ווען רעליגיע ברענגט שלעכטס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

ווען רעליגיע ברענגט שלעכטס

שליחה דורך mevakesh »

אינעם יעצטיגען וועקער וואס מען האט גערופן אסיף איז געווען אן הערליכער ארטיקעל פון אדנירם אויף ראביי יונתן זקס
איך ליין אביסעל זיינע ביכער און איך וויל דא באהאנדלען א נושא וואס ער איז אסאך פארנומען מיט דעם
דאס איז די פראבלעם ווען מענטשן טוען שלעכטס אינעם נאמען פון גאט
הרב זקס איז גאר א שטארקע פארטיידיגער פון רעליגיע אין די ברייטע וועלט און איז אסאך פארנומען מיט ארויסברענגען די בענעפיטן פון רעליגיע און וואס עס גיבט פארן מענטש אבער ער מיטשעט זיך מיט דעם אלטען פראבלעם אז רעליגיע האט שוין געברענגט צו פיהל קורבנות אויפן וועלט
ווען מען רעדט אמאל אין ביהמ"ד וועגן דעם קען מען הערן מענטשן זאגן דאס איז נאר ביי די גוים און נישט ביי אונזער אמתע רעליגיע
אבער דאס איז נאריש צו זאגן ווי אונז ווייסן איז דא א געוואלד רשעות ביי אונז אינעם נאמען פון רעליגיע און דאס איז נאך ווען אונז האבן נישט קיין שטארקע מאכט שטעלט אייך פאר ווען מיר האבן א שטערקערע מאכט אזוי ווי מען קען טאקע זעהן אין ארץ ישראל קענען געוויסע פארטיידיגען גאר ברוטאלע מעשים אינעם נאמען פון יידישקייט
על כל פנים הרב זקס איז ערענסטער ווי דעם און ער באהאנדלט דעם פראבלעם מיט אן אריכות
אין זיין בוך השותפות הגדולה האט ער צום סוף איין פרק איבער דעם איך וועל אראפברענגען זיינע עיקר רעיונות און צולייגען אפאר הערות
קודם כל הייבט ער אהן מיט דעם באוואוסטע ווארט אז אז שלעכטע מענטשן טוען שלעכטע זאכן גוטע מענטשן טוען גוטע זאכן אבער אז גוטע מענטשן זאלן טוען שלעכטע זאכן קען נאר רעליגיע צוברענגען
אויף דעם זאגט ער אז דער ווארט איז פשוט נישט ריכטיג ווי היסטאריע האט געוויזען אז גענוג גוטע מענטשן האבן געטוהן שלעכטע זאכען וועגן סעקולארע אידיאלן פונקט אזוי למשל די קאמוניסטן זענען געווען אסאך וואס האבן געמיינט באמת צו טוהן גוטס און מקדש געווען די רציחות צוצוקומען צו די מטרה פון א אידיאלע ציוויליזאציע אדער אפילו נאציזם איז אויך געטהן געווארען דוירך גוטע מענטשן אויך פארן העכערע ציהל פון ריינע ראסע
גראדע הגם ער האט א שטיקעל טענה איז ער נישט אינגאנצן גערעכט נאציזם האט טאקע מיטגעשלעפט א גרויסע מערהייט פונעם פאלק אבער עס איז דאך געווען גאר אסאך וואס האבן נישט מיטגעהאלטן און אוועקגעשטאנען פון דעם (הגם זיי האבן אוודאי געקענט טוען מער) צוליעב זייער געוויסען און מאראלן און דאס וועט געווענליך נישט זיין ביי רעליגיעזע אידיאלן
און אפילו די קאמוניסטן וואס איז טאקע יא געווען אסאך וואס האבן עס געטוהן מיט א גוטע מטרה דאכט זיך אבער אז עס איז אנדערש אפילו אויב נישט אויפן מאמענט אבער שפעטער ווען עס קומט ארויס די ברוטאלע רעזולטאטן זעהען געווענליך מענטשן איין די חורבן און שלעכטס און פארשטייען די עוולה ווידער אבער ביי רעליגיע ווען איינער האלט אז ער טוט גאטס ווילן מיט טוען שלעכטס וועט ער נישט טוישען די מיינונג אפילו שפעטער ווען מען קען זעהן די חורבנות פון דעם

נאכדעם שמועסט ער אויס פינף פראבלעימען ווי רעליגיע קען פארפארן און גיין שלעכטס
1-די ערשטע פראבלעים איז ליטעראליזם דאס הייסט אהננעמען די געשריבענע טרוקענע ווארט אהן קיין פירושים און אהן קיין ברייטע בליק
ווען מען קוקט אריין אין פסוק און מען זעהט לא תחיה כל נשמה דארף מען וויסען צו קוקן אין די תורה שבעל פה וואס דאס מיינט און מען דארף וויסן צו נעמען די זאך אין די קאנטעקסט פון וואס עס איז פארגעגאנגען
דער כלל איז רעליגיע איז א לעבעדיגע זאך עס איז באהאפטן צו דער מציאות נישט מען ליינט ארויס פון א ספר זאכן וואס מען דארף טוהן נאר דער מצוות זענען איינס מיט דער מציאות
דא לכאורה וועלן אסאך פון אונזערע קרייזן שרייען אז עס איז כפירה ווייל דער תורה איז נצחיותדיג און ווערט נישט געטוישט מיט די יארן
אבער הרב זקס איז פון דער תורה ומדע לאגער וואס דארט האלט מען יא שטארק אז די תורה איז געבונדן צום מציאות נישט חלילה אז מען איז משנה הלכות אבער די וועג וויאזוי מען לערנט אפ די תורה איז מיט די גלעזער וואס עס איז דא יעצט צו באקומען

ער ברענגט נאך פיהר פראבלעימן
דואליזם מאכט משיחיזם און דער מאנאפאל אויפן אמת אבער דאס וועל איך לאזן יעצט און אפשר צוריקקומען ביי א שפעטערע געלעגענהייט

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר