"אחישנה"- א קרעכץ פאר מער.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

"אחישנה"- א קרעכץ פאר מער.

שליחה דורך אמת45 »

-נאקת בני ישראל-


עס איז אן אנגענומער כלל אין די פסיכולאגישע וועלט, אז די ערשטע תנאי פאר א מענטש וואס ברויך הילף און הדרכה, איז די ווילן זיך צו העלפן.
דער טעראפיסט אדער פריינט קען פארברענגן מיט א פאציענט שעות אויף שעות, דיסקוסירענדיג פראבלעמען און עצות, אבער אויב דער פאציענט איז נישט באוויסטזיניג איבער זיין פראבלעם און איינדערקענט נישט אינעם פאקט אז ער אדער זי דארפן הילף, איז ממש א שאד די צייט און מיה.
א טייל טעראפיסטן/קאוטשעס, ניצן פארשידענע מעטאדן אריינצוברענגן אינעם פאציענט דעם געפיל אז ער איז דער וואס דארף דעם דאקטאר און נישט פארקערט, א שטייגער ווי דווקא אויסשמועסן די איינצעהיילטן און צוגאנג פון די פעימענטס, ווער עס גייט באצאלן, ווי אזוי ער פלאנט צו באצאלן, צו ער ווייסט וויפיל עס קאסט, וכדומה. עס ווערט נישט ערלעידיגט דורך א סעקרעטאר אדער א מיטל מענטש, אפילו אין א פאל וואו א פרעמדער באצאלט טאקע. בלויז כדי צו געבן די קאסטומער דעם געפיל אז יעדע סעסיע קאסט געלט, שיין געלט, און אז ער צאלט זיך צו העלפן.
ווי אויך איז פארהאן די 'הארד טא געט' מעטאד. דורך פארשידענע מיטלען שפילט דער דאקטאר ווי ער איז א פארנומענער אדער א טריקענער, מאכענדיג דעם פאציענט אים 'נאכלויפן' פאר הילף. דאס מאכט אויך דעם פאציענט באוויסטזיניג איבער זיין פארצווייפלטן אם אין אני לי מי לי מצב, אז קיינער אויסער זיך גייט אים נישט העלפן. דאס אז דער דאקטאר האלט נישט ארויס קיין זרוע נטויה מאכט דעם פאציענט דאס אליין ארויסשטרעקן און אויב נישט טאקע, דאן זעהען ביידע איין דעם אמת, אז יענער האט נאכנישט אנדערקענט זיין הילפלאזן מצב.
די נקודה איז אז מען קען נאר העלפן א מענטש ווען ער זעהט איין זיין בראך. ווייל אויף וויפיל עס איז נישטא קיין בראך, וויל ער זיך נישט העלפן און איז נישט באמת אינטערסירט צו הערן וואס דער טעראפיסט האט צו זאגן. ער וועט איינגיין דערצו אז זיין פריינט אדער משפחה זאל אים ערלעידיגן הילף, יא ער קען באשטיין, אבער ער זעלבסט וועט קיין הילף נישט ריפן, זיכער נישט בעטן, און זיכער נישט בתחנונים. אין אזא פאל, אזא מענטש, קען מען נישט העלפן. אהנעם חסרון איז נישטא קיין פתרון. מען קען נישט פותר זיין קיין אומגעחלומ'טע חלום. ער מוז האבן א וויזיע פון וואס ער וויל ביי זיך זעהן אנדערש. ער מוז האבן די רצון זיך צו טוישן. גליסטן פאר טויש. אויב דער מענטש שטרענגט זיך אבער אהן דערפאר בגוף אדער בממון, איז דאס א סימן און טיילמאל א סיבה אז ער וויל ארבייטן דערפאר. ער איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן דערפאר. ער וויל. דאס איז די פשט פון יגעת ומצאת תאמין, אז עפעס קאסט דיך נישט דאן ווילסטו עס נישט באמת, און אז מען וויל נישט טרעפט מען נישט. ווייל עס נישטא וואס צו טרעפן. יגיעה איז סימן, אויך א סיבה.

עס זענען דא כמה לעגענדעס איבער חסידישע רביים פארצייטנס, וואס האבן מתחילה אפגעווארפן און אנטמוטיגט גוטע אידן, חסידים ווי מתנגדים וואס זענען זיי געקומען בודק זיין אדער מקבל זיין פון זיי. א שטייגער ווי דער בעל התניא ביים מגיד. דאס איז געווען א טאקטיק פון לייגן דעם מקבל אין א אמת'ע פלאץ, צו ער וויל אדער וויל זיך נישט אונטערווארפן און מקבל זיין. צו ער זוכט עפעס. די פרייליכע ענדעס וואס מיר זענען באקאנט מיט, זענען בלויז איבער די עווענטואלע גרויסע תלמידים, אבער מן הסתם זענען געווען פילע וואס האבן זיך נאך אזא סנאבי שבת געפאקט פעק און אפגעפיצט, ניטאמאל אריינגייענדיג פארן ענדגילטיגן שולחן עורך באגעגעניש. דיזע האבן טאקע נישט געהאט וואס צו זיכן ביים צדיק.

איך האב אמאל געפרעגט א איד וואס געט א שיעור יעדע וואך אין א שטיקל שווערע צייט פאר מענטשן צו קומען, פארוואס ער טוישט נישט די זמן השיעור, הלמאי ער קען דאך האבן דאפעלט באטייליגער און סתם אזוי שטערקערע מקשיבים. האט ער מיר געזאגט אן ענליכן נקודה ווי דעם אויבנדערמאנטע, חכמה האט א ווערט, מען קען דאס נישט ביליג פארקויפן. אז ס'קאסט נישט דעם צוהערער גארנישט דאן פארלירט עס די ווערט. דאן האב איך אים נישט וואס איבערצוגעבן. עס איז מיר ליבערשט צו האבן ווייניג מענטשן און שוואכערע פארשטייער, וואס האבן געמאכט אן אנשטערנגונג צו קומען, ענדערש ווי צו האבן מער מענטשן וואס שארן זיך אריין ווייל עס איז זיי פונקט באקוועם יעצט. דא האב איך קונים און דא נישט.

בדרך אגב - האב איך גראדע געטראכט די זעלבע איבער קאווע שטיבל זעלבסט, עס פליסט דא אריין א געוואלד מיט טאלאנט און ארבעט פון מגידי מישרים, מפיקי מרגליות און מליצי פליאות, ארטיקלען וואס זענען ווערט צו ווערן געדריקט אין צייטונגען און מאגעזינען איבער דער גארער וועלט און געשלינגען ווערן מיט דארשט דורך פאראינטערסירטע און נייגעריגע ליינער וואס האבן מוזיל געווען מכספם דערפאר, און ווערן אבער למעשה אראפגעסקראולט אויף טעפעטאלק בנשימה אחת, פיל מאל טאקע דורך רעספעקפולע און קלוגע פארשטייער און טיילמאל דורך זבל זיצער, נאקעטע פיס קראצער אדער סתם ליידיגייער וואס זייער נעגעטיווע רעאקציעס קומען און זענען אזוי פחז'דיג ווי זייער כלאחר ידושע לייען. אפילו פאר די וואס ליינען עס יא מיט אינטערעסע ווערט די חכמה למעשה פארקויפט פאר ביליג. צו ביליג עס זאל טראגן עפעס א געוויכט ביים ליינער. הגם א יחיד קען זיך קאנטראלירן און מאכן אייגענע גדרים כדי נתפעל צו ווערן און זיך לאזן לערנען, הערן און מקבל זיין, איז אבער די געדאנק פונעם "וועקער" מאגאזין א געוואלדיגע המצאה איבער דעם פראבלעם אין אלגעמיין. א שטיקל ישועה על כל פנים. עס געבט דעם געלעגנהייט פאר ליינער ארויסצונעמען די ווערט פון אן ארטיקל, דייקא ווייל מען צאלט דערפאר.

צוריק צום פינטל: אונטערשטע שורה איז אז די שליסל פאר א ישועה אין סיי וועלכע הינזיכט, די שליסל פאר חידוש אין סיי וועלכע הינזיכט, ליגט אינעם רצון פונעם מענטש. מען דארף ווילן, כדי צו קענען טרעפן, קענען באקומען. ווען מען צאלט פינף דאלער פאר א צייטונג, א עפפ, אדער מאנאטליכע תשלומים פאר א חברותא, פארן זשים, קאסט עס אים און ער וויל דערפון זעהן פירות. דאס מיינט אז ער וויל עס און דאס מאכט אים ווילן. 'תפילה עושה מחצה' - ווען א מענטש שרייט און בעט זיך פאר הילף, עס איז אים ענג און ער וויל זיך העלפן, דאס מיינט אז ער האט א וויזיע פון עפעס ברייטער, עפעס מער. דאס איז שוין א האלבע ישועה, אדער מער. עס איז שוין דא מיט וואס אים צו העלפן. ווי זאגט וואדי אלען "אכציג פראצענט פון סוקסעס איז זיך באווייזן".. "Eighty percent of success is showing up". אזא געדאנק.

אונזערע פארגייער, די אידן אין מצרים האבן געארבעט אן עבודת פרך א לאנגע צייט פאר די מצריים. קנעכט במלוא מובן המילה. מען האט זיי געפייניגט, גאשלאגן און דערשלאגן מיט ארבעט און שלעק, פיזיש און גייסטיש.
מען האט דעטראנקען זייערע קליינע פיצלעך און גענצליך צוגרינד געלייגט זייער מאראל, זיי אונטערדריקענדיג פאר א משך פון 210 יאר. ויהי בימים הרבים ההם נאך צוויי הונדערט יאר האט זיך ג-ט דערמאנט פון זיין בונד מיט די אבות, און זיין שבועה. וישמע אלקים את נאקתם ויזכור את בריתו.. וואו איז די בונד געווען ביז יעצט? וואס האט פלוצלינג יעצט פאסירט? וואס איז מיט די פיר הונדערט יאר וואס איז אויף זיי נגזר געווארן? ממה נפשך.

וואס איז געשען איז, נאקת בני ישראל. ותעל שועתם איז געשען. ויאנחו בני ישראל איז געשען. ענדליך האט דאס אידיש פאלק געקרעכצט. ענדליך האט זיך אין ערוועקט א רצון פאר מער. דער רבוש"ע זאגט כביכול, איך קען ענק נישט העלפן אויב ענק אליין זעהען נישט איין ענקער בראך. עס איז נישט שייך צו העלפן איינער וואס זיכט נישט געהאלפן צו ווערן. די אידן האבן נישט געווארט 210 יאר צו אויסגעלייזט ווערן, נאר ג-ט האט געווארט 210 יאר פאר זייער קרעכץ. ווי לאנג עטס האטס נישט פארלאנגט מער, האב איך ענק נישט געהאט וואס צו געבן. ווילאנג מצרים איז ענק נישט ענג האב איך ענק נישט פון וואס אויסצולייזן. ווען די קרעכץ איז געקומען זענען די ד' לשונות של גאולה געקומען. די קרעכץ איז די האלבע ישועה.
אז מען איז זיך אביסל מתבונן אין אונזער מצב אין גלות בזמן הזה, קומט די מחשבה אין קאפ. קרעכצן מיר פאר א גאולה? זיפצן מיר פאר א ישועה? זענען מיר אומצופרידן מיט אונזער מצרים? לעכצן מיר פאר עפעס מער? אדער שפירן מיר זיך אפשר באקוועם אין אונזער גלות. אפשר זענען מיר פארנומען גאר זיך באקוועם צו מאכן אנשטאט קרעכצן פאר עפעס מער באדייטפול, מער אהבה און אחדות, מער געטליך און דערהויבן. אהיימצוקומען. די פארקנעכטעטע עבריי'שע פאלק זענען זייער צופרידן געווען מיט זייער מצב, זיי האבן זיך אפילו געוואלט אומקערן אהין שפעטער, זיי זענען געווען שקוע במ"ט שערי טומאה, זיי האבן געדארפט צו זיצן דארט פיר הונדערט יאר, די קרעכץ פאר מער האט זיי ארויסגעשלעפט. די קרעכץ וואס שרייט עס איז מיר ענג, איך וויל עפעס מער.
מיר האבן אויך די אפציע פון בעיתה און אחישנה, ג-ט ווארט אויף אונזער קרעכץ, א קרעכץ פאר מער- "השיבנו השם אליך ונשיבה".

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר