ויאהב יעקב

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

ויאהב יעקב

שליחה דורך אמת45 »

ראשית כל שלום וברכה, איך האב זיך דא איינגעשריבן א פאר חדשים צוריק, אבער קיינמאל נישט געטראפן די געלעגנהייט זיך אראפצוזעצן עפעס געהעריג שרייבן. די וואך האט מיר עפעס געכאפט א מינוט און איך האב באשלאסן אראפצושרייבן א געדאנק אויף די וואכעדיגע סדרה. עס איז נישט פונקטליך מן הסתם, און די געדאנק מוז אויך נישט זיין איז עפעס ווער ווייסט וואס, אבער ערגעץ מוז מען דאך אנפאנגען. אלזא ביטע נישט געבן א שנעלן סקראול אראפ און פטר'ן די מעשה, איך וויל וויסן אויב עס איז בכלל איינעם אינטערסאנט. אויב נישט, איז די גרינגסטע און שנעלסטע וועג, מיר דאס מודיע צו זיין, און נישט מיך לאזן אין די טינקל.

אין די וואכעדיגע סדרה:
יעקב דערגרייכט קיין פדן ארם צום פעטער לבן מיטן פלאן צו הייראטן איינע פון זיינע טעכטער. ווי נאר ער דערזעהט רחל, פאלט ער מיט איר אין לאוו. שלעפט פאר איר אראפ דעם שטיין, טרינקט אן די שאף, און פאר וואס ווען וואו, איז ער שוין לבן'ס אן ארבייטער. לבן פארלאנגט פון אים זיבן יאר ארבעט פאר זיין יונגערן טאכטער רחל, און יעקב גייט איין דערפאר. די זיבן יאר ענדיגן זיך און לבן נארט אים אריין מיט זיין עלטערן טאכטער לאה, און יעקב ארבעט נאך א גאנצע שמיטה צו באקומען דאס צווייטע, זיין ליבלינג. ס'הייסט א טאטאלע פערצן יאר.
ענדליך שוין חתונה געהאט, מוטשעט זיך רחל ארום, קינדערלאז, אינדערצייט וואס לאה האט שוין פיר. מיט זיין רחל האט ער נישט קיין קינדער. לאה ווידעראום איז פארביטערט און צוקלאפט, זיך שפירט פארפיינטעוועט ביי יעקב. מיט יעדע קינד וואס זי געבורט האפט זי אז דאס וועט איר געבן חן אין איר מאן'ס אויגן.  רחל ווייטער דרייט זיך ארום דערביטערט אויף איר שיקזאל זיך ווינטשענדיג ליבערשט דאס טויט. דאס ברענגט יעקב זיך צו בייזערן אויך איר. ס'טוט זיך א טומעלעריי מיט וועם יעקב זאל שלאפן. אויף א ביסאלע בלומען גייט רחל איין אז יעקב זאל גיין צו לאה אויף א נאכט. א שטיק צייט דערויף האט יעקב נאך א קינד מיט לאה.
ארבעטען ארבעט ער נאך דערווייל פארן שווער, ביז רחל ווערט ענדליך געהאלפן מיט א יוסף'ל. דאן באשליסט יעקב אז ס'שוין העכסט צייט צו גיין פון דאנעט, אבער נישט פארן זיך צוקריגן מיטן שווער, און ענדליך זעהט ער זיך ארויס פונעם פלאץ, ווי ער איז אנגעקומען עלנד אליין, מיטן פלאן צו טרעפן זיין אבידה, און לאזט זיך ארויס מיט א שטוב פון 11 בנים און פיר ווייבער.
א קורצע צייט שפעטער געבוירט רחל נאך א קינד, יעקב'ס יונגסטע און הויכעט ליידער אויס די נשמה ביים געבורט. יעקב באערדיגט איר דארט אין מיטן וועג. איבערבלייבענדיג בלויז אירע יוסף און בנימין אלס א זכר.
יוסף איז אן אינטערסאנט קינד, אנדערש. פארציילט פאר די ברידער מאדנע חלומות, דמיונות זיינע. די ברידערס אלע קענען אים נישט ליידן, בלויז יעקב. יעקב פארשטייט צו אים, יעקב האט אים איבערהויפט ליב, און ווייזט דאס גאר קלאר ארויס. דאס פארפיינט אים נאך מער ביי די ברידער, און ענדליך באשליסן די קינדער צו פטר'ן דעם יוסף, אינאיינעם מיט זיינע חלומות. מתחילה פלאנען זיי אים צו הרגענען גאר, אבער למעשה פארקויפן זיי אים בלויז פאר א גרופע אראבישע סוחרים, אויפן וועג קיין מצרים.
פארן טאטן ברענגן זיי דאס בלוטיג העמד'ל אלס אן איבערבלייבעניש. 22 יאר איז יעקב זיצט יעקב און קלאגט אויף זיין זוהן, ביזן הערן די גוטע בשורה אז ער לעבט, און איז גאר קעניג אין מצרים. פארעלטערטעהייט פארט ער אראפ קיין מצרים זיך טרעפן מיא זיין ליבלינג און לעבט אויס דאס איבריגע יארן זיינע בשלווה.

וואס האט יעקב'ן פאראורזאכט אזא שווער לעבן, אזויפיל מיטמאכעניש? די איין רחל. די רגע וואס ער האט באשלאסן נאכצולויפן דעם מיידל.
צוואנציג יאר האט ער פאר איר געארבעט, חתונה האבענדיג מיטן שוועסטער אינצווישן. קוים קוים מיט איר געלעבט און נאך א פאר יאר ל"ע באערדיגט. האט ער איר יוסף'ל באגילדעט און זיך געטשעטשקעט מיט, איז ער אויך געגאנגען א גאנג. נאכן פאנגען שמעון האט ער זיין שווארץ אפל בנימין אויך געדארפט אראפשיקן, מיט פחד און שרעק. אפילו גאט האט זיך צו אים נישט באוויזן אין די 22 יאר. אלעס אן עפעקט פון די איינע רחל זיינע. וואס טאקע פשט דערין? איז אזוי.

עס איז דא צוויי וועגן אין לעבן וואס א מענטש קען נעמען. צוויי וועגן וואס פארמירן דעם מענטשנ'ס גאנג. עס איז דא א מענטש וואס ריאליטי פארמירט זיין לעבן, ער אקצעפטירט אלץ ווי אזוי ס'קומט. אלס בחור טוט ער דאס פארלאנגטע, שטעלט זיך צו. א שידוך טוט ער וואס שטימט און פאסט כהוגן. אלס יונגערמאן שטעלט ער זיך צו, צו די נארם, וואס איז אנגענומען און אקצעפטירט. מוסדות ווי יעדער שיקט, א ביהמ"ד ווי דער נארמאלער עולם דאווענט. די זוהן זיינע שיקט ער אינעם זעלבן ישיבה סיסטעם וואס ער איז אדורך און שידוכים מיט די קינדער ווייטער ווי שטימט און פאסט. די קאנטרי, די לבוש, די רבנים, אלעס ווי אזוי ס'איז אנגענומען. אמאל ער בייגט אהין אמאל אהער, אבער בדרך כלל איז ער אויפן גאנג. דאס איז איין מהלך החיים וואס מענטשן נעמען, און מיט רעכט. וואס ברויך מען זיך דען שלאגן און ליידן, מ'שטעלט זיך צו און ס'ארבעט.

עס איז אבער דא נאך א וועג. א שווערערן קו. פארהאן א מענטש וואס האט אן אייגן בליק, אן אייגנארטיגן השקפה. אייגענע רצונות, סיי וואס זאל זיין. אזא מענטש ברויך אבער מאכן ריאליטי בייגן צו זיך. צומאל זענען זאכן מעגליך און צומאל נישט, און צומאל דארף מען די אוממעגליכע, ערמעגליכן. אזא מענטש דארף ברעכן רולס, זיין אנדערש, און ארבעטן שווער פאר זיין גלויבונג. נישט אייביג איז דאס א סוקסעס און אפילו ווען יא, קען נעמען צייט ביז מען זעהט דערפון פירות. נאטירליך וועלן זיין מענטשן וואס וועלן דאס נישט אקצעפטירן, און אבזשעקטירן. נאטירליך וועלן זיינע נאנטע צומאל זיך שפירן געטראפן. עס איז נישט די גרינגע וועג, עס וועלן זיין שוועריגקייטן, אבער אז א מענטש האט א מיסיע וועט ער דאס סוף סוף דערגרייכן.

יעקב האט אויסגעוועלט רחל פאר א ווייב. ער האט געקענט זאגן ניין ווען לבן האט פון אים פארלאנגט זיבן יאר דערפאר. איז דען פאסיג בכלל צו ארבעטען זיבן יאר פאר א בלויזן החלטה? דאס אליין איז גענוג געווען זיך אפצושאקלען פונעם חלום זיינעם. אבער נישט יעקב. ווען ער האט באשלאסן אז איר וויל ער, האט אים קיין שטיין אין וועג נישט אפגעשטעלט. (פארוואס יעקב האט אזוי געוואלט, איז נישט די נושא. אבער חז"ל זאגן אז ער האט אזוי פאראויסגעזעהן מיט רוח הקודש, ובלשוננו: הייליגע אינטואיציע). זיין בטעות'דיגן חתונה צו לאה איז אויך גענוג סיבה געווען צו מאכן א ברוך שפטרני אויף רחל. ס'הייסט דער רבוש"ע אליין צייגט דאך אים פון אויבן, נישט אזוי? און ווי אזוי בכלל קען אזא זאך ארבעטן, צוויי שוועסטערס פאר ווייבער, רחל נאך זייענדיג די שיינע, און לאה די אריינגעצווינגענע. איז דען רחל נאך געווען נוגע? פאר יעקב יא, און פאר אים איז עס ווערט געווען נאך זיבן יאר ארבעט, פאר אים האבן קאמפליקאציעס נישט געהאט קיין ווארט אין זיין באשלוס. צו איז דאס ראצניאעל? ניין. שוין נאכן איר באקומען האט ער קיין קינדער מיט איר קודם נישט געהאט און בלויז געציילטע יאר נאכדעם האט ער איר שוין פארלוירן. פון א ראצניאעלן שטאנדפונקט איז טאקע נישט כדאי נאכצולויפן אזוי עפעס, אבער ווען די דרייוו איז אינטואיציע ברויך עס נישט שטימען. בכל מכיר. און טאקע נישט אייביג זעהט מען די תוצאות, אסאך מאל איז שווער צו שלינגען. און דאסמאל האט יעקב געדארפט שלינגען.

יוסף'ל זיין בן זקונים, א יתום, אן אינטערסאנט קינד. אינטואיטיוו, ווי די פאטער, אינטעליגאנט און אייגענארטיג, א וויזשינערי. די ברידער גלייכן אים אבער נישט. פיינט האבן זיי אים גאר, אינאיינעם מיט זיינע חלומות מיט דמיונות. בלויז יעקב פארשטייט צו אים, און בלויז ער קען אים פארשטיין. ער האט אים יא געגלייבט, און אין די חלומות זיינע. ואביו שמר את הדבר. מיט דעם אלעם האט ער אים פארשריגן, ווייל ער האט אויך פארשטאנען ווי דאס קען א מענטש פירן. יעקב האט אויך פארשטאנען אז דאס קינד, א יתום, דארף ליבשאפט, ער דארף שפירן ספעשיל, און ער האט אים דאס געגעבן. ער האט מיט אים געלערנט. האט פארשטאנען אים צו קויפן א כסונת פסים. נאטירליך האבן דאס די ברידער נישט געגליכן. נאטירליך איז זיי יוסף געשטאנען אין וועג. יוסף, זיינע שגיונות און דעם טאטן'ס קשר מיט אים, איז זיי געשטאנען אין וועג.
סיי יעקב און סיי יוסף האבן באצאלט דערפאר א פרייז. צוויי און צוואנציג יאר האט מען זיי אוועקגענומען איינער פון די אנדערע.
ביקש יעקב לישב בשלווה, דאס נישט. נישט ער און נישט יוסף האבן געהאט א גרינג לעבן. אבער, רחל'ס זוהן יוסף איז למעשה געווארן מלך אין מצרים, זיינע חלומות זענען טאקע פארווירקליכט געווארן, יעקב'ס רצונות זענען פארווירקליכט געווארן, נתגלגל הדבר אז ער האט געראטעוועט די משפחה אינעם הונגער יאר ווי יוסף זאגט פאר די ברידער- כי למחיה שלחני אלוקים.
פאר דאס באשערטע צו פאסירן, דארף מען דערפאר שוויצן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר