בצאת ישראל ממצרים...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

בצאת ישראל ממצרים...

שליחה דורך חכם-לב »

די וואך קומט צו אן ענדע די פרשה פון שיעבוד מצרים, ובני ישראל יוצאים ביד רמה. יציאת מצרים ווערט דערמאנט אין די תורה אריבער הונדערט-און-פופציג מאל, דאס איז די יסוד האמונה. די תכלית פון יציאת מצרים דארף מען אבער געדענקען איז תעבדון את אלוקים על ההר הזה. אידן זענען ארויסגעגאנגען מתחת סבלות מצרים, ומתחת טומאת מצרים, פארשווארצט און פארשקלאפט זענען זיי געווען, נידריגע עבדים, און ביד חזקה האט דער אייבעשטער אונז ארויסגענומען, אויפגעלאכטן, הוציאנו מעבדות לחרות, אבער מיט דעם האבן אידן אויף זיך מקבל געווען אנ'אנדערן עבדות, עול מלכות שמים, זה קלי ואנוהו, אלקי אבי וארוממנהו. ויאמינו בה' ובמשה עבדו. זיי האבן געלעכצט צו פארשטיין מה חובתם בעולמם.

אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, א מענטש וואס די תורה איז נישט נר לרגליו, איז תמיד מלא ספקות, פארצווייפלט, אומרואיג, אומקלאר, וואקלדיג, זיינע געדאנקן זענען קורצזיכטליך, פערזענליך, ''סובדשעקטיוו'' צו זיינע אומשטענדן און איבערלעבענישן, אלעס קען זיך ארומדרייען אין אנ'אויגנבליק, ער טוישט זיינע מיינונגען און וועלט-קוק אפט, אבער וה' אלוקים אמת, די תורה איז אמת, עס איז איז אן אייביגע אמת. אז א מענטש איז זיך מכניע צום אמת, צום תורה, צו אלקות מעבירין ממנו עול מלכות ודרך ארץ, קבלת עול תורה ומצוות נעמט אוועק אלע אנגסט פון די אומקלארקייט פון אונזערן ביטערן וועלט. ער איז אן אויסגעלייזטער. ער ווייסט וואס ער דארף טוהן.

''לפיכך אין אמיתתו כאמיתת אחד מהם. הוא שהנביא אומר וה' אלוהים אמת (ירמיהו י, י) הוא לבדו האמת, ואין לאחר אמת כאמיתו. והוא שהתורה אומרת אין עוד מלבדו (דברים ד, לה), כלומר אין שם מצוי אמת מלבדו כמותו''. - רמב''ם יסודי התורה א' הל' ב'

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר