משלי שש - פרק ה'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

משלי שש - פרק ה'

שליחה דורך אדנירם »

[center]משלי שש.[/center]
[center]פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.
פרק ב': הבריאה - עבר הווה ועתיד.
פרק ג': האדם, מידותיו, ואלקיו.
פרק ד': בין האדם לחבירו, שונות.


פרק ה': שונות ומשונות.[/center]


א. גלייב נישט אז אמאל איז בעסער געווען; שוין אין ערשטן טאג פון באשאף פונעם מענטשליכער מין, איז ער שוין נישט גוט געווען.
ב. מער פון וויפיל דו זאלסט זיך שרעקן פון א כעסן'ס אויסברוך, זאל דער כעסן זעלבסט זיך שרעקן דערפון.
ג. מותר האדם מן הבהמה איז מיט זיין שכל; וואס מיט דעם פארשטייט ער ווי ווייניג ער פארשטייט.
ד. ווען דו שטויסט דיך אן אין א הארטע ניסל, געדענק איז א הארטע ניסל האט ווייניגער שאנסן צו זיין אדורכגעפוילט אינעווייניג.
ה. א מענטש ווערט רואיג ביים באטראכטן די כוואליעס ביים ברעג ים. ווייל דאס ווייזט אים, אז דאס איז טבע העולם אז שטורמישע געדאנקען ווערן צונישט, זיך אנשטויסנדיג אין רעאליסטישן וועלט.
ו. גאט ליבט מער דער וואס זוכט אים און טרעפט אים נישט, ווי דער וואס זוכט אים נישט.
ז. א בעל גאוה איז דער וואס גייט אלץ ארום קלערנדיג אויב ער איז אפשר א בעל גאוה; ער דארף אויך "ענוה" אויף זיין רעזומעי.
ח. ווען גאט שרייבט צ"ח קללות, איז עס ווען מיר ווארענען דעם קינד אז מיטן אנרירן א מעסער וועט ער גיין אין שפיטאל אדער שטארבן; עס איז א גוטע ווארענונג נישט צו טון עפעס מסוכן.
ט. דאס קול פון א געוויין איז א געוויסע פארם פון א שטאטע מעלאדיע.
י. די פראזע לויטעט: "א קינד האט א זארגלאז לעבן". און איך האלט, אז זיין פראבלעם מיט זיין לעגא געביידע שטערט אים אזוי שטארק, ווי דיין פראבלעם צו לייגן ברויט אויפן טיש.
יא. וואס מער ציכטיג-ווייסע שניי, אלס מער מאראסט און שמוץ וועט נאכפאלגן.
יב. מער פון וויפיל אן ארטיקל דערציילט דיר איבער דעם באשריבענעם, דערציילט עס דיר איבער איר שרייבער.
יג. עלעקטריציטעט ווייזט אויף, אז צומאל ארבעט א שותפות נאר מיט צוויי קעגנגעזעצטע סארט עלעמענטן.
יד. א מענטש דארף הערן סיי קאמפלימענטן און סיי קריטיק צו שטייגן, אבער וויי איז פארן פערזאן וואס איז דער עמטליכער קריטיקירער.
טו. א פאלשע שמייכל איז בעסער פון אן אויפריכטיגן רגזנות; נאר אזוי שטייט אונזער עולם השקר.
טז. צו קענען קריגן א געשמאקע גלאז מילך, דארף מען צוקומען צו א גרויליגע מקור.
יז. דבר קטן יש באדם, מרעיבו משביעו – משביעו מרעיבו: רדיפת הכבוד.
יח. איך לערן פונעם שפין געוועב, אז טראצדעם וואס צו הרג'ענען א שפין דויערט א האלבע סעקונדע, פארט אבער דויערט פיל לענגער פטור צו ווערן פון זיין געוועב.
יט. יעדע דעספאט צייגט מיטן באשולדיגונגס פינגער אויף איינער וואס האט אים אמאל געטשעפעט.
כ. ארבע מידות בכל אדם: חכם, רשע, תם, ושאינו יודע לשאול; ער ווערט אבער באצייכנט לויט וועלכע וועג ער נוצט אממערסטנס.
כא. ווען איינער רעגט דיר אויף, צייג נישט ארויס קיין כעס; געב אים נישט דעם גוטן געפיל.
כב. ווען דער אלטער פון נאוואהארדיק וואלט געווען אן אדמו"ר, וואלט מען אים גערופן 'השרף' מנאוואהארדיק.
כג. ווען דו מאכסט א ווערטל און דער עולם לאכט, מאך זיכער אז דו ביזט דער גורם און נישט די סיבה.
כד. ס'איז נישטא קיין מער אויסגעדראשענע טעמע ווי 'פרישקייט'.
כה. א מענטש קען גיין כסדר נאכאנאנד, און זיך באקענען מיט נייע שטחים, אבער אויף צו שטייגן – דארף מען ארויפקריכן א בארג.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר