף קלינטאן להנאה, אויב עפעס מיינעך אז איינער וואס איז נכשל געווארן אין שמירת עינים זאל קוקן אויף קלינטאן לכפרה. אבער איך בין נישט דער וואס קען פסק׳ן. אויך קען מען חושש זיין אז אויב קוקט מען די דיבעיט קען מען אויך זען אנדערע פרויען ווי ריפארטערס וואס דארט איז שוין יא דא הסתכלות להנאה.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך גנדי » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 3:16 pm

ביי DEFAULT איז אלעס מותר. קודם זיי מסביר די איסור.

"לא תתורו אחרי... עיניכם" מיינט הירהור פון זנות. עיין גמרא ופוסקים.

נישטא קיין שום איסור צו מיטהאלטן א דיבאטע פון א פרוי. אדער א ביזנעס פרוי.

אויב פון קוקן די שאוי באקומסטו א הירהור צו בועל זיין די פרוי (א מחשבה פון א מעשה איסור פון מזנה זיין מיט אן אשת איש וואס איז אסור בכרת) דאן איז אסור פאר דיר צו קוקן מחמת די מחשבת איסור נישט מחמת די קוקן.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1426 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:17 pm

סימפל האט געשריבן:איינער וואס איז נכשל געווארן אין שמירת עינים זאל קוקן אויף קלינטאן לכפרה.

:lol: :lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14969
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17827 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:25 pm

סימפל האט געשריבן:ער זאגט אין קורצן אז להלכה איז נאר הסתכלות להנאה אסור, סתם ראיה נישט להנאה איז נישט אסור. לויט דעם אלץ די שמירת עינים׳דיגע חלק מעג מען קוקן די דיבעיט. כ׳גלייב נישט אז איינער קוקט אויף קלינטאן להנאה, אויב עפעס מיינעך אז איינער וואס איז נכשל געווארן אין שמירת עינים זאל קוקן אויף קלינטאן לכפרה. אבער איך בין נישט דער וואס קען פסק׳ן. אויך קען מען חושש זיין אז אויב קוקט מען די דיבעיט קען מען אויך זען אנדערע פרויען ווי ריפארטערס וואס דארט איז שוין יא דא הסתכלות להנאה.

וואס איז אנדערש קלינטאן ווי א ריפארטער?
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:46 pm

די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:04 pm

אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2200
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8750 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:27 pm

נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:14 am

סימפל האט געשריבן:די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.

ריכטיג. אבער ביי די דעבאטע האסטו געזאגט אז ממעג. וויבאלד דארט איז נישט פאר א הנאה און ביי א ריפארטער זאגסטו אז סאיז א שאלה. איז פארווס איז א ריפארטער מער הנאה ווי א דעבאטע?
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:55 am

נעגעל וואסער האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_14673_100.pdf

אינטערעסאנט
הנאה זאגט ר' משה מיינט אויך סתם באמערקען שיינקייט - מענליכע חטאים קימט נישט דא אריין אין די שמיעס
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1884
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 885 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:46 am

די Hebrew וויקיפידיא איז זייער שיין מסביר די ענין. איך ליין עס יעצט
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%95%D7%94


און געט א קוק וואס סקומט ארויף ווען מלייגט אריין "איסור"...
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טרויבן88 אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:52 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך סימפל » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:49 am

ראובן האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

ווער האט פארגעסן אז ׳א פרוי איז פונקט אזא מענטש ווי א מאן׳?
מען שמועסד דא דורך צו לויטן אידישן געזעץ מעג א מאן קוקן אויף א פרוי. דארף מען זען וואס די אידישע געזעץ עקספערטן זאגן, איינער פון די גרעסטע עקספערטן אין אידישע געזעץ איז די רמב״ם, שרייבט ער אזוי:
והמסתכל אפילו באצבע קטנה של אשה ונתכוין ליהנות כמי שנסתכל במקום התורף
(הרמב"ם בפכ"א מה' איסורי ביאה ה"ב)

אזוי אויך שטייט אין משנה ברורה:
"...וכל זה לא איירי אלא לאיסור קריאת שמע... אבל לענין איסור הסתכלות, לכולי עלמא המסתכל באשה, אפילו באצבע קטנה, כיון שמסתכל בה להינות, עובר בלאו ד"לא תתורו אחרי עיניכם" ואמרו שאפילו יש בידו תורה ומעשים טובים לא ינקה מדינה של גיהנם. וראיה בעלמא לפי תומו בלא נהנה שרי, אם לא מצד המוסר"
(משנ"ב, הלכות קריאת שמע סימן עה)
(טאקע געטרונקן לחיים נעכטן לכבוד די הייליגע חפץ חיים׳ס יארצייט...)

עס איז דא נאך אסאך מראה מקומות צו ברענגן כהאב פשוט נישט די צייט יעצט נאך צוקוקן.

בד״וו עס איז הונדרעד פראצענט אמת אז א פרוי איז אסאך מער ווי א חפץ וואס איז געמאכט צו קוקן אויף דעם אין הנאה האבן. אבער די געדאנק פון מאכן אזא עיקר פון א פרוי צו הנאה האבן פון איר שיינקייט, מיינעך האט גארנישט צוטון מיט פערווערטירטע אידישקייט עס איז א אינטערנעשינל זאך. כמיין פארוואס ווען קעדילעק וויל עדווערטייזן די עסקעלעיד לייגן זיי א בילד פין א שיינע אינגע פרוי, אין מיין אפיניען זאל מען לייגן א בילד ווי היימישע הצלה וואלאנטיר פליט מיט דעם אויף א קאלל, ער ווייסט ווי אזוי צו מאנאווירן דעם קאר, פארוואס לייגט מען א בילד פון איינעם וואס זעט בכלל נישט אויס ווי זי קען פארקן די קאר...
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:02 pm

סימפל האט געשריבן:בד״וו עס איז הונדרעד פראצענט אמת אז א פרוי איז אסאך מער ווי א חפץ וואס איז געמאכט צו קוקן אויף דעם אין הנאה האבן. אבער די געדאנק פון מאכן אזא עיקר פון א פרוי צו הנאה האבן פון איר שיינקייט, מיינעך האט גארנישט צוטון מיט פערווערטירטע אידישקייט עס איז א אינטערנעשינל זאך. כמיין פארוואס ווען קעדילעק וויל עדווערטייזן די עסקעלעיד לייגן זיי א בילד פין א שיינע אינגע פרוי, אין מיין אפיניען זאל מען לייגן א בילד ווי היימישע הצלה וואלאנטיר פליט מיט דעם אויף א קאלל, ער ווייסט ווי אזוי צו מאנאווירן דעם קאר, פארוואס לייגט מען א בילד פון איינעם וואס זעט בכלל נישט אויס ווי זי קען פארקן די קאר...

די אדווערטייזמענט דארף טאקע נישט ברענגען קיין הורהור, אבער עכ"ז איז דא עפעס א ענין צו לייגען דוקא א פרוי אויף די עדס, ווייל ס'איז דא עפעס א געוויסע נערוו וואס ווערט אנגעצינדען און ווילד קוקענדיג אויף דעם בילד און דאס איז שטארק משפיע אויף די מחשבה פון דעם מענטש, און אזוי כאפט מען אריין דעם קאסטומער כידוע ליודעי דבר... ;)
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך סימפל » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:03 pm

טרויבן88 האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.

ריכטיג. אבער ביי די דעבאטע האסטו געזאגט אז ממעג. וויבאלד דארט איז נישט פאר א הנאה און ביי א ריפארטער זאגסטו אז סאיז א שאלה. איז פארווס איז א ריפארטער מער הנאה ווי א דעבאטע?

צוויי מענער קענען קוקן אויף די זעלבע פרוי איינער קוקט להנאה, דאס איז אסור, איינער קוקט לפי תומו איז מותר. דאס וואס כהאב געשריבן די חילוק פין די דיבעיט און ריפארטערס איז א מליצה אבער די פוינט איז לכאורה אמת, אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט קען איך דיר גערן מסביר זיין אדער אפשר ווארט ביסט דו ווערסט עלטער און די וועסט שוין דעמאלס פארשטיין...
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:11 pm

סימפל האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:די חילוק איז צו מען האט הנאה ווען מען קוקט אדער נישט.

ריכטיג. אבער ביי די דעבאטע האסטו געזאגט אז ממעג. וויבאלד דארט איז נישט פאר א הנאה און ביי א ריפארטער זאגסטו אז סאיז א שאלה. איז פארווס איז א ריפארטער מער הנאה ווי א דעבאטע?

צוויי מענער קענען קוקן אויף די זעלבע פרוי איינער קוקט להנאה, דאס איז אסור, איינער קוקט לפי תומו איז מותר. דאס וואס כהאב געשריבן די חילוק פין די דיבעיט און ריפארטערס איז א מליצה אבער די פוינט איז לכאורה אמת, אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט קען איך דיר גערן מסביר זיין אדער אפשר ווארט ביסט דו ווערסט עלטער און די וועסט שוין דעמאלס פארשטיין...

קודם כל איך פארשטיין נישט די חילוק פון קלינטאן און א ריפארטער חוץ אויב די זאגטס אז קלינטאן איז מער בצניעות...

אבער ס'דא דא אן ערגערע פראבלעם וויאזוי איך ליין יעצט.@יעקב מענטש האט עס נישט אויפגעברענגט, די אלע פרויען זענען נישט אנגעטון צניעות'דיג און אסור להסתכל בערוה ?
ווי למשל בארבארא, לארי, היידי קלום, מעל ב, וכו'
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:54 pm

ראובן האט געשריבן:אויב איינער האט פארגעסן, א פרוי איז א מענטש פונקט ווי א מאן. איר מהות באשטייט נישט פון א פראגע צי מ'האט הנאה פון קוקן אויף איר צי נישט. מ'קען קוקן אויף א פרוי -- פונקט ווי אויף א מאן -- פאר א מיליאן סיבות חוץ כדי הנאה צו האבן. און אוודאי, אז מ'וואקסט אויף מיט פערווערטירטע השקפות וואס קלעבן אן אין קאפ אז א פרוי איז סינאנים מיט מענליכע חטאים, קען מען האבן אזעלכע קוריאזע דיונים צי מ'מעג קוקן אויף א פרוי, און אז עס ווענדט זיך "צי מ'האט יא הנאה צי נישט."

@ראובן כאפ א בליק אויף דברי רבי משה פיינשטיין ז"ל:

עכ"פ ודאי אסור להסתכל באשה אפילו במקומות שדרכן להיות מגולות כשמתכוין לראותה, ועיין בב"ח או"ח סי' ע"ה סעי' א', וזה אסור בכל מקום אפילו ברחובות, ויש חיוב על כל אדם להביט כפי האפשר למטה כשהולך בשוק, אך לא באופן שיהיה פרוש קיזאי שיהיה מקיז דם לכותלים, עיין בסוטה דף כ"ב וברש"י שם ד"ה מקיז. וכן כשבאה אשה לשאול להרב שאלה בעניני איסור והיתר מחוייב להשתדל שלא להביט בפניה כדי שלא יבא ליהנות ח"ו מהראיה, וכן בכל מקום שפוגע בנשים.

בקיצור אויב דו 'קענסט' צוקומען לידי הנאה איז עס אסור, אויב קוקסטו א שוי אדער א מאווי ווי א פרוי אינטערטעינט, קומט עס נישט לידי הנאה?

אגב, וואס מיינט הנאה? נאר דוקא פון איר שיינקייט? אדער פון איר געלונגענע סענס אויף הומאר איז אויך אסור?

אגב דאגב, איך זעה נישט אין ערגעץ אז די איסור זאל זיין תלוי אין מיין מעגליכע ווילן איר בועל צו זיין, קען זיין אז דאס איז דער טעם פון די הלכה, אבער מאכט דאס אויס אויף למעשה?

איך פרעג פשוט ווייל איך וויל וויסן, און ס'איז מיר אומבאקוועם צו פרעגן א דיין
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט