דורך שיטה מקובצת » פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:59 pm
אן אריינגיין באריכות אין די געשמאקע נושא פון די צוויי ניטלעך, לאמיר עס מאכן בקיצור. דער ניטל פון די נאכט פון יאנואר 6-7 איז די טראדישאנעל ניטל, דאס הייסט דאס איז די נאכט וואס פלעגט אויסגעפאלן אין דעצעמבער 25, זייער חגא קראצמעך. ערגעץ אין די 1500 יארן האט א פויפסט מיט'ן נאמען גרעגארי געזעהן אז זייער לוח טויג אויף כפרות, און האט אויסגעלאזט א געוויסע סכום פון טעג פון די לוח. איז געווארן אז דעצעמבער 25 האט אנגעהויבן אויספאלן פריער אין די יאהר.
כדי די לוח זאל מער נישט זיין אזוי טעות'דיג האט גרעגארי געמאכט א טויש אין די סיסטעם. פעברואר האט 28 טעג, אבער יעדע פערטע יאהר האט עס 29 טעג. גרעגארי האט אריינגעשטעלט א נייע הלכה אז יעדע הונדערטסטע יאהר - כאטש ס'איז בעצם אויך א פערטע יאהר, באקומט פעברואר נישט קיין 29סטע טאג.
אבער נישט יעדער האט אנגענומען גרעגארי'ס נייע לוח. אסאך קריסטן האבן געהאלטן אז "חדש אסור מן התורה" (כלשונו פון ר' יעקעלע מפשעווארסק), און זענען ווייטער געגאנגען מיט זייער אלטע לוח וואס דעצעמבער 25 איז אויסגעקומען ערגעץ אין יאנואר לויט גרעגארי'ס לוח.
יעצט גרעגארי'ס לוח ווערט אפגערוקט פון די חדש אסור מן התורה'דיגע לוח מיט איין טאג יעדע הונדערט יאהר. ווייל גרעגארי געט נישט פאר פעברואר א 29סטע טאג, און די פרומע חברה געבן יא.
יעצט אין די 1800 יאהרן איז די פרומע קראצמעך אויסגעפאלן אין די נאכט פון יאנואר 5-6. אבער אין יאהר 1900 ווען גרעגארי'ס לוח האט נישט צוגעלייגט א טאג און די פארפרומטע האבן יא, איז די פרומע קראצמעך געריקט געווארן מיט נאך א טאג לויט גרעגארי'ס לוח, און פון דעמאלטס איז עס געווארן די נאכט פון יאנואר 6-7. אזוי האלט עס נאך ביז היינט, ווייל אין יאהר 2000 איז גרעגארי'ס נייע כלל נישט געוועהן גילטיג, וויבאלד ער האט געמאכט נאך א כלל, אז יעדע 400סטע יאהר - כאטש ס'איז בעצם אויך א 100סטע יאהר, באקומט פעברואר יא א 29סטע טאג. קומט אויס אז אין 2000 האבן די צוויי לוחות זיך נישט אפגעריקט מיט נאך א טאג.
יעצט ווען עס איז געוועהן יאהר 1900 האבן אלע נארמאלע ניטל האלטערס געוויסט אז ניטל ריקט זיך יעצט מיט א טאג לויט די גרעגאריען לוח. אבער אין בעלז האט מען מחליט געוועהן אז מ'טאר נישט משנה זיין. מ'האט זיך ביז יעצט געפירט די נאכט פון 5-6, וועט מען ווייטער זיך אזוי פירן!!
די געלעכטער איז אז די גאנצע צווייטע ניטל איז דאך געבויט אויף דעם אז ס'גייט מיט די פרומערע קריסטען. אבער אין בעלז האט עס נישט געהאלפען - מ'טאר נישט משנה זיין!!
די גרעסטע וויץ איז אז ס'איז בכלל נישט קיין שינוי. לאמיר אריינטראכטן. די וואס האלטן די צווייטע ניטל האלטן אזוי ווייל זיי נעמען אהן די שיטה פון די פרומערע קריסטען וואס זענען נישט גורס גרעגארי'ס שינויים, און ממילא איז די אמת'ע קראצמעך אין די צייט ווען עס איז באמת דעצעמבער 25 לויט די פרומע לוח. יעצט נאר איינער וואס האלט אז גרעגארי איז יא גערעכט קען זעהן א שינוי אין 1900. לויט די פרומע לוח איז בכלל נישט דא קיין שינוי - קראצמעך איז געווען דעצעבמער 25 ביז היינט, און ס'וועט ווייטער זיין. די גרעגארי לוח איז דער וואס טוישט דא, און מאכט שינויים אין די לוח.
נאר וואס האט בעלז געטראכט? פאר א תמימות'דיגע מענטש איז נישט דא קיין פאקטען. למעשה זעה איך אז די גוים (ליין: די גוים אין מיין שטאט) זאגן אז די יעצטיגע דאטום איז יאנואר 5, און איך ווייס אז מ'האט זיך געפירט יאנואר 5 צו האלטען ניטל, וויל איך נישט וויסן פון קיין מעשיות. קום נישט מיט קיין פשט'לעך אז אנדערע גוים האלטען אנדערש וכו'.
בקיצור, אויב ס'זעהט אויס ווי א שינוי, איז עס א שינוי.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.
--שיטה מקובצת