פרייוויליג האט געשריבן:קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?
יעקב מענטש האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:קוקן און זען נאראטיוו דארף א גרויסע חקירה, ביז וויפיל סקונדן הייסט עס נאך זען און ביי וועלכע מאמענט גייט עס אריין אינעם קוקן זאנע? את"ל אז איין בליק הייסט נאר זען און צוויי בליקן הייסט קוקן, דאן וואס איז בעסער, איין לאנגע זע אדער צוויי קלענערע בליקן?
ס'האט נישט מיט די 'צייט' ס'האט מיט די כוונה.
בעיסיקלי נתכוון ליהנות.
אז דו גייסט אין באנק מעגסטו ווארשיינליך קוקן אויף די טעלער, ס'איז בבחינת 'זעהן' דו 'באטראכסט' איר נישט, די זעהסט אויף אן אויפן פון האנדלן, אבער 'באטראכטן' א פרוי איז בפשטות אסור. און דאס זעה איך די פראבלעם מיט מאוויס.
איך בין נישט קיין פוסק, והנלע"ד כתבתי.
איש חזון האט געשריבן:דאכצעך מיר אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא, אז אפילו אויב מען וועט אויפקומען מיט אן היתר צו וואטשן, דאך איז א סצענע פון כדרך המנאפים קלאר אסור, ויל''ע חו''נ מהו.
איש חזון האט געשריבן:דאכצעך מיר אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא, אז אפילו אויב מען וועט אויפקומען מיט אן היתר צו וואטשן, דאך איז א סצענע פון כדרך המנאפים קלאר אסור, ויל''ע חו''נ מהו.
אונטער חכם האט געשריבן:שו"ע או"ח סי' ש"ז סעיף ט"ז:
מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.
דא זעהט מען בפירוש אז אפילו נאר ליינען ראמאנען 'דברי חשק' איז שוין אסור ומכל שכן וואטשען , וממילא טאר מען לכאורה נישט קוקן אפילו אזא שאו ווי שטיסל כאטש עס האט נישט קיין אומצניעותדיגע סצענעס , די שאלה איז נאר ווען מען זעהט פשוט פרויען אין סצענעס וואס זענען נישט קשור מיט ליבע און ראמאנען.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לדעתי אויף א סקרין צו א בילד, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דער אוסר דארף דא ברענגען די ראיה, נישט דער מתיר.
דאס איז אוודאי, אז עפעס וואס ברענגט צו לידי הרהור איז אסור מטעם ובתחבולות עשה מלחמה, אז מ׳לאזט זיך אריין אין אן איסור פון הרהור, וואס איז לא תתורו אחרי לבבכם, נישט עיניכם. אבער דער חפצא של איסור איז דער הרהור, נישט דער ראייה. דער ראייה איז די הכנה צו דער איסור, אנדערש ווי ביי א לעבעדיגע פרוי וואס ראייה אליינס איז אסור.
און זינגען אויף א מאווי ווייס איך נישט ווי עס קען זיך אנהויבען אן איסור בכלל. קיין פרוי זינגט דא נישט, זי קען נאך זיין טויט אויך, און דער מאשין זינגט ווייטער.
אזוי זעט מיר אויס מסברא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מי אני האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 11&hilite=
(אות לז).
(אין שו״ת באר משה, ח״ד סימן קמז אות כב, אינ׳ם קאנטעקסט פון הסתכלות אויף א לייוו פרוי ווס. נישט לייוו [בילד וכו׳], זאגט ער אז טעלעוויזשין איז ערגער ע״ש.)
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט