על המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

על המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב...

שליחה דורך חכם-לב »

אוי דער טויט.

דער מענטש האט נישט ליב דערפון צופיל צו טראכטן, און זיכער נישט דערפון צו רעדן.

עס איז א זאך וואס ברענגט מיט זיך, געוויין, טרויער, פארלוסט, מיסטעריע, שרעק און ציטער, שווארצע מחשבות און געדאנקען וואס סקרוכען אין די בויך.

מען קען אבער דערפון נישט אנטלויפן. מצודתו פרוסה על כל החיים. אלע געבארענע, ווערן פארלארענע.

דער מענטש ווייסט דאס, מקרה אחד יקרה את כולנו.

דער מענטש, דער מובחר הבריאה איז דער איינציגסטער וואס ווייסט דאס. עס קען ווערן געזאגט אז איינע פון די גרעסטע אונטערשידן צווישן דעם מענטש און אלע אנדערע בעשעפענישן איז דאס וויסן אז סוף כל אדם למות.

דורך דעם טויט קען מען זעהן, אז דער מענטש איז נישט א בעל חי וואס לויפט נאך זיינע אינסטינקטן, געפילן אדער רייצונגען, נאר א מענטש לויפט נאך זיינע רצונות, באשלוסן און אנטשיידונגען, דער מענטש קען אויסוועלן אויפצוגעבן היינט בכדי צו עררייכן עפעס אויף צומארגנס, צו פראווען גלגול שלג, ער האט אויך די מעגליכקייט צו באשטימען אריינצוטאנצן אין פייער, אין וואסער, און דערמיט גאר - ענדיגן זיין לעבן!

(י.ל. האט געהאלטן אז מען קען נישט זאגן אז א מענטש קען אויסוועלן אין טויט איבער לעבן, ער קען נאר זיך פארמיאוס'ן אין זיין לעבן און עס ענדיגן, ודו''ק).

דער באוואוסזיניגקייט וואס מענטש האט צום טויט איז די אורזאך צו מייסטנס פון זיינע אקטן, קלערונגען און פארקלערונגען, טייל צוליב די שרעק, די זארג, און טייל איז וויבאלד ער ווייסט ואם לא עכשיו, אימתי. דער מארגן איז אנדערש ווי היינט צוליב די טויט.

מיר אלע האבן ווירדן, ווירדן טייטשט אז מיר זענען גרייט און וויליג אויפצוגעבן עפעס אין לעבן דערפאר, אדער גאר זיין גאנצע לעבן, פאר יעדן איז דאס אנדערש, לאנד, פאלק, ליבע און איבער אלעם פאר אונז אידן, קידוש השם. דער טויט מאכט דאס לעבן...

דער רוסישער שרייבער ליא טאלסטוי האט געשימפט קעגן שפינאזע וואס האט געהאלטן אז אנ'אמת'ער פרייער מענטש וועט נאר טראכטן פון זיין לעבן און נישט איבער זיין טויט, און ער שרייבט ''ווער עס האט זיך געלערנט צו טראכטן ריכטיג, נישט קיין אונטערשיד איבער וואס ער וועט טראכטן, וועט אלעמאל טראכטן איבער די טויט''. (טאלסטוי שרייבט אויכעט, ''ווען דו גייסט שטארבן וועלן אלע דיינע פראגעס פארענטפערט ווערן, אדער וועסטו אויפהערן פרעגן שאלות...''.)

געווען א פראפעסאר (י.ליבאוויץ) וואס האט געגעבן א לעקציע, ביים פארענדיגן האט ער געזאגט, ''זייט וויסן, אין דער צייט פון אונזער שמועס זענט איר געווארן א שעה-מיט-א-האלב נאנטער צום טויט'', דער גאנצער עולם האט הילכיג אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, ''ס'איז גארנישט קיין געלעכטער'' האט ער געזאגט אויפגערעגטערהייט. מיר שטארבן אלע ביסלעכווייז, און דאס איז קיין געלעכטער נישט...

די טויט רופט אויס צום מענטש, פירן זאלסטו א לעבן וואס דער טויט זאל דיך נישט דערשרעקן. רבי משה אבן עזרא שרייבט ''יזכור גבר בימי חייו כי למוות הוא לקוח''. דער רבי ר' בונם ליגט קראנק, זיין ווייב קען זיך נישט בארואיגן און וויינט מיט שרעקליכע בכיות נוראות, ער בארואיגט איר - ''וואס וויינסטו...? א גאנץ לעבן האב איך געלערנט וויאזוי צו שטארבן...''

דער בארימטער מאטעמאטיקער און פילאזאף בלעיז פאסקאל האט געזאגט אז דאס אונטערהאלטן זיך איז די צייט ווען מיר טראכטן נישט איבערן טויט. זיכער זענען דא מענטשן וואס זענען תמיד פארנומען זיך צו אונטערהאלטן און פירן א לעבן פון שיכרות און הוליעריי, דער קאצקע רבי זאגט שוין אז ס'זענען דא טויטע אידן וואס די גופים ארבעטן נאך, און מ'לאזט זיי נעבעך נאכנישט אריין אין גיהינום...

דער פילאזאף קירקגאארד האט געשטערט אז מיר פארשטייען די לעבן נאר צוריקצווועגס אבער לעבן דארפן מיר פאראויס... ראה אנכי נותן 'לפניכם' את החיים ואת המוות, מיר האבן א רעצעפט צום לעבן אויף פאראויס, ווילאנג דער מענטש לעבט קען ער טוישן זיינע מעשים, ער קען בעסער ווערן, ער קען מקבל זיין עול מלכות שמים און טוהן רצון השם, מיט דעם טויט ענדיגט א מענטש א פרק, נישט א פרק, א מסכתא, א לעבן. ער קען שוין נישט רואינירן, קאליע מאכן, פארדארבן, ער קען שוין אויכעט נישט פאררעכטן, צוריקדרייען, פארבעסערן. ס'איז שוין נישטא קיין מארגן, יעצט איז נאר פארהאן איין לאנגע נאכט.

דער מענטש וואס האט געפירט א פילע לעבן, א רייכע לעבן, געטוהן וואס איז הייליג, ריכטיג און רעכט, קען גליקליכערהייט, פריילכערהייט און צופרידנערהייט פארלאזן די וועלט, בלעם הרשע האט געבעטן תמות נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמוהו. א גלייכע טויט איז א גלייכע לעבן.

טוב שם משמן טוב - דערפאר - ויום המוות מיום היוולדו...

וַיֹּאמְרוּ אֶל מֹשֶׁה, דַּבֵּר אַתָּה עִמָּנוּ וְנִשְׁמָעָה; וְאַל יְדַבֵּר עִמָּנוּ אֱלֹהִים, פֶּן נָמוּת. (שמות כ' ט''ז) און וואס וועט געשעהן אז זיי וועלן שטארבן? זיי וועלן נישט די זכייה האבן צו דערלעבן מקיים זיין מצוות השם.


(תודה רבה למ.)

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר