חג האסיף – דער פארמער'ס יום טוב

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

חג האסיף – דער פארמער'ס יום טוב

שליחה דורך הוגה »

[justify]דער ארטיקל איז איבערגעארבעט געווארן פון אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן דריי יאר צוריק. זעהט דא די ארטיקל און די תגובות פון דעמאלטס.

וְחַג הָאָסִף בְּצֵאת הַשָּׁנָה בְּאָסְפְּךָ אֶת מַעֲשֶׂיךָ מִן הַשָּׂדֶה. (שמות כ"ג)

די אידישע חגים וזמנים האבן אין זיך פארשידענע אספעקטן און זייטן. מיר אלע ווייסן אז אין די תורה ווערן די שלש רגלים אנגערופן חג המצות, חג הסוכות און חג העצרת (הביכורים). פון די אנדערע זייט, מצד בני ישראל ווערן זיי אנגערופן פסח, שבועות און סוכות. עס זענען דא מערערע הסברים אין די נעמען; וואס זיי רעפרעזענטירן און וואס איז נוגע צום עבודה פונעם ספעציפישע יו"ט. איך וויל שרייבן איבער נאך אן אספעקט פון די שלש רגלים וואס ווערט נישט אסאך דערמאנט אין די ספרים און מען רעדט ווייניג דערפון. די שלש רגלים ווערן אויך אנגערופן אביב, קציר און אסיף. דאס רעפרעזענטירט די דריי וויכטיגע זמנים פאר דער חקלאי/פארמער וואס ארבייט אינדערויסן אויפן פעלד א גאנץ יאר.

וואס פאר א משמעות האט דאס אבער פאר אונז, די רעשט פון כלל ישראל וואס זענען נישט עסוק בעבודת האדמה? פארוואס ווייסן, פארשטייען און הערן מיר אזוי ווייניג דערפון היינטיגע טעג? איז דא עפעס א דירעקטע שייכות וואס די שלש רגלים האבן מיט די דריי זמנים פון די יאר אדער איז דאס סתם א סימן וואס די תורה האט געגעבן כדי מיר זאלן וויסן ווען יום טוב איז? איז דאס א רמז וואס די תורה האט געגעבן כדי מיר זאלן וויסן מעבר צו זיין די יאר? פארוואס פעלט טאקע אויס אז מיר זאלן מעבר זיין די יאר?

דאס ערשטע מאל וואס איך האב אריינגעטראכט אין דער נושא איז געווען אפאר יאר צוריק, ווען איך האב געליינט Roots, די בעסט-סעלער בוך פון אלעקס העילי. אין די בוך גייט העילי צוריק צוויי הונדערט יאר אין היסטאריע צום אפריקאנער דערפל וואו זיינע זיידעס פון א פארווארפענע שבט אין גאמביע האבן געוואוינט. העילי באשרייבט בעיקר זיין זיידע, קונטע קינטע, זיין לעבן פון געבורט, וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן אין די מאנדינקע שבט, זייערע מנהגים און מהלך החיים. דערנאך פארציילט העילי וויאזוי זיין זיידע איז פארכאפט געווארן דורך א קאנקורירנדע שבט און איז פארקויפט געווארן אלץ קנעכט קיין אנאפאליס מערילענד אין אמעריקא. אין דער בוך שילדערט העילי אלע מיטמאכענישן וואס קונטע קינטע האט מיטגעמאכט אלץ קנעכט אין אמעריקא. איך רעקאמענדיר שטארק דער בוך פאר ווער עס האט ליב היסטאריע און אינטערעסאנטע ידיעות. עס איז אויך ארויסגעקומען א דאקומענטערי פילם באזירט אויף דער בוך.[/justify]

[center]
Roots by Alex Haley
Roots by Alex Haley
Roots 1.jpg (25.23 KiB) געזען געווארן 1403 מאל
[/center]

[justify]איך וויל זיך דא באציען צו איין פרק אין די ערשטע טייל פונעם בוך. דארט ווערט געשילדערט באריכות יתירה איבער די הנהגת החיים און די עול הפרנסה ביי די מאנדינקע שבט. העילי מאלט מיט אראטארישע בילדער ווי אזוי די מענער און פרויען האבן געטראגן די עול איינצוזייען, שניידן און איינזאמלן די תבואה; די עבודת הפרך וואס האט זיך פארלאנגט א יעדע איינציגסטע טאג פון זון אויפגאנג ביז איר אונטערגאנג, די פאטאליטעטן וואס די ארבייט האט געקאסט און די שוועריקייטן וואס דאס האט מיטגעברענגט מיט זיך. ווייטער שילדערט ער מיט לעבעדיגע קאלירן ווי אנגעוויזן מען איז געווען אין די וועטער און קלימאט. אויב איז איין יאר געווען שווערע היצן, עצירות גשמים אדער צופיל רעגן האט עס געקענט חרוב מאכן די גאנצע ארבייט פון די פארגאנגענע יאר און ברענגן א יאר פון הונגער, קראנקהייטן און פארמערטע טויטפעלער. די מאנדינקע האבן – פונקט ווי א יעדע רעליגיעזע גרופע - געהאט אייגנארטיגע ריטואלן וויאזוי זיי פלעגן איינרייסן ביי זייערע אפגעטער מיט געבעט, קרבנות און כל מיני סגולות.

ווען עס איז שוין ענדליך אנגעקומען די טאג פון אריינברענגן אלע תבואה און געוואוקסן פאר די קומענדע יאר, נאך אלע שווערע היצן, פארפלייצונגען, ביטערע ארבייט, מענטשליכע קרבנות וכו', איז געווען א שמחה וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן און פארשטיין. לאמיך אייך פרובירן אראפצושילדערן א מקצת דמקצת פון וואס העילי שרייבט אינעם בוך, וואס ער האט געהערט פון די עלטערע מאנדינקע פירער, וואס זיי האבן געהערט פון זייערע זיידעס, א מסורה איש מפי איש.

זיבן טעג און נעכט זענען די פייערונגן אנגעגאנגן מיט טענץ און געזאנג. מען האט אפגעגעבן א שבח והודאה פאר די אפגעטער. מען האט גע'שחט'ן קרבנות און מען האט עס שפעטער געגעסן די פלייש ביי די גרויסע סעודות לכבוד די געהויבענע יום טוב. ספעציעלע קאפעליעס האבן געזינגן און געשפילט פרייליכע ניגונים אויך ספעציעלע מוזיקאלישע אינסטרומענטן. די פייערליכע ריקודים ארום די פייערס זענען אנגעגאנגן ביז שפעט אין די נאכט אריין, בשעת קינדער האבן פארגעשטעלט קונצליכע טענץ. די רעליגיעזע פירער האבן געהאלטן פייערדיגע דרשות פאר די עולם, א.א.וו.[/justify]

[center]
די מאנדינקע ביי א פייערונג היינטיגע טעג
די מאנדינקע ביי א פייערונג היינטיגע טעג
2.gif (80.66 KiB) געזען געווארן 1403 מאל
[/center]

[justify]בשעת איך האב געליינט זיינע לעבעדיגע שילדערונגן בין איך טראנספארטירט געווארן צוריק מיט א צוויי הונדערט יאר און איך האב מיך געפונען אין אן אנדערע וועלט, אין א וועלט וואס האט געלעבט בכל רגע ורגע מיט גאט און מיט די נאטור. דאן האב איך מיר אבער געכאפט אז בעצם ליין איך דא נישט נאר א באשרייבונג פון עפעס א פארווארפענע אפריקאנע שבט, דאס וואלט דאך פונקט אזוי געקענט זיין א באשרייבונג פון די ימים טובים אין אונזער בית המקדש פאר צוויי טויזנט יאר צוריק.

מיר געפונען אזעלכע ימים טובים אין פארשידנע קולטורן צוריקגייענדיג לכה״פ דריי און האלב טויזנט יאר צוריק. די ימים טובים זענען געפייערט געווארן אין די אור אלטע גריכישע, רוימישע, כינעזער און אינדיאנער קולטורן. ספעציעל אין די צייט פון סוכות, זמן האביב, איז געפייערט געווארן די Harvest Festival וואס ווערט נאך עד היום אנגעהאלטן אין געוויסע קולטורן וואס לעבן נאך אין אן אגריקולטורישע געזעלשאפט. עס זענען דא פארשונגען וואס צייגן אז די דאזיגע ימים טובים זענען געפייערט געווארן אויך דורך די אידן פאר טויזנטער יאר צוריק און טאקע אין די סאמע הייליגע טעג פון פסח, שבועות און סוכות. אדער מער ריכטיג וואלט געווען צו זאגן אז פסח, שבועות און סוכות זענען אפגעהאלטן געווארן דייקא צוזאמען מיט די פייערונגען פון אביב, קציר און אסיף.

דאס זיין פארנומען בעבודת האדמה האט די געוואלדיגע מעלה אז מען איז כסדר דבוק און פארנומען מיט הכרת השם יתברך. ווען מען ארבייט מיט די אייגענע הענט און פוס פאר א יעדע שטיקל ברויט און א יעדע ברעקעלע רייז, לעבט מען מיט די טבע און מיט עצמותו יתברך בחוש ממש. מען לעבט מיט א ריכטיגע צפיה לה'. אמאליגע צייטן איז נישט געווען קיין וועידזשעס, אלע האבן געדארפט רעגן, זון, שוץ פון שקצים ורמשים וחיות טורפות, אלעס נאר כדי מען זאל קענען נעמען א שטיקל ברויט אין מויל. צוליב דעם, ווען מען האט שוין געהאט די ברויט אין די האנט איז די שמחה און דאנקבארקייט דערפאר געווען אין לשער.

מיר לעבן אין די אינפארמאציע און טעכנילאגיע עפאכע, מיר האבן נישט קיין מושג וואס דאס מיינט זיך צו ערווארבן א שטיקל ברויט אנגעהויבן פון חורש ביזן ברענגן צום טיש. עס קומט סוכות, דער זמן שמחתינו, און מיר ווייסן נישט אויף וואס מיר האבן זיך צו פרייען, מיר ווייסן נישט וואס מיר קענען טון צו ווערן פרייליך און דאנקבאר. די אמאליגע דורות, די "טבעיות'דיגע" מענטשן, האבן זיך נאטירליך.[/justify]

[center]
חג האסיף געפייערט היינטיגע טעג אין אינדיע
חג האסיף געפייערט היינטיגע טעג אין אינדיע
[/center]

[justify]פרובירט זיך פארצושטעלן די שמחה עצומה וואס האט געהערשט ביי ניסוך המים און ביי הקרבת העומר וביכורים. די זאכן האבן סימבאליזירט די ביטער שווערע ארבייט פון א גאנץ יאר. עס האט סימבאליזירט די געוואלדיגע נאנטקייט צום אייבישטער וואס די עבודת הידים אין די פעלדער האט געברענגט. א יעדע קינד האט פארשטאנען די דעטאלירטע חכמה וואס ליגט אין א יעדע קליינע קערעלע, מורעשקע און ברעקל ערד. אלע האבן אנערקענט די פרוכט פון די שווערע הארעוואניע. ווען מען האט גע'שחט'ן א שלמים איז עס נישט געווען סתם ווייל עס איז דא א מצוה צו ברענגן א קרבן. מ'האט געברענגט קיען און אקסן אין די מאסן ווייל מען איז געגאנגן צו א גרויסע פייערונג! א פארטי פאר זיבן טעג, א פארטי מיט שיינע זינגער, לעבעדיגע טענץ און קונצנמאכער.

מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו!

נעמט אפאר מינוט און זייט אייך מתבונן אביסל אין וואס פאר א לויטערע אמת'ע שמחה און קרבת אלוקים זיי האבן געלעבט. ווען עס שטייט אז די פשוטי עם האבן שואב געווען 'רוח הקודש' ביי שמחת בית השואבה, מיינט עס נישט ווי מיר טייטשן היינט אז זיי האבן אנגעהויבן צו נעמען קוויטלעך און זאגן עתידות? 'רוח הקודש' מיינט א העכערקייט, א הייליגע גייסט, א פערזענליכע הבנה והכרה בה'. די בעלי 'רוח הקודש' האבן נישט פארציילט פאר קיינעם וואס עס טוט זיך אין הימל, זיי האבן זיך נישט געטראפן מיט די אבות הקדושים און אליהו הנביא. דעם באשעפער האבן זיי אבער יא אלע געזעהן און געפילט מיט די אייגענע הענט אין די עבודת האדמה. אט דאס איז די רוח הקדש וואס זיי האבן משיג געווען.

שטעל דיר פאר אזא מחזה. צענדליגע טויזענטע פארמער מיט גרויסע בלויע overalls, רויטע העמדער, ברוינע שטיוול, מיט שאוולען אין די הענט, טאנצן און הוליען א גאנצע נאכט אין די בית המקדש. אינדערויסן דערשעפט זיך א ריח ניחוח פון די טויזנטער קיען און אקסן וואס בראטן זיך אויף די גרילס, וויין גיסט זיך כמים, און מען שעפט רוח הקדש!

וויאזוי און פארוואס האבן זיי דאס משיג געווען? וויאזוי קענען מיר צוקומען צו משיג זיין א מעין דמעין פון דעם? די תירוץ איז אז זיי האבן געלעבט מיט די נאטור. זייערע פינגער, זייערע לייב און לעבן האבן טעגליך געשפירט דעם באשעפער'ס יציר כפים. זיי האבן אין דעם געשפירט און געזעהן די גדלות הבורא.

מיר קענען ארבייטן און שטרעבן צו באקומען אזעלכע השגות והרגשים. ווען מיר נעמען די ד' מינים אין די הענט און מען שאקלט צו די ו' קצוות, לאמיר זיך מתבונן זיין אין די נאטור וואס מיר האלטן אין די הענט און די כח המהווה ומחיה אותם ואותנו. אזויווי דער חינוך שרייבט אין מצוה שכ"ד:

וכמו כן מצות הלולב עם שלשת מיניו מזה השורש היא, לפי שימי החג הם ימי שמחה גדולה לישראל, כי הוא עת אסיפת התבואות ופירות האילן בבית, ואז ישמחו בני אדם שמחה רבה, ומפני כן נקרא חג האסיף, וצוה האל לעמו לעשות לפניו חג באותו העת, לזכותם להיות עיקר השמחה לשמו. ובהיות השמחה מושכת החומר הרבה ומשכחת ממנו יראת אלהים בעת ההיא, ציונו השם לקחת בין ידינו דברים המזכירים אותנו כי כל שמחת לבנו לשמו ולכבודו. והיה מרצונו להיות המזכיר מין המשמח, כמו שהעת עת שמחה, כי צדק כל אמרי פיו, וידוע מצד הטבע כי ארבעה המינין כולם משמחי לב רואיהם.


די ד' מינים גיבן אריין א שמחה פאר יעדן וואס זעט עס. די אריגינעלע נאטור, די שיינקייט פון גאט'ס טבע, די וואונדערליכע סיסטעם וואס איז איינגעפלאנצט אין די בריאה, ווי יעדער באשעפעניש באקומט זיין נערונג פון א צווייטן, דער ecosystem ווי אזוי אלעס ארבעט וואונדערליך אין הארמאניע, דאס איז וואס מיר פייערן אום סוכות.[/justify]

[center]
ארבעה המינין כולם משמחי לב רואיהם
ארבעה המינין כולם משמחי לב רואיהם
[/center]

[justify]ביי די ענדע פון די פייערונגן ווען מען איז גרייט אהיים צו גיין און אנהייבן א פרישע יאר פון הארעוואניע, האט מען געדאווענט און געבעטן אז עס זאל נישט רעגנען צופיל אדער צו ווייניג, עס זאל נישט זיין קיין היצן און פארפלייצונגען. זיי האבן אלע גוט געוואוסט אין די ביינער אויף וואס מען דארף בעטן און וועם צו בעטן.

וויבאלד די דאזיגע צייטן זענען שוין געווען באשטימט פאר פייערונגען און שמחה, האט די באשעפער געזאגט ״זאלן זיי שוין דעמאלטס דאנקן פאר אנדערע זאכן אויך, זאלן זיי שוין אויסנוצן די פיערונגען צו דאנקן פאר יציאת מצרים, קבלת התורה, הקהל וכו'. איר פריידט זיך מיט די ענדע פון די פארם-יאר, דאן פריידט אייך אויך מיט די ענדע פון די תורה. איר פריידט זיך מיט געוואוקס פריידט אייך אויך מיט די לולב און אתרוג ״. אין ספרים הקדושים שטייט אז ר"ה ויו"כ זענען בעצם אויך געשטעלט געווארן אין די טעג פון זמן האסיף ווייל דייקא אין די טעג איז א שעת הכשר סיי צו מאכן א חשבן הנפש, און סיי צו ווערן נענטער מיט די אייבישטער.

דער אייבישטער האט געוואלט אז די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות זאלן צונויפפאלן מיט די זמני אביב, קציר ואסיף. די אייבישטער האט געוואלט אז ווען מיר פרייען זיך פאר די זאכן, ווען מיר האבן סייווי די התבוננות און אנערקענונג בגדלות הבורא ומציאתו בעולם, ווען מיר פילן זיך סייווי אזוי נאנט מיט אים, ווען מיר האבן א התעוררות, טאקע דעמאלטס אין אזא צייט איז די בעסטע צייט צו פראווען די הייליגע סדר, פייערן די קבלת התורה עסן אין די סוכה, שאקלן לולב און זאגן אתה הראת לדעת. פארדעם זענען מיר נצטווה געווארן צו מעבר זיין די יארן, און מאכן זיכער אז די ימים טובים זאלן אלעמאל אויספאלן דייקא אין די פרייליכע און פייערליכע תקופות.[/justify]

[center]
חג האסיף
חג האסיף
[/center]

[justify]מיר זענען אבער ליידער נישט אזוי נאנט מיטן באשעפער, מיר האבן נישט זוכה געווען צו די מזונות מרורים כזית ״מיד השם״. נאר אנשטאט דעם האבן מיר מזונות מתוקים מידי בשר ודם. פאר אונז איז נישט גרינג צו לעבן מיט די טבע און מרגיש זיין דער אייבישטער בחוש. ווי ווייט מיר ווייסן קומט ברויט פון די בעקעריי, פלייש פון די פלייש געשעפט, וואסער קומט פון די סינק און פרנסה פון די בעל הבית. עס ליגט אבער א חוב אויף אונז צו טון כל מה שביכלתינו צוצוקומען עפעס נאנט צו וואס די מאדינקע האבן געשפירט בשעת זייער חג האסיף, א מיעוטא דמיעוטא וואס אונזערע זיידעס האבן געשפירט בשעת ווען זיי האבן גע'שחט'ן זייערע קיען און אקסן אין די בית המקדש. ווען מיר עסן צינג דעם יום טוב און מיר שלינגען עס אראפ מיט די געשמאקע רויטע קארבענעי, זאל מען שפירן א מעין דמעין פון די שמחה וואס זיי האבן געשפירט.

איך וועל פארענדיגן מיטן ציטירן פון א בריוו וואס הרב קוק ז"ל האט געשריבן צו זיין זון לכבוד חג האסיף שנת עזר"ת.

יאר ד' פניו אלינו, לקבל את רשמי אורות קדשו בימי החג שתוכנו ואופיו הוא להטביע את חותם אור ישראל בטבע החיים, בטבע הנפש, בטבע העולם, בטבע היש, בטבע ההויה. באים אנו בחג האסיף בירח האיתנים, במועד הגבורות - גבורות הגשמים ועוז הרוח, הכבדת האכף של הטבע הסתוי ההולך וממשמש לבוא. ואנו מתקרבים אל הטבע, יושבים בסוכה, נאחזים באגודת נטעים רעננים, שמחים בשמחת המים, בשמחת הרוויה הטבעית בברכת ד' על היקום. חודרים אנו גם בטבעיותה של האנושיות, בהכרח החמרנות שלה, בצורך שבעים האומות, ועל כל אלה אנו מטביעים את הוד הקודש שממעל לכל טבע.




.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר