בלאט 1 פון 1

געדאנקען אויף די פרשה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:03 am
דורך אמת45
אין די פרשה די וואך, שפילט זיך אפ אן אינטערסאנטער געשיכטע:

יעקב'ס בת יחידה, דינה, א פרישע איינוואוינערין אין שטאט שכם, גייט ארויס אין שטאט זיך אביסל אומקוקן אויף די מענטשהייט. שכם, דער זוהן פונעם נשיא חמור, לייגט אויף איר אן אויג, נעמט איר צו זיך אין שטוב, שלאפט מיט איר קעגן איר ווילן, פארגליסט זיך איר צו הייראטן און בעט דעם פאטער צו איבערעדן די ישראלי משפחה איינצוגיין אים צו געבן דינה פאר א ווייב.

יעקב הערט די שמוציגע פאסירונג, שווייגט און ווארט ביז די ברידערס קומען אהיים זיי צו פארציילן. הערנדיג אז מען האט פארשוועכט זייער קליינעם שוועסטער ווערן די ברודערס מורא'דיג אויפגעברויזט, אויף די נבלה און פארשוועכונג אין זייער פאמיליע. ווער רעדט נאך פון מסכים זיין צום שידוך, אפגערעדט אז דאס קומט נישט אין באטראכט. מען רעדט דאך אבער פונעם נשיא זעלבסט, קען מען זיך דאך נישט סתם ארויסדרייען. קומען זיי אויף מיט א וואזשנעם געדאנק אזוי, מען וועט דעם נשיא געבן אן אנבאט וואס ער וועלן קיינמאל נישט אקצעפטירן, און אזוי ארום זיך פאליטיש ארויסדרייען, נעמען דאס מיידל און גיין לחיים ולשלום.

חמור מיטן זוהן קומען צו גיין מיט א געשעפט אזא.
אין אויסטויש פאר דאס מיידל וועט די ישראלי פאמיליע געניסן פון פארשידנארטיגע בענעפיטן, פרנסה, שידוכים, מהר ומתן לרחצה, און שטענדיגע פריינטשאפט, און די ברידער געבן צו פארשטיין זייער חכמה'לע, בעצם וואלטן מיר דעם אנבאט אוודאי אנגענומען אבער מיר זענען געמל'עטע, און איר זענט דאך ערלים, און דאס איז ביינאינז גאר א שטארקע טראדיציע, מיר וואלטן זיך מיט אייך גערן משדך געווען, בלויז רעליגיע איז אן אפהאלט. בקיצור אזוי דרייען זיי אהער אהין מיט שיינע פאליטישע רייד, אונטערשטע שורה געט אהער דאס מיידל און מ'גיימער פון דאנעט.

צו זייער אומגעראכטענע אכזבה, נעמען די צוויי בהמות אן דעם אנבאט און גייען איין אויפן געשעפט, די גאנצע שטאט גייט זיך מל'ען.
דינה פארבלייבט דערווייל ביי שכם אין שטוב.
והיה ליום השלישי, דער עולם זיצט אפגעשוואכט אינדערהיים, שמעון און לוי גארטלען זיך אן מיט כלי מלחמה, און אין א מורא'דיגן אקציע פירן זיי דורך א מאסן מערדעריי אינעם שטאט שכם, אויסקוילנדיג אלע אפגעשוואכטע מהולים. צום לעצט, דערשטעכן זיי שכם מיטן פאטער, און באפרייען די שוועסטער דינה מיט גרויס טריאומף.
לפנים א געוואלדיגע סוקסעס פון א מיסיע. ביים טאטן אבער נישט. יעקב איז איבערהויפט נישט צופרידן.
ביי יעקב איז דאס א דורכפאל פון א מיסיע. יעקב איז בייז אויף זיי פארן פארשטינקען די משפחה'ס נאמען.
פארן די שונאים וואס די צוויי האבן אים געשאפן.
און וואס איז מיט דינה, פרעגן זיי דעם טאטן, האמיר זיי געדארפט לאזן פארוואנדלען אונזער שוועסטער אלס א זונה?
באין מענה, יעקב ענטפערט נישט.


א קליינעם באמערקונג האט מיר געדריקט אין די פרשה:
יעקב איז אין א סיטואציע. זיין בת יחידה איז א געפאנגענע ביים שטאטס הויפט, גערעיפט צו סעדוסט ביי שכם די זוהן זיינעם . די ברידערס הערן די מעשה, פארדאמען עס און פארפירן אויף די פרצה און נבלה וואס האט פאסירט. יעקב ווידעראום, דריקט עפעס די תורה, אז והחריש עד בואם. זילטש, נאדא. אין די גאנצע פרשה געפינט מען נישט א ווארט איבער יעקב'ס תגובה אויפן פאסירונג.
די מילה געדאנק פאלט אדורך און די סומאטוכע ווערט נאר ערגער, קומען שמעון און לוי מיט אן אייגן געדאנק און פירן דורך א העלדישע סוקסעספולע בליץ אקציע, און ראטעווען די שוועסטער, אבער יעקב בייזערט זיך, און פארדאמט די צוויי פארן אריינלייגן די משפחה אין א סכנה. ס'הייסט יעצט וועלן די ארומיגע נוקם זיין. וואס טוט זיך מיט זייער פראגע הכזונה יעשה את אחותנו? וואס איז יעקב'ס תשובה? איז זיך די שטאט טאקע דען  נישט ווערט דאס געלט?

אויב באטראכט מען אביסל יעקב'ס ביאגראפיע, אנטפלעקט זיך א שטיקל בילד איבער אונזער ראש האומה, די טאטע פון כלל ישראל. פון קינדווייז אן שוין האט יעקב זיך ערווארבן זיין פאסיוון גאנג. נאך זייענדיג אין מאמען'ס בויך, האט שוין רבקה געוויסט איבער דעם דעם פארקערטן פאָר וואס זי טראגט אין זיך. יעקב איז בטבע געווען דער טראכטער, א תם וישב אוהלים, אפגעזיצענדיג יארן ביי שם ועבר, און עשו דער ווילדער יעגער, לוחם, וואס האט בשעתו אומגעברענגט דעם לעגענדארן גיבור נמרוד. יעקב האט מחדש געווען די פאסיוון וועג פון מאניפילירן מענטשן. ולאום מלאום יאמץ אבער ורב יעבד צעיר. מיט אביסלע לינזן אינעם ריכטיגן מינוט, האט ער פון עשו ארויסגעריקט די בכורה. מיט אביסלע איבערקליגן עשו האט ער אים פרידליך צוגעכאפט די ברכות. [אגב, רבקה'ס עצה ביי די ברכות שווינדל שיינט גראדע שטארק צו זיין נוסח לבן, איר ברידער, רבקה א צדיקת האט דאס פשוט געניצט ווי און ווען זי האט פארשטאנען אז ס'איז פאסיג]. מיט אביסלע קריצן אין די מקלות, האט ער פון לבן ארויסגעריקט א הון תועפות זיך אפרעכענענדיג מיט אים אויף א שיינעם אויפן. אויף א פרידליך פארנעם האבן זיי ביידע געשלאסן א בונד אין גלעד און זיך געזעגנט בשלום.

עשו קומט אים אנטקעגן מיט פיר הונדערט באגלייטער, מיט א לאנג ערווארטעטן אפרעכענונג, יעקב גרייט זיך דערפאר אהן מיטל פון ווידערשטאנד. ער שיקט אנטקעגן מתנות, סטאדעס פון אלע סארט, אויף אן אויסגערעכנטן גאנג, מיט א פונקטליכן נוסח ווי אזוי דאס צו אדרעסן און.. נישטא קיין זכר פון קיין מלחמה, מען קישט זיך ברידערליך (אויף קיינעם געווינטשען), און עשו וויל מיט אים גאר מיטקומען. ווייטער מיטן אלטן נוסח איז אים יעקב מסביר אהער אהין, די קינדער זענען קליין די בהמות זענען שוואך, אלעס, חוץ עשו, ווי נישט אים מיינט מען.. און זיי געזעגענען זיך אויפן פלאץ.

יעקב איז דער ערשטער מחדש פון לינקאלן'ס באקאנטע ציטאט: "די בעסטע וועג צו פארטיליגן דעם פיינט איז אים צו מאכן א פריינט"
וידו אוחזת בעקב עשו. אפילו געשעדיגטערהייט, נאכן זיך שלאגן שעות מיטן מיסטריעזן פערזאן, געזעגנט ער זיך מיט א ברכה.

יעקב, שוין אן אלטער פיפיגער געלערנטער פאליטישען (אויף אן ערליכן פארנעם, פארשטייט זיך) וואס האט שוין דורכגעפירט און באזיגט מערערע מלחמות אין לעבן, אהן אויפהייבן א פינגער, אהן א ברעקל וואפן, שטויסט זיך אהן אין א פרישע סיטואציע, שכם די נשיא'ס זוהן, א קליינטשיק מנובל, וויל זיין טאכטער. נישקשה. יעקב איז שטיל, נוסח יעקב. ער פאלירט זיך נישט און ווערט נישט ווילד, ער ווארט אויף די קינדער, אינאיינעם העט מען שוין מסדר זיין די זאך אויף א שיינעם אויפן. אז מילה ארבעט נישט, העמיר זעהן ווייטער. ער האט תפלה, דורון, מלחמה אין ארסענעל. אבער מלחמה צום לעצט.

שמעון און לוי האבן דאס געהארגעט, מיטן מערדעריי אינאיינעם.
שמעון און לוי מיט זייער ווילדע אקט, האבן אינגאנצן פאלעצט דעם טאטן'ס גאנג. עכרתם אותי! דאס איז נוסח עשו נישט מיינס.
איי דינה?
וואס פארשטייט עטס... גיי לערן א גוי ברטנורא. גיי לערן א גוי שווינדלען...
(ליידער ניצט כלל ישראל דעם מיטל, אויף צו בעוול'ען אנדערע אויך, אבער שווינדלען ווען מען ברויך און נוטיג, האט אונז די טאטע יעקב געלערנט. פרידליך און עפעקטיוו.)

יעקב האט אין זיי געזעהן א שרשיות'דיגער חסרון.
הערשט יארן דערנאך, לפני פטירתו, ווען ער האט יעדן אינדענטיפיצירט זיין פערסאנעליטי טיפ, האט ער זיי שוין פונקטליך מסביר געווען דעם פראבלעם בשרשה. נישט בלויז די אקט פאר זיך האט אים אזוי געשטערט, נאר די טעמפער, די כלי חמס, די ווילדע פלענער, ארור אפם כי קשתה ובסדם אל תבוא נפשי... אומגעברענגט און באראבעוועט אן אומשולדיג שטאט מיט מענטשן, מחמת א שווערן טעמפער. אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. פון דעם זאל קיין זכר נישט בלייבן.

דער זיידע האט אונז איבערגעגעבן א מיטל ווי אזוי צו האנדלען מיט מענטשן, אהן געווער, אהן שפיזן, אהן ווילדע שטעכעריי, אהן בלוט פארגיסונג וואס ער האט שארף פארדאמט. ער האט אונז געלערנט די פריינטליכע מיטל פון אפקויפן דעם שונא, און אים מאכן אן אמת'ע פריינט. והבן.