פרעה, דער פאליטיקאנט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

פרעה, דער פאליטיקאנט

שליחה דורך חכם-לב »

חזק, חזק ונתחזק!

איך באצומיך נאך צום ויחי, ווייל סדר שמות איז דאך א המשך פון ויחי, אמת טאקע מ'האט שוין גע'ענדיגט דאס לעבן פון די שלשה אבות, אבער דאך, ויוסף הורד מצרימה איז דאך אין פריערדיגן ספר.

אבער דאך האלטן מיר שוין ביי א נייע ספר, ספר שמות. דאס קינד אין מיך געדענקט נאך די פרייליכע שטימונג פון אהיימברענגען די צוריסענע בראשית חומש און גיין לויפן קויפן דעם שפאגל נייע רויטן שמות מקראות גדולות חומש, וואס האט צום סוף געהאט די גליטשיגע קאלירפולען בילדער פון כלי המשכן און גבולות הארץ. סדר שמות איז נאטורליך געווען אנ'אינטערעסאנטן, פרעה גייט כאפן מכות, מ'גייט לערנען די יסודות האמונה, אלעס איז דאך זכר ליציאת מצרים.

די ספר איז טאקע א ספר פון גאולה, די ספר פון חירות, די ספר פון ויאמינו בד', פון מתן תורה, פון השראת השכינה. די אנהייב פון די ספר איז אבער א ספר פון חשכות און פון שיעבוד, פון גלות, פון נסתמו עיניהם ולבם של ישראל. ס'קען ווערן געזאגט אבער אז ס'גאר נישטא קיין גאולה אהן א גלות, און אפשר גאר ווי גרעסער די עבדות אלס גרעסער די חירות.

איך וויל מיך שטעלען אויף אנ'אינטערעסאנטן נקודה, ראשונים רירן שוין צו דערצו, דאס איז די כראנילאגישע סדר הדברים פון וויאזוי מען דערנידערט א פאלק, א פאלק וואס האט אימאגרירט און געשטעלט א משנה למלך וואס האט זיי אלע געראטעוועט פון א זיכערען טויט, דאס איז דאך א שווערע זאך צו טוהן פאליטיש. דאס איז אגב אויכעט א זאך וואס האט זיך איבערגעשפילט פילצאליגע מאל אין די היסטאריע פון דאס אידישן פאלק. מעשה אבות סימן לבנים.

א גאר אינטערעסאנטע זאך איז אז די תורה געבט נישט אן קיין שום סיבה פאר די שנאה וואס די מצריים האבן געהאט צו די בני ישראל. נאר איין זאך, ובני ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד מאוד. זעקס לשונות פון פארמערן. ותמלא הארץ אותם. ווי מען איז נאר געגאנגען האט מען זיי געזען. מען האט געזען א ווייסער מענטש, וואס גערעדט אנ'אנדער שפראך מיט מאדנע נעמען און איז געגאנגען אנדערש אנגעטוהן. דער איד האט אין זיך נישט אריינגענומען דעם ביליגן קולטור פונעם מ''ט שערי טומאה.

הגם ס'שטייט נישט אז דאס איז געווען די סיבה פון די שנאה, עס שטייט נאר די פאקט, דאך קען מען זאגן אז דאס האט געברענגט צו די הבה נתחכמה לו.

ויקם מלך חדש, עשה עצמו כאילו לא ידע את יוסף. ס'איז דא געלט אין גאס, דער עולם הונגערט נישט. אבער שנאה איז דא, מען קען נישט פארנעמען אז דער אימאגראנט איז גלייכגילטיג און באטייליגט זיך נישט אינעם קולטור. דער נייע קעניג מאכט זיך ווי ער ווייסט נישט די אלע פארדינסטן וואס יעדער האט דא איז נאר אדאנק דעם איד. ער באגרויסט זיך און וויל פון דעם איד פטור ווערן, אבער שוין. דארף מען האבן א פלאן.

עס איז מערקווירדיג די ווערטער פונעם רמב''ן דא, איך וועל ציטירן זיין לשון הטהור דא, ''לא ראה פרעה וחכמי יועציו להכותם בחרב, כי תהיה בגידה גדולה להכות חנם העם אשר באו בארץ במצוות המלך הראשון. וגם עם הארץ לא יתנו רשות למלך לעשות חמס כזה, כי עמהם הוא מתייעץ ואף כי בני ישראל עם רב ועצום ויעשו עמהם מלחמה גדולה. אבל אמר שיעשו דרך חכמה שלא ירגישו ישראל כי באיבה יעשו בהם, כי דרך הגרים בארץ להעלות מס למלך כמו שבא בשלמה. ואחרי כן, צוה בסתר למילדות להרוג הזכרים על האבנים, ואפילו היולדת עצמן לא ידעו בהם. ואחרי כן, צוה לכל עמו כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו אתם, והענין, שלא רצה לצוות לשרי הטבחים אשר לו להרגם בחרב המלך או שישליכו הם אותם ליאור. אבל אמר לעם, כאשר ימצא כל אחד ילד יהודי ישליך אותו ביאור, ואם יצעק אבי הילד אל המלך או אל שר העיר, יאמרו שיביא עדים ויעשה בו נקמה. וכאשר הותרה רצועת המלך היו המצרים מחפשים הבתים ונכנסים שם בלילות ומתנכרים ומוציאים הילדים משם''.

די רמב''ן זאגט דא א מורא'דיגע זאך וואס מען זעהט האט זיך אפגעשפילט אין די היסטארישע געשיכטע פונעם איד. מען קען נישט קומען סתם הרג'נען מענטשן. די פאלק וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן, אבער ווען מען גייט צוביסלעך, קען מען אנקומען ביזן ערגסטן גרויזאם.

דער פלאן איז געווען א געניאלע, מען קומט צום פאלק און מ'מאכט, 'הנה', ס'דא דא א פאלק וואס מערט זיך, וואס וועט זיין אויב ס'געשעט א מלחמה? דער איד וועט דאך אוודאי נישט זיין אויף אונזער זייט. מלחמה, מיט וועם? קיינער ווייסט נישט. ווער זאגט דער איד וועט גיין קעגן? קיינער ווייסט זיכער נישט. אבער דער עולם גולם ווערט דערשראקן, פרעה דער גאט האט ארויסגעזאגט פון מויל אז ער האט מורא פאר מלחמה און פונעם איד. דער פאלק ווערט דערשראקן און צוטראגן, מען פאנגט אן האבן א בליק אז דער איד איז נישט משלנו, און מ'קען נישט לאזן דעם סטאטוס קוואוי און 'איגנארירן' דעם פראבלעם. זאגט פרעה, הערטס מיך אויס... מען דארף זיין גרייט פאר א מלחמה, דארף מען דאך בויען אוצרות פאר די מיליטער, איז לאמיר לייגן אויף זיי א שטייער, זיי זענען דאך שיינע פארדינער, און אז מהעט לייגן א גרויסן שטייער וועלן זיי דאך דארפן ארבעטן שווערער. פארן איד זאגט מען אבער אז דאס איז אלעס לטובתו, ווייל מען דארף דאך דאס האבן פארן ''מלחמה''. מ'דערשרעקט דעם פאלק. נישטא קיין מלחמה, נישטא קיין גארנישט, ס'דא איין זאך, דער אבן עזרא זאגט ''לייבש זרע הזכרים'', מען וויל פארניכטן דעם אידיש פאלק. מצרים זאל זיין ''יודן-ריין''.

שפעטער, האט זיך אנגעהויבן אז מען דארף נישט נאר דעם אידס געלט. ער דארף אנהייבן בויען מיט זיין הענט און פיס. דער איידעלע רועי צאן, האט מען אנגעהויבן פייניגן פיזיש, מ'האט אים געגעבן די שטרוי און די ליים, אלעס אבי דו זאלסט ארבעטן. מ'דארף דאך בויען שנעל, ווייל אט אט פאנגט זיך אן די ''מלחמה''.

דערנאך האט מען אנגעהויבן פרעדיגן נאציאנאליזם, אונז גיימיר זיין מעכטיג, פרעכטיג, גרויס און שיין. פיתום ורעמסס, הערליכע שטעט גיימיר בויען, אונזער קולטור וועט זיין די פראכט און גאווה פון מצרים! דער וועלט וועט אויסגיין פאר קנאה, יעדער וועט וועלן זיין א מצרישע בירגער. ווער גייט דאס בויען? אוודאי דער איד, יעצט הערט מען שוין אויף אים צו געבן די ליים.

[ס'איז דא א ווארט פון א גויאישן עסרייכישן שרייבער, פראנס גרילפארזער, ''פון מענטשהייט דורך נאציאנאליזם צו חיושקייט" (ער איז געשטארבן אין 1872!).]

יעצט צוביסלעך האט שוין יעדער פארשטאנען אז דער איד'ס בלוט איז הפקר. ער איז א דרויסנדיגער, ער איז נישט פון אונזער קולטור. מרעדט שוין נישט פון קיין מלחמה, מ'דארף שוין נישט קיין ערי מסכנות. ס'איז שוין דא ריפארטס אז פרעה האט זיך געטראפן מיט די אידישע מילדות'ן שטילערהייט, יעדער פארשטייט וואס דאס מיינט. פארשטייט זיך אז די אפיציעלע ביורא פון די קעניגליכע פאלאץ האט דאס נאכנישט פעסטגעשטעלט.

די שנאה איז שוין גענוג געוואקסן ביים פאלק, זיי זענען שוין גרייט צו הערן דעם כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו. ס'איז שוין לעגאל צו הרג'נען דעם איד. דער געזעץ זאגט אז אידיש בלוט איז הפקר. פארוואס? ווייל אזוי. די אגדה זאגט אז מ'האט אריינגעבויעט אידן אין בנינים, מדארף א ביעם? וואס איז שלעכט מיט אידישע ביינער. (פשט קען זיין אז א מענטשנ'ס ארבעט איז זיין בלוט, און זיי האבן אזוי שטארק געפייניגט, אז דער ציגל האט נאר געדארפט די אידיש ארבעט/בלוט, מ'האט נישט געדארפט די בנינים, ס'דא נאך א מדרש אז זיי האבן בונה וסותר געווען. פון מיין ידיד מ.)

דער קעניג איז עושה מעשה בפומבי, די דאקטורים זאגן ער דארף זיך באדן אין בלוט. שוין, האט מען דאך אידיש בלוט.

מען האט געשלאגן, געפייניגט און גע'הרג'ט - ווייל ער איז אנדערש. ער איז אן אימאגראנט.

דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט אין כמעט יעדע מדינה ווי אידן האבן זיך געפונען במשך הדורות, מ'האט מיט פחד און נאציאנאליזם אנגעדרייט העץ און שנאה קעגן דעם איד. ער איז געווען דער שעיר לעזאזל פאר יעדענס פראבלעמען. דער איד איז איבעראל און אייביג געבליבן א פרעמדער.

דער איד האט א געבאט ''וגר לא תונה ולא תלחצנו, כי גרים הייתם בארץ נכרייה". צומאל מאכט זיך אז מען לאכט און מ'שפעט אפ פון איינער וואס איז פרעמד און אנדערש, הלבנת פנים איז די ערשטע טריט אויפן קורצן וועג צו שפיכת דמים.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר